בלאט 9 פון 19
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 4:58 pm
דורך איש חזון
אויף היברו בוקס איז דא א שיין קונטרס
"זכור ימות עולם" פון ר' צבי זאב פרידמן (שליט"א?), א געוועזענער משב"ק ביים בעלזער רב מהר"א.
דער קונטרס באשרייבט שיין די היסטאריע פון די בראשית יארן אין ארץ\מדינת ישראל, זיין משפחה איז שוין ארויף פאר'ן קריג קיין א"י. ער באהאלט נישט קיין סודות און שרייבט זאכן ווי "די ליטווישע פון היינט זענען צדיקים אנטקעגן די ליטאים פון אמאל", "היינט וואלט מען נישט געגלייבט אז הרב לנדא פון בני ברק איז געווען פון די וואס האב'ן גע'שתדל'ט אז מ'זאל לערנען אין עברית אין בני ברק", וכן על זה הדרך. (על אחריות הכותב כמובן, ויעויין בפנים הדברים)
א שיינע חלק פון ספר איז איבער דער בעלזער רב וואס כנ"ל האט ער "געקענט" פון די נאנט.
ער באשרייבט די מחלוקת מיט'ן סאטמארע רבי און די שארפע אויסדרוק פון בעלזער רב, וכו' וכו'.
אן אינטערסאנטע זאך האב איך
דארט געזעהן:
[justify]כוחות ההגנה והאצ"ל והלח"י ערכו מגביות לצורך רכישת נשק, הם עברו מבית לבית וכמובן שלא פסחו על בית מרן זצ"ל, ומרן
זצ"ל צוה לתת להם תרומה הגונה. בכלל, ההתיחסות של מרן זצ"ל לפעולותיהם של
הציונים, כל מה שהיה קשור בפקוח נפש, קיבל את התמיכה של מרן זצ"ל. תמיד
היינו מזכירים לפניו את המקומות שבהם הערבים מתקיפים את היהודים.[/justify]
(נשק מיינט געווער)
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:37 pm
דורך איש חזון
אין קונטרס הנ"ל
שרייבט ער א פלא'דיגע סיפור וואס ער האט בייגעוואוינט ביים בעלזער רב ז"ל.
(איבערגעטייטשט אויף אידיש)
"נאך אן עובדא (וואס מען זעהט דעם מלחמה וואס מהר"א האט געפירט מיט שלעכטע כוחות, כמבואר שם לעיל מיניה - א. ח.) וואס איך בין געווען אן עד צו דעם, און אפילו היינט וואס עס זענען שוין פארביי געגאנגען א סאך יארן, ווען איך דערמאן זיך אין דעם מעמד ציטערן מיינע אברים. דאס איז געווען אין איינע פון די שבתות נאנט צו ראש השנה, דער רב האט זיך געגרייט צו זאגן "תורה". ווען דער רב האט געזאגט "תורה" פלעג איך שטיין צוגעבויגן צום רב, ווייל מיין אויפגאבע איז געווען צו שרייבן די תורות און עס שיקן צו אנשי שלומינו אין ארה"ב ענגלאנד און אנטווערפן. און פלוצלינג האב איך געזעהן אז די בענקל וואס דער רב איז געזעצן אויף דעם הויב זיך אויף אין די לופטן און דרייט זיך איבער, און גלייך בין איך אויפגעשפרינגען און איך האב אנגעכאפט דעם רב אז ער זאל נישט אראפפאלען, און דער רב האט געשריגן "אוי אוי!". אונז האבן צוריקגעשטעלט דאס בענקל אויפ'ן פלאץ, ולאחר שהיה מעטה (? - א. ח.) האט דער רב געזאגט תורה, און ווען ער איז שפעטער אריין אין שטוב האט ער געזאגט זיי האבן געוואלט איבער קערן דעם גאנצן טיש"
די סיבה פארוואס איך האב א שטיקל נטייה צו גלייבן די מעשה איז ווייל ער איז מעיד אז דער מהר"א האט זיך זעלבסט מתייחס געווען צו דעם. (און על פי כמה עידי ראיה איז דאס נישט דער איינציגסטער למעלה מדרך הטבע'דיגע זאך וואס איז פארגעגאנגען ביים מהר"א, ווארום זיין עצם עקזיסטענץ און כוחות איז געווען א נס).
