בלאט 9 פון 12
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 6:00 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען די מושג פון 'דיבוק' האט א מקור אין אידישקייט, האט ר' בערעל אפשר א תירוץ.
נאר וויבאלד אין ש"ס בבלי און ירושלמי, ספרא ספרי תוספתא און מדרשים, זוהר און כתבי אריז"ל ווערט נישט דערמאנט א רמז פון די גאנצע מושג, לא מיניה ולא מקצתיה, דארף מען גארנישט גלויבען קיין איין מעשה, און די בוך פון גרשון וינקלר (מסתמא ווייסט מען וואס איז געווארען מיט איהם) וואס האט מיר אויפגעהאלטען ביי נאכט אלס קינד מיט זיין שוידערליכע מעשה'ס איז גוט פאר העלאווי"ן ותו לא.
דעריבער איז די תירוץ פונקט אזוי גוט ווי די קשיא.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 1:02 am
דורך berlbalaguleh
ר' ליטוואק פון בודאפעסט: איך וועלל מודה זיין אז איך האב נאכנישט אדורך געלערנט די אלע חלקים פון די תורה וועלכע דו רעכנסט אויס. ממילא קען איך מיך נישט מתווכח זיין אויב די ענין פון דיבוקים און גילגולי נשמות ווערט יא, אדער נישט דערמאנט. אבער איך ווייס פון פאקטן, וואס צדיקים האבן ארויסגענומען א דיבוק/גילגול נשמה פון א מענטש. ביים חפץ חיים זצ"ל איז אויך געווען א מעשה. וואס ער האט ארויסגענומען א דיבוק פון א מיידל...!
זיכער איז דא א סאך לעגענדעס און א יעדער שרייבער האט צוגעלייגט זיין אייגענע פאנטאזיע כיד ה' הטובה עליו. אבער דער תכלית פון ארויסנעמען א דיבוק פון א לעבעדיגן מענטש איז אז די נשמה וואס איז אריין אין איהם/איהר זאלל האבן א תיקון. איך בין נישט קיין גרויסער ספעציאליסט (קוים א קליינער) אין דעם גאנצן ענין. איך האב נאר אויסגעדרוקט מיין פערזענליכע מיינונג. באזירט אויף ראיות פון מציאות. כמו שכתבתי שם. אז ס'איז פארהאן אזא פענאמען ווי..."מולטיפל פערסאנאליטי"...און מ'זעהט ביי די מענטשן געוויסע וואונדערליכע אויפפיהרונגען וועלכע האבן נישט קיין הסבר לויט לאגיק אדער סייענס. ווען איך וואלט נישט געווען אזא ע"ה אין טעקנאלאדזשי, וואלט איך צו געלינקט צו די עטליכע קעיסעס אויף יו טוב און גוגל, וועלכע רעדן פון אט דעם סובדזשעקט...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:03 am
דורך נ נח
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען די מושג פון 'דיבוק' האט א מקור אין אידישקייט, האט ר' בערעל אפשר א תירוץ.
נאר וויבאלד אין ש"ס בבלי און ירושלמי, ספרא ספרי תוספתא און מדרשים, זוהר און כתבי אריז"ל ווערט נישט דערמאנט א רמז פון די גאנצע מושג, לא מיניה ולא מקצתיה, דארף מען גארנישט גלויבען קיין איין מעשה, און די בוך פון גרשון וינקלר (מסתמא ווייסט מען וואס איז געווארען מיט איהם) וואס האט מיר אויפגעהאלטען ביי נאכט אלס קינד מיט זיין שוידערליכע מעשה'ס איז גוט פאר העלאווי"ן ותו לא.
דעריבער איז די תירוץ פונקט אזוי גוט ווי די קשיא.
אין כתבי האר״י שער רוח הקודש
"יש לפעמים נפש איזה אדם רשע, שנפשו אינה יכולה להכנס בגיהנום עדיין מרוב עוונותיו, והולכת נעה ונדה, ונכנסת לפעמים בגוף איזה אדם או אשה וכופה אותו ונקרא חולי הנופל."
