בלאט 9 פון 12

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 1:12 am
דורך אויפגעקלערטער
יואליש האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:https://www.facebook.com/photo.php?v=270380029781306&set=vb.100004279329370&type=2&theater


פארוואס לינקן צום טריפה'נע פעיסבוק ווען ס'איז עוועליבעל אויף בחצרות יואטוב (זהירות - נשים):

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ymfj0HcF2sQ[/youtube]

אוי יוסי יוסי! ווי איז דיין פיאות? (איי לאוו יו יוסי!)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 11:49 am
דורך hopefully
ישיבה אור חדש דפראג
דרשת ראש ישיבה ליל ז' דחנוכה

זמירת ביי כלל ישראל:
מזינגט דא אז אגמור בשיר מזמור חנוכת המזבח. כהאב מיך געוואלט אפשטעלן רעדן אפאר מינוט . ס'טומלט זיך אויף די גאס איבער א נייער טעיפ פון א בארימטן בעל מנגן, עמיצער וואס האט שוין אסאך משמח געווען יודישע שטיבער און אויף שמחות, היות ס'איז חנוכה היינט און איינע פון די שטארקע יסודות ביי יודישע אסיפות איז זינגען זמירות שירות ותשבחות למלך קל חי וקים. ובפרט חנוכה ווען זינגען פארנעמט א שיינער פלאץ. האב איך געקלערט צו רעדען אביסל איבער דעם ענין, ובכלל איבער עניני ניגון ושמחה. א זאך וואס ליגט מיר שוין א לענגערע צייט אויפן הארץ אדורכצושמועסן.

כבוד שמים:
קודם איז עס ב"ה א תענוג רוחני צו הערן וויאזוי בחורים קריגן זיך ארום איבער יודישקייט ענינים זה בכה וזה בכה, איינער זאגט עס מאכט חרוב יודישקייט, א צווייטער טענהט אז עס בויט גאר אויף. וכו' אבער אזוי ווי אין יעדען ענין וואס מען פרעגט מיך אן אלס דער ראש ישיבה, וועל איך פרובירן צו טראכטן ראשית, וואס וואלטן ווען ערליכע יודן יראי השם געענטפערט אויף אזא זאך. און צווייטענס וואס קען זיין דער רצון ה' אין אזא פאל.

כח הנגינה איז גאר הויעך:
בעצם וויאזוי קוקט היינט אויס דאס הערן מוזיק אין ישיבות און ביי בחורים בכלל. דער בחור קען זיצן צוגעשמידט צו זיין מאשינדעל פאר שעות אריכות און זינגען און טאנצן אן אויפהער. וואס הערט ער דארטן, פון וואס טראכט ער ווען ער ווערט נתעורר פון די מוזיק. צו ווערט ער נתעלה מיט האפענונג אויף א גוטער עתיד אדער דריידט זיך דעך מח ערגעץ אין הרי הררט. וויסן זאלסטו אז ווען די הערסט מוזיק קענסטו באותו זמן תשובה טאן און נתקרב ווערן צו השי"ת באופן נעלה מאוד כידוע מצדיקים בזה הענין. חבל על הזמן ניץ עס כאטשיק אויס אויף א גוטע זאך לעשות נחת רוח להבוית"ש. פילעוועט די הרהורי תשובה ביים טאנצן האבן צדיקים געזאגט.

ווייטאג איבער גוישע מוזיק:
איך וויל דא אבער אריינגיין אין גאר א פארווייטאגטער ענין וואס מען מוז ארויפברענגן אויפן אויבערפלאך. אמת, דא ביי אונז איז דער פירצה נישט שייך ב"ה אבער כ'האב ליידער צוריקגעהערט פון בחורים און פון עלטערן און אנדערע מחנכים אז ס'איז געווארן א חורבן נורא ואיום און דאס איז דער ענין פון הערן גוישע מוזיק. נישט קיין מאדערענע נאר גוישע פון די געמיינסטע מענער און פרויען רח"ל

מקור הקליפה והטומאה:
פאר א יודיש קינד א חלק אלקי ממעל צו זיצן און הערן גוישע מוזיק איז א גרויסער פגם, און סאיז פארבינדן מיט עטליכע איסורים פון די תורה און סאיז קלאר אז די שכינה הק האט פון דעם צער. דער פירצה האט זיך ליידער פארשפרייט צוזאמען מיט אנדערע איבלען וואס דער אינטערנעט און סמארט פאנס האבן ליידער אנגעברענגט אבער דא האט ממש אויסגעבראכן א שריפה בכרם בים ישראל ביי די יוגענט. שומו שמים בחורים שלאפן איין ביינאכט הערענדיג די געמיינסטע סאנגס, פון די געמיינסטע זינגערס, זינגענדיג די געמיינסטע נידעריגסטע ווערטער. יונגעלייט שמייסען אויפן הייוועי און קענען הערען פראסטע געזינגעכץ וואס אויב זיין יונגעל זאל אים נאר כאפן ביי די מעשה וואלט ער זיך דאך באגראבן פאר בושה לעולם ועד. און מען רעדט נישט פון קיין צופאל ביים דאקטערס אפיס, מען רעדט פון טעגליך שעות ארוכות זיך באדן אין שמוץ.