וכמדומה שאם אנחנו מאמינים במעמד הר סיני אנחנו יכולים להרשות לעצמנו לחשוב שאולי הסיפור הנ"ל אמתי הוא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:59 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב שוין לאנג צירוק געהערט די מעשה (און כ'האב געמיינט אז נאר די הויז בחור האט עס באמערקט און ער האט אראפגעהאלטן דעם בענקל, און אז מ'ווייסט די מעשה פון די הויז בחור), אבער יעצט האט עס שוין עפעס א געדריקטע מקור...
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 6:00 pm
דורך איש חזון
בן אדם האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג צירוק געהערט די מעשה (און כ'האב געמיינט אז נאר די הויז בחור האט עס באמערקט און ער האט אראפגעהאלטן דעם בענקל, און אז מ'ווייסט די מעשה פון די הויז בחור), אבער יעצט האט עס שוין עפעס א געדריקטע מקור...
דער ר' צבי זאב איז טאקע געווען אן הויז בחור.
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 6:10 pm
דורך איש חזון
אדנירם האט געשריבן:א שאד ווייטער צו רעדן דערוועגן, דער עולם איז נישט אפן פאר דיסקוסיע, אדער אפילו פאר אריינטראכטן.[/color]
איך יא.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 8:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער בוך איז עפעס מורא'דיג. איך האלט יעצט ביי די פלאץ ווי ער בארעדט די ליטווישע, אבער ער האט שוין אריינגעשטופט פארשידענע זאצען להפליא! איך ווייס נישט וואס זיי האבען קעגען הרב לאנדא אבער.....
-----------------------------
צוגעלייגט נאך א טאג - איך האב ווייטער געליינט און דער עיקר פון די בוך איז אז ער רעדט אזוי פליישיג, פונקט ווי ער האט עס געזען, ער פוצט נישט און טוישט נישט, ער באשרייבט די טעם פון די עסען אין ישיבה, מיט'ן האלטען די נאז מיט איין האנט און אריינשטופען א לעפעל זופ מיט די אנדערע, און ס'איז געווען 'גאנץ דערטרעגליך', מיט נאך אזעלכע זאצען און אויסדרוקען.
יאכלו ענוים וישבעו.
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
איש חזון האט געשריבן:וכמדומה שאם אנחנו מאמינים במעמד הר סיני אנחנו יכולים להרשות לעצמנו לחשוב שאולי הסיפור הנ"ל אמתי הוא.
כ'וואלט צוגעלייגט נאך עפעס: ואנחנו יכולים להרשות לעצמנו לחשוב שאולי סיפורי הברית החדשה, אמתיים הם.
אזויפיל סענס מאכסטו דא...
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 11:12 pm
דורך סמבטיון
ר' הערש וואלף פריעדמאן פון בני ברק איז א באגלייבטער מענטש און יא ער לעבט נאך, און איך האב אסאך געהערט פון אים אליין איבער זיינע צייטן ווען ער איז געווען משמש ביים רב ז"ל.
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 11:13 am
דורך איש חזון
אז ר' הערש וואלף איז באגלייבט, דאס ווייס איך, די שאלה איז נאר צו ער האט גע'דמיון'ט, אבער כנ"ל נראה לא כן.
---
שש, מה רע ב"אולי"? רק הוכחתי שבעולם השפל הזה יכולים להתרחש דברים שלמעלה מדרך הטבע.
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 11:20 am
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בוך איז עפעס מורא'דיג. איך האלט יעצט ביי די פלאץ ווי ער בארעדט די ליטווישע, אבער ער האט שוין אריינגעשטופט פארשידענע זאצען להפליא! איך ווייס נישט וואס זיי האבען קעגען הרב לאנדא אבער.....
