בלאט 9 פון 9
Re:
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:59 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
פאסטעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:08 pm
מדרגה?
א בעל תשובה מיטן נאמען ישעיהו ווייס האט גע’עפענט א סטודיא צו מאכן בילדער אין בני ברק, אבער פרנסה איז אים נישט געגאנגען זייענדיג א פרעמדער אין שטאט.
ווען ער איז אריין צום טשערנאבלער רבי שליט"א אין בני ברק זיך אפרעדן אויף זיין מצב הפרנסה, האט אים דער טשערנאבלער רבי געפרעגט אויב ער וועט מאכן שיינע בילדער פון אים, צו עס וועט העלפן פאר פרנסה?
זיכער! האט ישעיה געזאגט.
אומר ועושה, דער רבי איז אריבער צום סטודיאו און זיך געשטעלט פאר די בילדער ווי אן אפשערן אינגל.
וואס טוט מען נישט פאר (יענעמס) פרנסה?
זעהט:
IMG_20240530_205848_822.jpgIMG_20240530_205848_608.jpgIMG_20240530_205849_106.jpg
גניבה אלערט!!!
Re: אינטערסאנטע בילדער
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 2:47 am
דורך berlbalaguleh
רב חאצאצאק הקטן שליט"א: וואספארא גניבה אלערט? דער טשערנאבילער רבי שליט"א איז א צדיק. א צדיק מיינט נישט דווקא איינער וואס מאכט פאקסן און קולות ביי ספירת העומר. אדער ביי די נענועים.
Re: אינטערסאנטע בילדער
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2024 8:45 am
דורך [NAMELESS]
יענעמ'ס גשמיות איז דער אייגענעמ'ס רוחניות
Re: אינטערסאנטע בילדער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:19 pm
דורך די קעפעלע
Re: אינטערסאנטע בילדער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 4:21 pm
דורך berlbalaguleh
אוי איז דאס אמת: איך האב אייביג געהאט א חקירה אויב א טיפש ווייסט וואס ער איז. אויך. אויב א בעל גאוה ווייסט אז ער איז א בעל גאוה.
דער תירוץ פאר ביידע איז אז זיי ווייסן נישט. דער טיפש האלט זיך פאר דעם גרעסטן חכם. און דער בעל גאוה האלט אז ער איז אן עניו.
ומעשה שהיה: איך האב אמאל אנגעטראגן א שידוך פאר א "בכבוד'יגן" איד. פאר זיין אייניקל. האט ער מיר געענטפערט. נישט נאר דער שידוך פאסט נישט פאר זיין משפחה. נאך א מזל איך האב עס נישט אנגעטראגן פאר זיין איידעם ווייל ער וואלט זיך שטארק באליידיגט. נאר ער, דער זיידע באליידיגט זיך נישט. (ווייל ער איז דאך אן עניו.).
אויך: איך האנדל מיט א מענטש וואס ער קען נישט אפליינען קיין 2 שורות אויף אידיש אדער ענגליש. און ער האלט זיך פאר דעם גרעסטן חכם. ער זאגט מבינות איבער אלץ און אלעם.
Re: אינטערסאנטע בילדער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
מאידך גיסא זאגט דער וועלט = א נאר טויג זיך צו זיין זאך
Re: ביי ר' חיים קנייבסקי שליט"א
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:22 pm
דורך צוויי
נקודת-אמת האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 01, 2018 1:44 pm
איז פארגעקומען א מעמד שבירת סמארט-פאון'ס די וואך,
באמערקט'ס ווי מ'פאטאגראפירט דעם מעמד דארך א סמארט-פאון...
צילום שבירת סמארטפונים בסמארטפון.jpg
קרעדיט
דאס איז ארומצושיקן אויף די גרופ'ס אז אויך אין די סמארטפאונ'ס זאל מען זעהן די מעמד...
Re: אינטערסאנטע בילדער
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:36 pm
דורך berlbalaguleh
נאר אויב ד כלי אליין איז טמא ווי מעג מען זיך באנוצן דערמיט אפילו פאר א גוטן צוועק.
Re: אינטערסאנטע בילדער
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 6:21 pm
דורך צוויי
ווער זאגט מ'מעג...