חוץ מאחר:
די ברענגסט אין דיר אריין דאס ארגסטע, דערמאן דיך וואס אונז האמיר געלערענט אין די גמרא פון אחר. יעדער קען תשובה טאן חוץ ער, אזוי הארב איז דאס גוישע מוזיק, און ווי דער רבי זי"ע טייטשט אויפן בת קול חוץ מאחר ווייל ער איז שוין אן אנדערער מענטש סאיז גארנישט די זעלבע פארדעם קען ער נישט תשובה טאן דאס טוישט דיין מהות. פון דארט גליטשט עס שוין נאן סטאפ.

ארגער פון אלעם:
וואס איז דער תירוץ אויף דעם, פעלט דען יודישע זינגערס. מען האט שוין געשמועסט כמה פעמים אין פראקטיק איבער די לאנג טורעם אפעקט פון גוישע מוזיק וואס קען זיין וועגן דעם שטייגט דאס איבער אנדערע פירצות ווייל דאס בלייבט איינגעקריצט אויף אייביג. ערגער אפי' פון קוקען א מאווי וואס דאס פארגעסטו ביז א וואך א חודש. אבער א ניגון בלייבט מיט דיר אין דיין מח אין דיין מויל ביזן לעצטען טאג פון דיין לעבן.

יודישע ניגונים מול השטן:
שב"ק ביים טיש טוסטו א גאנצע טובה אז די זונגסט דארטן צוויי מינוט די הערליכע זמירות אבער ווען סקומט צו גוישע ניגונים ווערסטו פריש ווי א פרעכער פויער. השי"ת קוקט זיך צו דערצו און וואונדערט זיך. אותי עזבו מיך האסטו איבערגעלאזט מיינע געבאטן, מיינע פסוקים, און וואס האסטו גענומען אויף מיין פלאץ. איז דען דא א גרעסערע צער פאר די שכינה הק'. רבותי סאיז צייט צו מאכן א חשבון הנפש איך רעד נישט דא צו קיין בחורים פון פראג'ער ישיבה ב"ה אבער מען זאל איבערגעבן פאר די וואס מען דארף מעורר צו זיין. די געוואלדיגע כח וואס די האסט אין מויל צו רעדן צום אייבערשטען זיך אויסוויינען דיין הארץ מיט הארציגע ניגונים, אוודאי קען דאס דער שטן נישט ציקוקען אבער דאס איז אונזער כח.

איבער גאר הויכע מוזיק:
אז מען רעדט שוין צו אייך וויל איך דא אויך ארויסברענגן אן ענין פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, אויך בנוגע מוזיק וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילען אין זיין תורה. די בחורים זיצן אזוי צוגעשמידט מיט די העדפאונס צו ביידע אויערען און זיי כאפן זיך נישט אז זיי מאכן זיך אן גרויס שאדן צו די כח השמועה. אפי' אויב די באמערקסט עס נישט אצינד, זאגן אלע מומחים אז די שאדן ווערט געמאכט. דעריבער ווען די הערסט מוזיק פארוואס דארף די וואליום זיין אויף די העכסטע צו צולעכערען די אויערען. ובכלל רעדן זיך בחורים אפ אז זייערע שכנים הערן מוזיק ביינאכט און ס'שטערט פון איינשלאפן, און דאס גייט שוין אריין אין גזל שינה און אויך אנדערע איסורים פון בין אדם לחבירו וואס אפי' יו"כ איז נישט מכפר עד שירצה, און צומאל איז עס ביטול תורה דעריבער זאל מען זיין געווארנט איבער די זאכן און עס נישט נעמען פאר לייכט.