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 1:19 pm
דורך berlbalaguleh
נ נח: ייש"כ. פאר די ראיה וואס דו ברענגסט צו. אבער וואס דער אר"י הק' שרייבט איבער ..."חולי הנופל"...מיינט מען זיכער נישט די מחלה..."עפילעפסי", רח"ל. ווייל דאס איז א דיאגנאזירטע דיספונקציע פון די רהיטם פון מח...און קען ווערן קאנטראלירט דורך מעדיצין...!
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 2:08 pm
דורך יעקב מענטש
שיטה מקובצת האט געשריבן:Cp
בקשר למה ששאלו על הסיפור של הילד שידע כל התורה כולה בע"פ. והבעלזער רוב נתן לו שנעדל באף וכך שכח את הכל. אני רוצה לספר לכם שלפני כ-4 שנים היה כנס חיזוק לבחורים ובכדי לחזק אותם באמונת צדיקים הביאו את הרב מנדל מקרית צאנז נתניה. (שהוא הילד המדובר) וגם אני הייתי נוכח בכנס זה. והיה לכולם מפח נפש. כי כששאלו אותו אם זה אמת שהוא ידע את כל התורה בעל פה. הוא אמר שהוא רק זכר כמה דפים מספר בן איש חי, ועוד איזה ספר. והבעלזער רוב לא נתן לו שנעדל. ולמעשה. כל הסיפור גדל והתנפח מעל ומעבר. ולמעשה יצא מזה מכשול גדול. כי כולם חשבו שיספר בפרוטרוט סיפור מופת מהבעלזער רוב. ולבסוף ראו שלא היה ולא כלום והנזק היה גדול באמונת חכמים.
פון ווי קומט דאס?
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 2:21 pm
דורך הקטן
די "כנס חיזוק לבחורים" שמעקט צי זיין פאלש.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 2:29 pm
דורך אישתישבי
האט דאך די שנעלקע יא געארבעט, ער האט פארגעסן וואס ער האט געדענקט, און ער האט אפילו פארגעסען די שנעלקע.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 4:43 pm
דורך berlbalaguleh
שיטה מקובצת האט געשריבן:Cp
בקשר למה ששאלו על הסיפור של הילד שידע כל התורה כולה בע"פ. והבעלזער רוב נתן לו שנעדל באף וכך שכח את הכל. אני רוצה לספר לכם שלפני כ-4 שנים היה כנס חיזוק לבחורים ובכדי לחזק אותם באמונת צדיקים הביאו את הרב מנדל מקרית צאנז נתניה. (שהוא הילד המדובר) וגם אני הייתי נוכח בכנס זה. והיה לכולם מפח נפש. כי כששאלו אותו אם זה אמת שהוא ידע את כל התורה בעל פה. הוא אמר שהוא רק זכר כמה דפים מספר בן איש חי, ועוד איזה ספר. והבעלזער רוב לא נתן לו שנעדל. ולמעשה. כל הסיפור גדל והתנפח מעל ומעבר. ולמעשה יצא מזה מכשול גדול. כי כולם חשבו שיספר בפרוטרוט סיפור מופת מהבעלזער רוב. ולבסוף ראו שלא היה ולא כלום והנזק היה גדול באמונת חכמים.
שיטה מקובצת: דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. ווייל מיינע עלטערן האבן דאמאלס געוואוינט אין ארץ ישראל. און מיין טאטע האט געזאגט אז גאנץ ארץ ישראל האט גערעדט וועגן דעם אז דער יונגל קען כל התורה כולה. און מיין רבי אין חדר האט אויך פארציילט פון דעם. אפשר געדענקט דער הרב מאנדל שוין נישט אלע פרטים פון די מעשה...!
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 7:36 pm
דורך berlbalaguleh
שיטה מקובצת: איך האב געקענט דעם פיש...הא הא...! בחיים חיותו . אין מאנטריאל. ער האט געדרייווט א טעקסי. ער האט געהייסן משה יודא געשטעטנער. המכונה ..."מישא"...!
