בלאט 9 פון 37

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 2:27 am
דורך יאיר
איך ווייס נישט פארוואס דער עולם שפרינגט דא אזוי. איך ווייס שוין יארן לאנג, נאך פון אלס קינד, אז די עשרה הרוגי מלכות זענען געווען אפגערוקט הונדערטער יארן. איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל טראכטן וועגן דעם אז די גאנצע מעשה איז נישט אמת. כאטש איך וואלט סייווי נישט געווען גרייט צו שווערן דערויף בנקיטת חפץ אז עס איז טאקע בפועל געשען, אזוי ווי אויף סיי וועלכע אגדה אדער מדרש.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:20 pm
דורך היימישער ליטוואק
נולד מאוחר האט געשריבן:דאס נישט האבן סקול פאר מיידלך זונטוג, שמעקט נישט קריסטלך?


יא, ועיין בתשובת אגרות משה יורה דעה חלק ג סימן פה

איסור להניח התלמידים חפשים מלימודים בימי אידיהם בע"ה ב' כסלו תשכ"ז מע"כ ידידי מהר"ר זלמן אורי שליט"א.

הנה בדבר שיש שרוצים שיניחו התלמידים חפשי מהלימודים בהימים שמכ"ו דעצעמבער /דצמבר/ עד אחר ראשי שנה החדשה שלהם שהוא בהימים של חגיהם שגם בבתי ספר של המדינה נותנים חופש, פשוט וברור שאין לעשות כן אף שכוונתם הוא שלא לשמוח בחגיהם אלא משום שהאבות הם בטלים ממלאכתם ורוצים ליסע לאיזה מקומות יחד עם בניהם, שעכ"פ הוא מעשה איסור ואין הכוונה מסלקת האיסור. ולא סגי במה שיום כ"ה דעצעמבער שהוא יום החג ממש ילמדו ורק אחר יום ראשון יניחום שעכ"פ עושה זה שיתחשבו ימים אלו שזה אסור. וגם הוא דבר מכוער בעצם לעשות ימי חופשה בימים שחוגגים להע"ז שלהם אשר צררו ומררו קרוב לאלפים שנה את עם ישראל ועדיין ידם נטויה ולכן ח"ו מלעשות זה. והנני ידידו, משה פיינשטיין.

מעג מען שניידן פרוכט שבת און פארום פון א בלום?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 4:57 pm
דורך נולד מאוחר
מעג מען שבת שניידן שעפס פון פרוכט? למשל קיווי אין פארען פום א בלום?
ווי די דיין פון שטיבעל?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 10:36 am
דורך דעתי הענייה
נולד מאוחר האט געשריבן:מעג מען שבת שניידן שעפס פון פרוכט? למשל קיווי אין פארען פום א בלום?
ווי די דיין פון שטיבעל?

לפי ידיעת דעתי הענייה מותר.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 9:48 pm
דורך נולד מאוחר
דעתי הענייה האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:מעג מען שבת שניידן שעפס פון פרוכט? למשל קיווי אין פארען פום א בלום?
ווי די דיין פון שטיבעל?

לפי ידיעת דעתי הענייה מותר.

שכוח.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 10:07 pm
דורך נולד מאוחר
וואס איז די הסבר אז אפי' מיין מאמע ווארפט מיין געלט אין טייך דארף איך איר האנדלן מיט כבוד.
איז דאס ווייל בכליליות טיען עלטערן פאר קונדער א ים מיט גוטס פונעם געבורטס טאג. אז וויפיל צרות זיי זאל נאר אויסטיילען פארן קונד, וועט עס פארט נישט איבערוועגן די גוטס וואס זיי האבן אלס געטון?
אדער סהאט נישט קיין שיכות. אפי' א קונד איז א מינוט נאכן געבוירן איבער געגעבן פאר אדאפשען. זיינע בייאליגשע עלטערן האבן קיין שום גוטס פאר עם געטאן. איז ער נאך אלץ מחיוב צי ליידען פון זיי?
מיינע עלטערן קענען מיר משוגע מאכן אסאך מאל אן רחמניות. מעג איך זיי זאגן דרך ארץדיג קיש מיר ווי די אידן .... אדער איך מיז זיצן מיט א שמייכעל און הערן אנלימעטיד קריטיק?