וישמעו ענוים וישמחו:
בנוגע לענינינו איבער די נייע סי די. נאכן זיך נאכפרעגן ביי מענטשן, אזעלעכע וואס פארמאגן א דעת תורה און א דעת בעלי בית, וואס האבן שוין געהערט דעם טעיפ פארשטיי איך בכלל נישט וואס די פראגע איז. וואס איז דא די שאלה. און איך רעד דא דווקא צו אייך מיינע תלמידים. פרעגסט צו די מעגסט בכלל הערן מוזיק? דאס איז אן ערענסטע שאלה וואס איך האב שוין כמה פעמים געזאגט אז כקען נישט ענטפערן. לויט ר' וואלף שליט"א טאר מען בכלל נישט הערן קיין מוזיק. פרעגסט צו ס'איז דא דערינען כפירה, בהחלט נישט. פרעגסט צו סאיז אסור איך האב נישט געהערט פון קיין שום איסור. די רעדע איז איבער א טאלאנטפולער זינגער וואס קלאפט צאם יוצרות אלס א פאך. בדרך אגב האט מען נישט אנגענומען אלע יוצרות ווייל דער פארפאסער מיז האקן און שמעלצער"ן. צו ער איז אן ערליכער צו נישט ווייס איך נישט. סאיז בכלל נישט נוגע, ס'דערמאנט מיך א מעשה ידוע ביים ווישניצער רבי פון מאנסי האט מען אנגעהויבן זינגען א קארלבאך ניגון ביים טיש, און די סיקריקים פרומע האבן זיך גענומען שישקען און פארפירן אז סאיז א שלמה קארלבאך ניגון. גיט זיי דער רבי אזא תמימותדיגען, אבער שטעכעדיגן פרעג. נא וואס איז דער פראבלעם ער לאזט עס דען נישט זינגען. ופני הסיקריקים חפו. והמבין יבין. אבל אין כאן לא איסור ולא חרם וישמעו ענוים וישמחו. אז די רבנים וועלן פארשטיין ארויסצוגעבן אן איסור איז שוין אן אנדערע מעשה. צוליב ככל אשר יורוך.

כי הם חיינו ואורך ימינו:
יעצט א בחור וואס דינט דעם אייבערשטען יומם ולילה, אדער א בחור וואס קומט פון א ערליכע שטוב ווי מהאט בכלל נישט געהערט קיין מאדערענע מוזיק וועט דאך דאס אוודאי נישט הערן, ער הערט דאך נישט בכלל קיין טעיפס, ער שפירט א מתיקות אין די תורה הק' און דאס איז זיין לעבן און זיין שטרעבן. ווייטער די סארט בחורים וואס הערן כלערליי מוזיק זעה איך נישט דער פראבלעם.

ווער איז מחנך דיין קינד:
קיין שום טאטע אדער בעל מחנך קען זיך נישט ארויסדרייען פון חינוך. עס איז דיין אחריות אז דאס קינד זאל הערן פון דיר איינמאל און נאכאמאל דיין שטעלע בכל ענין וענין, פון די חשובות פונעם דיוקנא קדישא און אלע י"ג עקרים ובתוכם שכר ועונש. אפילו אויב די מיינסט אז ער הערט דיך נישט אויס וועסטו נאך אי"ה דערלעבן צו זעהן ווי ער גייט דיך אלעס נאכזאגן נאך פונקטליכער ווי די מיינסט. ווען דער טאטע אדער ראש ישיבה וויל אז זיין זוהן זאל פילען די קדושה אינעם בארד זאל ער רעדן דערפון, אויב א טאטע אדער א ראש ישיבה וויל אז זיין קינד זאל וויסן אז סאיז דא א בורא אויף דער וועלט זאל ער דערפון רעדן. א זינגער קען בהחלט נישט איבערנעמן דיין פלאץ נישט לטוב און נישט לרעה.

א פליכט אויף די זינגערס:
אמת ס'ליגט א געוואלדיגע פליכט און אן אחריות אויף די זינגער זיך צו האלטן אין די ראמן, סזאל ארויסקומען פון זייערע הענט א דבר שלום ומתוקן הראוי לבא על שלחן מלכים. ווייל נאך אלעם אז זיי וועלן פארדארבן דעם עולם מיט גוישע טענער וועט דער עולם וועלן גיין צום סארס אליינס. און דאס איז דאך ממש סוסייד פאר די זינגער חוץ וואס ער וועט גורם זיין יענעמס רוחניותדיגע נפילה. ה"י

אמאליגע זינגער:
אינדערהיים זענען רוב זינגערס געווען מאדערענע. דער זינגער המדובר איז כל הדיעות א מאדערענער, וועסטו מיר זאגן אז מען האט גע'אסר'ט צו הערן אלע זינגערס אינדערהיים. איך שטעל אראפ אן הנחה אז רוב רובא פון די היינטיגע זינגער זענען מאדערענע מענטשן. דאס איז א בלויזע מציאות.