דער בלאט האט נאך קיינמאל לא לפניו ולא לאחריו נישט פארקויפט אזויפיהל צייטונגען ווי יענע וואך ווען די רעדנדיגע פיש איז געווען באריכטעט...!
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2019 8:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די פרט פונעם שנעלקע איז צוגעקומען מיט יארן שפעטער. אויב ווילסטו טאקע אמונת חכמים, קוק
די מעשה. און דאס איז נישט קיין דמיונות פון פופציג יאר צוריק, דאס קענסטו יעצט זען לייוו, טויזענטער מענטשן האבן זיך שוין מגייר געווען צוליב דעם יונגעל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 9:45 am
דורך קאך_לעפל
ווי ס'ווערט פארציילט האט דער בעלזער רב געהייסן אז מ'זאל דאס קינד טובלען אין א מקווה פון ווייניגער ווי 40 סאה. זינט דאן האט ער אלעס פארגעסן און ער איז געווארן כאחד אדם.
מקור? כ'ווייס נישט! והמאמין יאמין והפתי לא יאמין!
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:01 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די פרט פונעם שנעלקע איז צוגעקומען מיט יארן שפעטער. אויב ווילסטו טאקע אמונת חכמים, קוק
די מעשה. און דאס איז נישט קיין דמיונות פון פופציג יאר צוריק, דאס קענסטו יעצט זען לייוו, טויזענטער מענטשן האבן זיך שוין מגייר געווען צוליב דעם יונגעל.
הער אויף! צו ווארפסט די גאנצע בנין...
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:12 am
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די פרט פונעם שנעלקע איז צוגעקומען מיט יארן שפעטער. אויב ווילסטו טאקע אמונת חכמים, קוק
די מעשה. און דאס איז נישט קיין דמיונות פון פופציג יאר צוריק, דאס קענסטו יעצט זען לייוו, טויזענטער מענטשן האבן זיך שוין מגייר געווען צוליב דעם יונגעל.
איז דא עפעס א נאטירליכע הסבר אויף דעם אינגעל?
וואו אזוי געט זיך דערמיט אן עצה די וואס גלייבן נישט אין קיין סופער-נעטראל?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:22 am
דורך הקטן
ער איז אן apologetic עטיעסט - א ריין
מאטרעליסט וואלט אים דן געווען צי מיתה.
ער קען אפשר רעדן און די נאמען פין אן עגנאסטיק נישט קיין עטיאיסט.
ער איז א שטיקל מודה במקצת,
יא, סקען זיין א כח עליון - "מיר ווייסן נאר נישט דערפין"
קימט די ווידיא און ווייזט אים, זעסט? "מיר ווייסען יא דערפין"!
עיין:
Materialismעני וואלווי וואס קוועטש די בעלזע מעשה דארף אויך פילן זייער אים-באקוועם מיט די קאראן מעשה
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:23 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב נישט קיין אהנונג וואו מאטעריעליזם קומט אריין דא, אלע אטעאיסטן וואס איך קען האלטן ווי אים.
און ניין, איך גיי נישט איבערשרייבן יעדעס מאל דו שרייבסט איבער דיין תגובה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:54 am
דורך רביה''ק זי''ע
דו ווייסט די חילוק צווישן א חסיד און א ליטוואק? א חסיד גלייבט נאר אין זיין רבי, אלע אנדערע רביס זענען פאלש. זאגט דער ליטוואק, דער סאטמארער גלייבט נישט אינעם בעלזער, דער בעלזער גלייבט נישט אינעם קלויזנבורגער, איך גלייב נישט אין קיינעם. ודו"ק.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 12:38 pm
דורך הקטן
איך אלס א איד א מאמין, זאל שוין דאס זיין אמת, האב איך בכלל נישט קיין אישא מיט יענעם ווידיא - פארקערט ס'איז מיר נישט אזא גרויסער חידוש
איך האב אבער א חבר וואס ער גלייבט נישט אין קיין סופער-נעטראל, ער איז גרייט צי באצלן ווער ס'קען אים ווייזען עפעס וואס לאזט זיך נישט מסביר זיין בדרך הטבע, מיט די 5 חושים.