ליטוואק, קודם כל ער שרייבט נישט בשם בעלזא, סאו ס'איז נישט "זיי" (על כל פנים אזוי פארשטיי איך), און צווייטנס כל, ער שרייבט מיט כבוד איבער הרב לנדא ער פארציילט נאר וועגן די דעות שונות וואס זענען געווען בין החרדים בארץ ישראל, איידער ס'איז אוועקגעשטעלט דעם חרדישע צוגאנג צו אט די ענינים. (ער פארציילט אויך אז ווען די יו. ען. האט באשטעטיגט אז מדינת ישראל געהרט פאר די ישראלים האט זיך געטוהן א טאנצעריי אין ירושלים און ער האט באמערקט אויך ירושלים'ע בעקיטשעס צווישן די טאנצערס. - איך האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט).
איך דערמאן זיך יעצט אז אפאר יאר צוריק איז דער בוך איבערגעדריקט געווארן מיט אן הארטע דעקל וכו', און ער האט משמיט געווען די זאפטיגע שטיקלעך איבער די מחלוקת מיט סאטמארע רבי.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 11:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אויך געשריבען 'זיי' נישט בעלזא. ער ברענגט א פאליטיק צווישען חסידי סאנקאוויץ און הרב לאנדא און ער האלט נאך חשבון.....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 11:23 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:וכמדומה שאם אנחנו מאמינים במעמד הר סיני אנחנו יכולים להרשות לעצמנו לחשוב שאולי הסיפור הנ"ל אמתי הוא.
כ'וואלט צוגעלייגט נאך עפעס: ואנחנו יכולים להרשות לעצמנו לחשוב שאולי סיפורי הברית החדשה, אמתיים הם.
אזויפיל סענס מאכסטו דא...
אדנירם: א טייל פון די סיפורי ברית החדשה זענען אמת. נאר דער חילוק איז ער (אותו האיש) האט עס געמאכט מיט כישוף. די אנדערע זענען הוילע פאנטאזיע. דאס מיינט נישט אז להב' ביי אונז אידן זענען נישט דא קיין פאנטאזירער. אז מ'וויל זייער שטארק קענמען זעהן פארשידענע זאכן וועלכע זענען נישט מער פון דמיונות...!.כ'האב גארנישט געזאגט...!
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 11:24 am
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב אויך געשריבען 'זיי' נישט בעלזא. ער ברענגט א פאליטיק צווישען חסידי סאנקאוויץ און הרב לאנדא און ער האלט נאך חשבון.....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אהא. א דאנק פאר'ן אויסקלארן.
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 3:30 pm
דורך סמבטיון
ער האט עס ארויסגעגעבן פאר זיין משפחה, שפעטער האט עס איינער איבערגעדריקט.
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 11:45 am
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בוך איז עפעס מורא'דיג. איך האלט יעצט ביי די פלאץ ווי ער בארעדט די ליטווישע,
@לפ"ב, פארשטייט זיך אז ער רעדט נאר וועגן די ליטוואקעס פון לעמבערג...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:05 am
דורך אברך משי
בנוגע דעם ספר זכור ימות עולם פון הרב פרידמאן, כהאב געזען אז סאיז ארויסגעקומען אין צוויי מהדורות. די ערשטע איז געווען מער פנימי און דארט דריקט ער זיך אויס אביסל שארף קעגן סאטמאר וכדומה. נאכער האט מען דאס איבערגעארבעט אויף מער א מעסיגער מהלך אז סזאל שטימען מיט די גאס.
פון א פעטער מיינער וואס איז א נאנטער ידיד מיטן מחבר ר' הערש וואלף פר"מ און איז נישט קיין חסיד שוטה, שמעתי אז דער מחבר איז א אדם מהימן עד למאוד, א מדקדק בדבריו און נישט קיין מגזם, און מקען עם גלייבן מיט יעדער ווארט וואס ער שרייבט און דערציילט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:46 am
דורך נהורא נפישא
רבי אהרן מבעלזא, ווען ער וואלט ווען געווארן אינטערגעזוכט דורך א ספעציעליסט וואלט ער בלי ספק דיאגנאזירט געווארן מיט א געוויסע פארם פון אוטיזעם, וואוילער איד געווען, נישט געטשעפט פערזענליך קיין פליג אויף די וואנט, אבער וואס איז זיין דעה אזוי וויכטיג, זיין טאטע א גרויסע רבי, דער זון, אויסגעטאן פון די וועלט, די חסידים געווען סטאק מיט אים, אדער גאר האט די מיסטיריע גאר צוגעשפילט אלס א מעלה, פארפעלט בעיסיק סאציאלע און קומיוניקאציע סקילס, ניטאמאל געכאפט אז ער דאווענט נישט, ניטאמאל געכאפט אז ער איז נישט מקיים קיין איין מצוה כהלכה, נאר מקפיד געווען אויף צוואת רי"ח און אויף שדים ורוחות און מנהגי בעלזא.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:58 am
דורך [NAMELESS]
איז פארוואס איז פאר'ן רבי'ן זי"ע געגיינגען אזוי בנפשו אז דער קראנקער תם האלט נישט אזוי ווי עם??