לא תגנוב:
נאך א וויכטיגע נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז דאס ענין פון גניבה און גזילה וואס סטוט זיך אפ אין די מארקעט פון טעיפס. היינטיגע צייטען ווען אלעס גייט אין סקונדעס אויף קאפי-פעיסט און וואטס-עפ וועט איר אפשר נישט פארשטיין אז אין א נייע סי די וואס קומט ארויס ליגט אריינגעלייגט שעות ארוכות ארבעט. שווערע געבארגטע געלטער, אן א שעור הארעוואניע, מיט קאפ און מח און דא קומט א ראצער ער גיבט דאס א גנב'ע אראפ, א גנב לכל הדיעות און ער רעדט פון יודישקייט. אנטשולדיגט אבער ס'האט נישט קיין טעם. ווי איז דיין מענטשליכקייט, ווי איז דיין עדיוקעישאן, ווי איז דיין פארשטענדעניש מיט א צווייטן. אמת רוב עולם טוט עס אבער מיר זענען דאך העכער מיר זעמיר דער עם הנבחר און מיר קענען זאגן ניין דאס איז נישט ריכטיג דאס איז כנגד התורה און בדרך אגב כנגד החוק אויך.

אור חדש בגימ' להדליק נר חנוכה:
וועל איך מסיים זיין כעין הפתיחה דער אייבערשטער זאל אונז דערפרייען און אריינשיינען דעם נייעם אור פון היי יאר חנוכה. דער ליכטיגקייט וואס קומט יעדעס יאר אראפ און ווערט שטערקער לקראת ביאת משיח. כמאמר הכתוב אש לפניו תלך ותלהט און אנדערע פסוקים וואס מען זאגט ביי קבלת שבת. און דאס איז פשט אז אור חדש איז בגימ' להדליק נר חנוכה. יעדעס יאר וואס מען צינדט חנוכה ליכטלעך ווערט מער ליכטיג. יעדעס מוסר שמועס אדער תהלים זאגן מאכט א געוואלדידע רושם אויף דיין נשמה. די זעהסט עס אפשר נישט אלעמאל אויפן פלאץ אבער אור חדש על ציון תאיר ונזכה כלנו במהרה לאורו ווען משיח וועט קומען אין יענע פארכטיגע טעג ווען ס'וועט ליכטיג ווערן וועלמער אלעס פארשטיין אלעס זעהן ואז ימלא שחק פינו ואז אגמור בשיר מזמור חנוכת המזבח. א פריילעכען חנוכה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 12:58 pm
דורך הבא ללמד
[tag]hopefully[/tag] איך מעג פרעגן ווער איז דער ראש ישיבה? צי איך מעיג אים אוועק מאכן במחי היד ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 1:24 pm
דורך ודי למבין
WOW איך קען נאך צוריק גיין אין ישיבה? פיינעלי א ראש ישיבה וואס רעדט צום זאך און ברענגט ארויס גוטע און שטארקע פוינטס (כאטש איך אערי נישט מיט אלעס), א לינק פאר דאנעישענס פליז...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 1:31 pm
דורך shem-tov
יא דעם ראש ישיבה קענסטו אוועקמאכן וויפיל די ווילסט, סאיז אמאל געווען דא אן אשכול איבער די פראגער ישיבה, עיין שם וועסטו שוין אלעס פארשטיין, ווייל אלעס ווענדט זיך ווער סזאגט עס און פארוועמען מען זאגט עס, לדעתי רעדט ער מוראדיג צו דער זאך מיט שטארקע נקודות וואס ספארלאנגט זיך פאר די בחורים. ס,

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 1:47 pm
דורך מצב הדור
Bam64Y6CMAAxy53.jpg large.jpg


ציגעלע ציגעלע ווי דיין בארד בארד בארד ווי דיין ציגעלע...

BahmO84CMAEyLz1.jpg large.jpg

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:07 pm
דורך לך לך
נולד מאוחר האט געשריבן:איינער קען פליס שרייבן דא די ליריקס פון די ניגן פינטעלע איד.