וואו אזוי קריכט ער ארויס דערפין? וואו אזוי איז ער דאס מסביר?
אפשר ביסטי גערעכט, ער ניצט דיין דיפענס, "איך ווייס דאך נישט אין וועם ציגלייבן", און לייגט ווייטער אריין זיין קאפ אין דער ערד כאילו ער האט גארנישט געזען.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו ווייסט די חילוק צווישן א חסיד און א ליטוואק? א חסיד גלייבט נישט אין קיין רביס, אויסער זיין רבי. זאגט דער ליטוואק, דער סאטמארער גלייבט נישט אינעם בעלזער, דער בעלזער גלייבט נישט אינעם קלויזנבורגער, איך גלייב נישט אין קיינעם. ודו"ק.
ביז ער זעט אן אפענע מופת פין רב שטיינעמאן, און פאנגט אן צי האבן פייגליך אין קאפ, ווער ווייסט אפשר די מעשה מיט בעלזע רב מיט די שווייצע מטבע איז יש דברים בגו
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 12:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הקטן האט געשריבן:איך אלס א איד א מאמין, האב בכלל נישט קיין אישא מיט יענעם ווידיא - פארקערט ס'איז מיר נישט אזא גרויסער חידוש.
שטייען מיר דאך אויף איין פעידש.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 12:53 pm
דורך מרדכי ישראל
קאך_לעפל האט געשריבן:ווי ס'ווערט פארציילט האט דער בעלזער רב געהייסן אז מ'זאל דאס קינד טובלען אין א מקווה פון ווייניגער ווי 40 סאה. זינט דאן האט ער אלעס פארגעסן און ער איז געווארן כאחד אדם.
מקור? כ'ווייס נישט! והמאמין יאמין והפתי לא יאמין!
פתי יאמין לכל דבר
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 12:55 pm
דורך אישתישבי
ממש א ריזיגע פראבלעם, איינער זאגט אז א קינד האט געקענט קוראן אליין, און אים דארף געבן א הסבר. מיין הסבר איז פשוט, להד"ם. א קינד א עילוי איז דא אסאך.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 1:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי די אידן האבן געקענט דינען דעם עגל,
וכו' וכו'...
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2019 8:03 am
דורך לבי ובשרי
יידל האט געשריבן:קינות'ל, כ'האב געהערט פון א איד אז פאפא רב האט פארהערט דעם קינד אין קינדערגארטן און דאס קינד האט געזאגט עפעס צוויי גירסאות אין א משנה אין נגעים. פאפא רב לעבט שוין נישט, אבער דער איד זאגט מיר אז הרב עזריאל טויבער איז געווען דערביי ביים פארהער (ס'שטימט מיך עפעס נישט מיט די יארגאנגן, אבער אזוי זאגט יענער). אז דו קענסט, פארבינד זיך ביטע מיט הרב טויבער, וואס זעט אויס דערווייל צו זיין די איינציגסטער וואס לעבט נאך און האט בייגעוואוינט א פארהער פון דעם ילד הפלא.
[center]עדות נאמנה[/center].
שאלתי הגה"ח את רבי עזריאל טויבער אודות הענין וכתב לי בזה"ל:
"נכון שהיתי בנוכח כשהמלמד של הילד פלא סיפר בפרטיות להרב מפאפא איך הוא גילה את את הילד פלא ואיך הוא בחן אותו בכל מיני שאר ספרי קודש".
"אני בעצמי דברתי אם הילד פלא בפסח תשי״ד שעד אז הוא עוד דיבר כל מי ששאל אותו. אבל אני שרציתי לדובב אותו היה בדיוק שאחרי האדמור מבעלזא ציוה עליו לא לדבר יותר לשום איש אמר לי הילד הרבי ציוה עלי לא לא לדבר. כנראה שהוא שכח הכל".
"דרך אגב היה מפורסם אז הסיפור כשאלו אותו בספרי החזון איש הוא ידע בעל פה. אבל כשאלו אותו בספרי הרב קוק הוא לא ידע. כך היה אז הפרסום בעולם התורה".