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:00 pm
דורך אברך משי
מקען אזוי בארעדן יעדער צווייטער אדם גדול. איך בין זיכער אז די חסידים הראשונים שהיו שוהים שעה אחת לפני התפלה וואלסטו אויך אנגעקוקט מיט א טאטש פון אויטיזם...
און פארוואס פאלט דיר ביי אז ער האט נישט מקיים געווען קיין מצוות און נאר מקפיד געווען אויף צוואת רבי יהודה החסיד און מנהגים, אבי גערעדט, ליין נאר אביסל און פרעג זיך נאך וועסטו הערן אז ער האט מדקדק געווען על קלה כבחמורה (נאר דאס דאווענען איז געווען מאדנע, און מהאט געקענט קלאר זען אז סאיז פעס העכערס) מווערט נאך נישט קיין אוטיסט פאר דעם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:06 pm
דורך נהורא נפישא
ס'לאזט זיך מיר גלויבן אז סאטמארער רב האט טאקע פארשטאנען אז מהר"א איז נישט ביכולת צו פאסן באשלוסן אליין נאר גבאים מאכן דאס. ווי אויך איז סאטמארער רב געווען גענוג סופערסטישעס אז ס'זאל אים באדערען אז פון אזא נצר מטעי קודש קומט ארויס אזא מכשול.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:10 pm
דורך קל וחומר
גראדע איז ער געווען א סאציאלער מענטש כפי ידיעתי.
אינטערסאנטע זאך, טשובינער רב וואס איז געווען די סימבאל פון הלכה נאכן קריג איז געווען פון די שטארקסטע מעריצים פון איינער וואס האט נישט מקיים געווען קיין איין מצוה כהלכה עפ"ל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:27 pm
דורך אברך משי
קל וחומר האט געשריבן:גראדע איז ער געווען א סאציאלער מענטש כפי ידיעתי.
פון מיין פעטער שליט"א וואס איז געווען היבש היימיש ביי הרה"ק מבעלז אין שטוב, הער איך כסדר פון העכסט נארמאלע זאכן וואס זענען דארט פארגעגאנגען, און וויפיל ער האט פארשטאנען צו מענטשן און צו מילי דעלמא. די גאנצע 'אויסגעטון פון די וועלט' און נארישע דמות וואס מהאט אנגעטון דעם בעלזער רב אז מהאט עם געקענט אויסנארן מיט יעדער זאך, איז פרי עמלם פון די יעניגע וואס האבן זיך געפינען סטאק אן א בעסערע תשובה אויף דעם וואס ער איז נישט אין איינקלאנג מיט דעתו הק' פון הרה"ק מסאטמאר. די יודעי דבר זאגן אז סאיז בכלל נישט אמת, והדברים עתיקים.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:36 pm
דורך אינטערסאנטער
בעלזא רב האט גאר שטארק געוויסט וואס טיט זיך, נאר אפילו איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך קען מען נאך אלס פארדרייען א קאפ אויב מען וויל
איך האב אמאל געהערט א זיס ווארט פון רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אז רבי נחמן ברעסלאווער האט געזאגט, אז "א צדיק קען אמאל מאכן א טעות, און דאך ווערט ער נישט אויס צדיק"
האט ער געזאגט אז די אגודיסטן גלייבן נישט אין די ערשטע חלק ווארט, און די סאטמארע גלייבן נישט אין די צווייטע חלק ווארט, ודפח"ח.