עס איז קאלט און עס בלאזט א ווינטל
דו שפירסט אז דו ווערסט געפרוירן
געדענק אז ס’איז דא איין פינטל
וואס גייט קיינמאל נישט פארלוירן
דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן
און וועט אייביג ברענען
דאס קען מען פון אונז נישט פארטרייבן
וויאזוי מיר זענען
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
ווען א מענטש זאגט איך בין נישט גלויביג
זאלסטו אים גארנישט גלייבן
זיין פענסטער איז נאר שטויביג
און דו קענסט אים אויפהייבן
דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן
ווייל
און וועט אייביג ברענען
דאס קען מען פון אונז נישט פארטרייבן
וויאזוי מיר זענען
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
פארשטענדעניש האב פאר יעדן
כאטש ס’איז נישט וואס דו ווילסט דערקענען
אלע קריגן היינט גן-עדן
שוין פארלאשן איז דאס גיהנום
ווייל אז דאס פינטעלע איד טוט אייביג בלייבן
און וועט אייביג ברענען
וועט דער בורא פאר אונז גוט‘ס פארשרייבן
וויאזוי, וויאזוי מיר זענען
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
אוי דאס פינטעלע איד
ווען ס’איז קאלט און עס בלאזט א ווינטל
דו שפירסט אז דו ווערסט געפרוירן
געדענק אז ס’איז דא איין פינטל
וואס גייט קיינמאל נישט פארלוירן
און דאס איז דאס פינטעלע איד

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:14 pm
דורך ממרום שלח אש
לך לך האט געשריבן:פארשטענדעניש האב פאר יעדן
כאטש ס’איז נישט וואס דו ווילסט דערקענען
אלע קריגן היינט גן-עדן
שוין פארלאשן איז דאס גיהנום
ווייל אז דאס פינטעלע איד טוט אייביג בלייבן
און וועט אייביג ברענען
וועט דער בורא פאר אונז גוט‘ס פארשרייבן
וויאזוי, וויאזוי מיר זענען


אין אנדערע ווערטער

שָׁוְא עֲבֹד אֱלֹהִים וּמַה בֶּצַע כִּי שָׁמַרְנוּ מִשְׁמַרְתּוֹ וְכִי הָלַכְנוּ קְדֹרַנִּית מִפְּנֵי יְהוָה צְבָאוֹת. וְעַתָּה אֲנַחְנוּ מְאַשְּׁרִים זֵדִים גַּם נִבְנוּ עֹשֵׂי רִשְׁעָה גַּם בָּחֲנוּ אֱלֹהִים וַיִּמָּלֵטוּ.


עברי טייטש בערך

אומזינסט דינען מיר גאט! וואס פארדינען מיר אז מיר היטן זיינע געבאטן? וואס האבן מיר דען שאדן און אז מיר הארכן אים נישט? מיר לויבן רשעים, די אפגעפארענע גייט פונקט אזוי גוט, זיי האבן אפגעלאזט גאט און עס שאדט זיי נישט.

אזוי זאגט ליפא!

אויף דעם ענפערט גאט, עץ לעבטס אין א ביטערן טעות, דער גיהנום איז גרייט און עס פלאקערט! איך וועל נישט פארגעסן פון גארנישט, יעדער וועט באקומען באצאלט, די פרומע און די א.ט.ד.

וְשַׁבְתֶּם וּרְאִיתֶם בֵּין צַדִּיק לְרָשָׁע בֵּין עֹבֵד אֱלֹהִים לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ.

יט כִּי הִנֵּה הַיּוֹם בָּא בֹּעֵר כַּתַּנּוּר וְהָיוּ כָל זֵדִים וְכָל עֹשֵׂה רִשְׁעָה קַשׁ וְלִהַט אֹתָם הַיּוֹם הַבָּא אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת אֲשֶׁר לֹא יַעֲזֹב לָהֶם שֹׁרֶשׁ וְעָנָף. כ וְזָרְחָה לָכֶם יִרְאֵי שְׁמִי שֶׁמֶשׁ צְדָקָה וּמַרְפֵּא בִּכְנָפֶיהָ וִיצָאתֶם וּפִשְׁתֶּם כְּעֶגְלֵי מַרְבֵּק. כא וְעַסּוֹתֶם רְשָׁעִים כִּי יִהְיוּ אֵפֶר תַּחַת כַּפּוֹת רַגְלֵיכֶם בַּיּוֹם אֲשֶׁר אֲנִי עֹשֶׂה אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת.

כב זִכְרוּ תּוֹרַת מֹשֶׁה עַבְדִּי אֲשֶׁר צִוִּיתִי אוֹתוֹ בְחֹרֵב עַל כָּל יִשְׂרָאֵל חֻקִּים וּמִשְׁפָּטִים

עברי טייטש בערך

אה! עטס וועטס שוין זען דער חילוק צווישן א עובד ה' און די וואס האבן אים פארלאזט!

ווייל אט דער טאג קומט, עס ברענט ווי א קאלך אויווען, און עס וועלן זיין אלע אפגעפארענע און אלע שלעכט טוער ווי שטרוי, און דער טאג וועט זיי פארציקן - זאגט גאט האר פון די הערשאפטן - עס וועט נישט איבערבלייבן פון זיי קיין ווארצל און קיין צווייג.