איך בין טאקע אויגעוואקסן ביי מיין בייאלאגישע עלטערן אבער אויב גייט מען בתר טעמא אפשר קעם איך מחליט אז זייער שלעכטס איז מער ווי די גוטס און פטור אן עסק.
פון גמ' איז משמע אז אפי' פון א נערווען קראנקע מאמע מיז מען ליידען? וואס איז פשט?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 11:25 pm
דורך געפילטע פיש
אין חינוך שרייבט ער "משורשי מצוה זו: שראוי לו לאדם שיכיר ויגמול חסד למי שעשה עמו טובה, ולא יהיה נבל ומתנכר וכפוי טובה, שזו מידה רעה ומאוסה בתכלית לפני אלהים ואנשים. ושיתן אל ליבו כי האב והאם הם סִבת היותו בעולם, ועל כן באמת ראוי לו לעשות להם כל עבודה ותועלת שיוכל, כי הם הביאוהו לעולם, גם יגעו בו כמה יגיעות בקטנותו."

זעט אויס אז פאר דעם אליינס, אז זיי האבן דיר אריינגעברענגט אין די וועלט ביזטו מחויב זיי מכיר טובה זיין.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 11:31 pm
דורך יאיר
און וואס איז מיט טוב לו לאדם שלא נברא?

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 12:09 am
דורך boxcover
אין ספרי חסידות האב געזעהן אז כיבוד אב ואם איז א אבק כיבוד השם, צו ווייל די באשעפער איז א שותף מיט זיי, צו - וזה נראה לי יותר - ווייל די גאנצע אמונה פשוטה איז געבויט אויף די מסורה וואס קומט פונעם טאטען און מאמע איש מפי איש פונעם דור מתן תורה, וואס דעמאלס איז געווען די איינמאליגע געלעגענהייט צו זעהן דעם אמת מיט די אויגן ממש.

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 12:18 am
דורך נולד מאוחר
יאיר האט געשריבן:און וואס איז מיט טוב לו לאדם שלא נברא?

ווער דארף אזוי האלטן איך אדער מיין מאמע, כדי איז זאל נישט דארפן מכבד זיין?

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 12:27 am
דורך נולד מאוחר
boxcover האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז די הסבר אז אפי' מיין מאמע ווארפט מיין געלט אין טייך דארף איך איר האנדלן מיט כבוד.
איז דאס ווייל בכליליות טיען עלטערן פאר קונדער א ים מיט גוטס פונעם געבורטס טאג. אז וויפיל צרות זיי זאל נאר אויסטיילען פארן קונד, וועט עס פארט נישט איבערוועגן די גוטס וואס זיי האבן אלס געטון?
אדער סהאט נישט קיין שיכות. אפי' א קונד איז א מינוט נאכן געבוירן איבער געגעבן פאר אדאפשען. זיינע בייאליגשע עלטערן האבן קיין שום גוטס פאר עם געטאן. איז ער נאך אלץ מחיוב צי ליידען פון זיי?
מיינע עלטערן קענען מיר משוגע מאכן אסאך מאל אן רחמניות. מעג איך זיי זאגן דרך ארץדיג קיש מיר ווי די אידן .... אדער איך מיז זיצן מיט א שמייכעל און הערן אנלימעטיד קריטיק?

איך בין טאקע אויגעוואקסן ביי מיין בייאלאגישע עלטערן אבער אויב גייט מען בתר טעמא אפשר קעם איך מחליט אז זייער שלעכטס איז מער ווי די גוטס און פטור אן עסק.
פון גמ' איז משמע אז אפי' פון א נערווען קראנקע מאמע מיז מען ליידען? וואס איז פשט?

אין ספרי חסידות האב געזעהן אז כיבוד אב ואם איז א אבק כיבוד השם, צו ווייל די באשעפער איז א שיתוף מיט זיי, צו - וזה נראה לי יותר - ווייל די גאנצע אמונה פשוטה איז געבויט אויף די מסורה וואס קומט פונעם טאטען און מאמע איש מפי איש פונעם דור מתן תורה, וואס דעמאלס איז געווען די איינמאליגע געלעגענהייט צו זעהן די אמת מיט די אויגען ממש.

מיין פעטער איז דער וואס האט מיר איבערגעגבן מיין מסורה. בין איך פטור פון כיבוד אב?

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 12:31 am
דורך boxcover
lol. אול דזשויקס עסייד, די פעטער איז א שליח פונעם טאטע (פון דא אדער פון דארט).