און פאר די וואס פארכטן מיר וועט אויפשיינען א לייטזעליגע זון וואס וועט היילן מיט אירע פליגל. און זיי וועלן פאשענען ווי פעטע רינדער און די רשעים וועלן זיין אש אונטער ענקערע פוס. און דעם טאג וואס איך וועל טון אזוי - זאגט גאט האר פון די הערשאפטן.

געדענקטס די תורה פון משה מיין קנעכט, אלעס וואס איך האב אים באפוילן אין חורב די חוקים ומשפטים.

און מיט דעם ענדיגן זיך די ווערטער פון מלאכי דער לעצטער נביא און למעשה דאס לעצטע מעסעזש צו כלל ישראל, ביז יענע פארכטיגע טאג וועט קומען בב"א.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:16 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך גלייב נישט אין דעם, אז ס'דא איינער וואס האט ערווארטעט פון ליפא עפעס אנדערש ווי וואס ער האט יעצט פראדוצירט. פינטל!
אלא מאי? מענטשן וואס האבן ליב פון זייער מהות אויס, צו בארעדן און צוטרעטן ווער ס'קומט זיי אונטער די נעגל, זיי האבן יעצט א סעודת לוויתן.
פונקט ווי א בער פארציקט א לעמעלע, פארוואס? האט די לעמעלע עהם אמאל וויי געטון? ניין, דער בער לעבט אויף דעם.. אזוי אויך דער רגזן לא עלתה לו אלא רגזנותו..
ליפא לעבט צו ליפענען.. און לוסטיג אויף לוסטיגען און קריטיקירער אויף צו קריטיקירן..
חלילה איך רעד נישט אקעגן די מחנכים וואס זאגן זייער מיינונג צווישן די ווענט פון זייער ישיבה און פאר זייערע תלמידים, פונקט ווי א טאטע מעג זאגן פאר זיינע קינדער וואס ער האלט. אבער ס'איז א בושה פאר איינעם זיך צו טונקן און פאטשקענען מיטן מאכן אויף יענעמס קאפ מיט אפעטיט און פארגעניגן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:40 pm
דורך שרייבער
יואליש האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:https://www.facebook.com/photo.php?v=270380029781306&set=vb.100004279329370&type=2&theater


פארוואס לינקן צום טריפה'נע פעיסבוק ווען ס'איז עוועליבעל אויף בחצרות יואטוב (זהירות - נשים):

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ymfj0HcF2sQ[/youtube]

מיט וואס איז יו טוב כשר'ער ווי פעיסבוק

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:55 pm
דורך shem-tov
ממרום שלח אש האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:פארשטענדעניש האב פאר יעדן
כאטש ס’איז נישט וואס דו ווילסט דערקענען
אלע קריגן היינט גן-עדן
שוין פארלאשן איז דאס גיהנום
ווייל אז דאס פינטעלע איד טוט אייביג בלייבן
און וועט אייביג ברענען
וועט דער בורא פאר אונז גוט‘ס פארשרייבן
וויאזוי, וויאזוי מיר זענען


אין אנדערע ווערטער

שָׁוְא עֲבֹד אֱלֹהִים וּמַה בֶּצַע כִּי שָׁמַרְנוּ מִשְׁמַרְתּוֹ וְכִי הָלַכְנוּ קְדֹרַנִּית מִפְּנֵי יְהוָה צְבָאוֹת. וְעַתָּה אֲנַחְנוּ מְאַשְּׁרִים זֵדִים גַּם נִבְנוּ עֹשֵׂי רִשְׁעָה גַּם בָּחֲנוּ אֱלֹהִים וַיִּמָּלֵטוּ.


עברי טייטש בערך

אומזינסט דינען מיר גאט! וואס פארדינען מיר אז מיר היטן זיינע געבאטן? וואס האבן מיר דען שאדן און אז מיר הארכן אים נישט? מיר לויבן רשעים, די אפגעפארענע גייט פונקט אזוי גוט, זיי האבן אפגעלאזט גאט און עס שאדט זיי נישט.



אזוי זאגט ליפא!

אויף דעם ענפערט גאט, עץ לעבטס אין א ביטערן טעות, דער גיהנום איז גרייט און עס פלאקערט! איך וועל נישט פארגעסן פון גארנישט, יעדער וועט באקומען באצאלט, די פרומע און די א.ט.ד.

וְשַׁבְתֶּם וּרְאִיתֶם בֵּין צַדִּיק לְרָשָׁע בֵּין עֹבֵד אֱלֹהִים לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ.

יט כִּי הִנֵּה הַיּוֹם בָּא בֹּעֵר כַּתַּנּוּר וְהָיוּ כָל זֵדִים וְכָל עֹשֵׂה רִשְׁעָה קַשׁ וְלִהַט אֹתָם הַיּוֹם הַבָּא אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת אֲשֶׁר לֹא יַעֲזֹב לָהֶם שֹׁרֶשׁ וְעָנָף. כ וְזָרְחָה לָכֶם יִרְאֵי שְׁמִי שֶׁמֶשׁ צְדָקָה וּמַרְפֵּא בִּכְנָפֶיהָ וִיצָאתֶם וּפִשְׁתֶּם כְּעֶגְלֵי מַרְבֵּק. כא וְעַסּוֹתֶם רְשָׁעִים כִּי יִהְיוּ אֵפֶר תַּחַת כַּפּוֹת רַגְלֵיכֶם בַּיּוֹם אֲשֶׁר אֲנִי עֹשֶׂה אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת.

כב זִכְרוּ תּוֹרַת מֹשֶׁה עַבְדִּי אֲשֶׁר צִוִּיתִי אוֹתוֹ בְחֹרֵב עַל כָּל יִשְׂרָאֵל חֻקִּים וּמִשְׁפָּטִים

עברי טייטש בערך

אה! עטס וועטס שוין זען דער חילוק צווישן א עובד ה' און די וואס האבן אים פארלאזט!

ווייל אט דער טאג קומט, עס ברענט ווי א קאלך אויווען, און עס וועלן זיין אלע אפגעפארענע און אלע שלעכט טוער ווי שטרוי, און דער טאג וועט זיי פארציקן - זאגט גאט האר פון די הערשאפטן - עס וועט נישט איבערבלייבן פון זיי קיין ווארצל און קיין צווייג.

און פאר די וואס פארכטן מיר וועט אויפשיינען א לייטזעליגע זון וואס וועט היילן מיט אירע פליגל. און זיי וועלן פאשענען ווי פעטע רינדער און די רשעים וועלן זיין אש אונטער ענקערע פוס. און דעם טאג וואס איך וועל טון אזוי - זאגט גאט האר פון די הערשאפטן.

געדענקטס די תורה פון משה מיין קנעכט, אלעס וואס איך האב אים באפוילן אין חורב די חוקים ומשפטים.

און מיט דעם ענדיגן זיך די ווערטער פון מלאכי דער לעצטער נביא און למעשה דאס לעצטע מעסעזש צו כלל ישראל, ביז יענע פארכטיגע טאג וועט קומען בב"א.


שרעקליך וואס דא גייט פאר.
אבער אפשר מיינט ער די גאנצע זאך בלשון בתמי פארוואס זענען אלע קריגערייען ממש מעין עוה"ב איז דען שוין דער גיהינם פארלאשן. א.א. וו מיר האבן טאקע א הבטחה פון רבי שמעו כי לא תשכח מפי זרעו אבער וועגן דעם וועסטו שוין גיין אין גן עדן מיינסטו בלויז ווייל ביסט א יוד?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:03 pm
דורך shem-tov
וואס דארפסטו נאך מער ווי דאס אז ער מיינט נישט צו זאגן אז ער גלייבט נישט אין גיהינום און אין חז"ל, ווייל אין רישא זאגט ער דאך א מעכטיגער קוואט. ווען איינער זאגט אז ער גלייבט נישט זאלסטו אים גארנישט גלייבן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:11 pm
דורך מנשה לוסטיג
shem-tov האט געשריבן:וואס דארפסטו נאך מער ווי דאס אז ער מיינט נישט צו זאגן אז ער גלייבט נישט אין גיהינום און אין חז"ל, ווייל אין רישא זאגט ער דאך א מעכטיגער קוואט. ווען איינער זאגט אז ער גלייבט נישט זאלסטו אים גארנישט גלייבן

זיי דיך מודה האסטו געטראכט איין רגע פארן שרייבן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:15 pm
דורך shem-tov
שוין ער איז מיר שוין ווייטער דא. איך רעד נישט מיט דיר סאו איינער ק זאל פליז איבערגעבן פאר לוסטיג אז ער מיז זיך נישט אריינשטיפן זיין נאז איבעראל. שכח