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 1:40 am
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:און וואס איז מיט טוב לו לאדם שלא נברא?

ווער דארף אזוי האלטן איך אדער מיין מאמע, כדי איז זאל נישט דארפן מכבד זיין?

ווען דיין מאמע וואלט געהאלטן אזוי וואלט זי דיר דאך נישט געבוירן!

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 1:55 am
דורך נולד מאוחר
אקעי סא אז איך האלט אזוי איז געניג גוט, מיר צי פטרן פון כיבוד אם?

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 3:50 pm
דורך זר זהב
מעג מען צינדן שבת ליכט דארט וואו מ'גייט עסן די סעודות שבת? אן ענטפער ביטע

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:21 pm
דורך DotCom
איך האב אמאל געהערט אז אויף מצות אינמיטן יאר מאכט מען א מזונות נישט המוציא, האט שוין עמיצער אמאל געהערט דערפון?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:25 pm
דורך יואליש
DotCom האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז אויף מצות אינמיטן יאר מאכט מען א מזונות נישט המוציא, האט שוין עמיצער אמאל געהערט דערפון?


קאפישער רב פלעגט אזוי פסק'ען.

אין ראפשיץ האט מען געמאכט א שהכל אויף קארטפעל אגאנץ יאר, און א האדמה אים פסח.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:44 pm
דורך DotCom
יואליש האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז אויף מצות אינמיטן יאר מאכט מען א מזונות נישט המוציא, האט שוין עמיצער אמאל געהערט דערפון?


קאפישער רב פלעגט אזוי פסק'ען.

אין ראפשיץ האט מען געמאכט א שהכל אויף קארטפעל אגאנץ יאר, און א האדמה אים פסח.


ומה הפשט?

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 9:05 am
דורך אביגדור
זייער פשוט

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:49 am
דורך קאווע טרינקער
יואליש האט געשריבן:אין ראפשיץ האט מען געמאכט א שהכל אויף קארטפעל אגאנץ יאר, און א האדמה אים פסח.

ר' יודעלע פון דזיקוב, פלעגט מאכן א "שהכל" אויף פאטעיטע אויך פסח, ביי כרפס, און אינזינען געהאט צו פטר'ן די מרור, ווייל די מרור, חריין, איז נישט ראוי לאכילה כראוי, ע"כ פאלט דאס א מדריגה, פון האדמה צו שהכל.
I LIKE THIS IDEA, ערשטענס, ווייל אויב תפו"א איז שהכל א גאנץ יאר, וועט נישט העלפען פאר "הגדת בית ראפשיץ" 28 בלעטער צו פארענטפערן מה נשתנה הלילה הזה מכל ימות השנה...
ועוד, דאס הייסט א שלחן-ערוך איד, צו ס'שטימט מיט וואס די טאטע האט געטוהן אדער ס'שטימט נישט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2013 11:58 pm
דורך נולד מאוחר
אויב נעמען מיר אן ווי די ב''ה נוח לו לאדם שלא נברא משנברא, איז עס מאראליש אויסגעהאלטן ציבאשאפן נאך מענטשען? ספעשעל אויב כ'האב שוין מקיים געווען די מצוה פין פריה ורבו.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 1:55 am
דורך מאטי
כ׳האב אזא שאלה : מיר ווייסן אז אויב מאכט זיך אז מהאט געהערט לשון הרע טאר מען נישט גלייבן נאר אפמאכן אז ס׳איז נישט אמת.

יעצט וואס איז דער דין אויב ראובן קומט מיר דערציילן אז שמעון האט אים פארציילט אז לוי האט געטוהן אן עבירה
יעצט, ממה נפשך אויב גלייב איך אז לוי האט יא געטוהן די עבירה דאן גלייב איך לשון הרע אויף לוי אויב גלייב איך אז לוי האט נישט געטון דעמאלט איז דאס לשון הרע אז שמעון האט געזאגט ליגענט פאר ראובן.
נ ב איך ווייס אויף זיכער אז שמעון האט עפעס פארציילט פאר ראובן וועגן לוי

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:17 am
דורך זר זהב
אויב גלייבטסע אז לוי האט יא געטון, גלייבסטע סיי לשון הרע אויף לוי און סיי לשון הרע אויף שמעון (אז שמעון האט גערעט לשון הרע)