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
ליפא האט איבערגעטראכט צוואנציג מאל פאר ער האט אפגעמאכט אז דאס איז די גוטע פזמון וואס ער האלט ס'קומט.
קומט צו גיין איינער מיטן שכל ווי לויזע אייער, און מאכט קל וחומר'ס מיט א תרח קאפ, אן איין רגע מחשבה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:30 pm
דורך shem-tov
אוועקגענומען צוליב כל המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא. תשובה געטאן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווי קומט דאס אריין אינעם שמועס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 7:41 pm
דורך יואליש
שרייבער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:https://www.facebook.com/photo.php?v=270380029781306&set=vb.100004279329370&type=2&theater


פארוואס לינקן צום טריפה'נע פעיסבוק ווען ס'איז עוועליבעל אויף בחצרות יואטוב (זהירות - נשים):

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ymfj0HcF2sQ[/youtube]

מיט וואס איז יו טוב כשר'ער ווי פעיסבוק


אלע חסידישע טישן און חנוכה ליכט צינדן און תשליך געגייאכצער פון אלע כשר'ע רביס איז דארט צו געפינען, אפגערעדט פון פיל מיט דרשות און שיחות איבער אלע לימודי קודש. ס'איז א דבר שמלאכתו לאיסור ולהיתר. פעיסבוך איז מוקצה מחמת גופו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 7:48 pm
דורך יואב
פאר געוויסע איז פעיסבוק מוקצה מחמת חיסרון כיס. (געוויסע האבן דאס מיט קאווע שטיבל). אבער ביינונז האט מען געוויסט אז סיפרא דאנפין איז מוקצה מחמת מיאוס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 11:27 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ממרום שלח אש האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:פארשטענדעניש האב פאר יעדן
כאטש ס’איז נישט וואס דו ווילסט דערקענען
אלע קריגן היינט גן-עדן
שוין פארלאשן איז דאס גיהנום
ווייל אז דאס פינטעלע איד טוט אייביג בלייבן
און וועט אייביג ברענען
וועט דער בורא פאר אונז גוט‘ס פארשרייבן
וויאזוי, וויאזוי מיר זענען


אין אנדערע ווערטער

שָׁוְא עֲבֹד אֱלֹהִים וּמַה בֶּצַע כִּי שָׁמַרְנוּ מִשְׁמַרְתּוֹ וְכִי הָלַכְנוּ קְדֹרַנִּית מִפְּנֵי יְהוָה צְבָאוֹת. וְעַתָּה אֲנַחְנוּ מְאַשְּׁרִים זֵדִים גַּם נִבְנוּ עֹשֵׂי רִשְׁעָה גַּם בָּחֲנוּ אֱלֹהִים וַיִּמָּלֵטוּ.


עברי טייטש בערך

אומזינסט דינען מיר גאט! וואס פארדינען מיר אז מיר היטן זיינע געבאטן? וואס האבן מיר דען שאדן און אז מיר הארכן אים נישט? מיר לויבן רשעים, די אפגעפארענע גייט פונקט אזוי גוט, זיי האבן אפגעלאזט גאט און עס שאדט זיי נישט.

אזוי זאגט ליפא!

אולי קען מען זאגן אז ר' ליפא רעדט דא פון אידן וואס ביי זיי פלאקערט נאך דאס פינטעלע איד און זענען נאך מדקדק צו ליינען קריאת שמע בדקדוקיה וואס ווי באקאנט ביי אזאנע פעלער זענען אונז חז"ל מגלה אז כל הקורא קריאת שמע ומדקדק באותיותה מצננין לו הגיהנום.
ונמצא דבר פלא שלשון חכמים מדבר מתוך גרונו של ליפא.
איי וואס וועלען חז"ל טוען מיטן נביא? נו, דאס פרעגט דאך שוין די מהרש"א.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 9:35 pm
דורך בן תמליון
לגבי דעם נקודת הפינטעלע מיין איך עס איז נישט אזוי ראדיקאל. איך האב דא אין שטיבל שוין אמאל מעתיק געווען וואס דער ישמח ישראל ברענגט בשם רבי ר' ברוכ'ל אויפן פסוק "עוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו". יעדער איד האט א נקודה הפנימית, א פינטעלע וואס דארט איז דער רע נישט שולט עס בלייבט ריין. דאס איז פשט, עוד מעט ואין רשע, עס איז דא דאס ביסל, דאס פינטעלע וואס דארט איז נישטא קיין רשע, קיין שלעכטס איז נישט שולט, והתבוננת על מקומו, קוק אויף דעם נקודה הפנימית, ואיננו וועסטו זען עס איז נישטא קיין רע. עכ"פ דער געדאנק איז שורשו בספרי חסידות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 9:41 pm
דורך הוגה
משא"כ די געדאנק פון די "בארד" ניגון איז מקורו ושורשו ב....?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 9:46 pm
דורך נולד מאוחר
ארבעה טורים