בלאט 9 פון 13
נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער מענטש האט אייביג צרות, דאס מיינט אז ער איז פיל מיט נגיעלעך. און פון דער יוגנט, וואס עלטער מ'ווערט קומט אלץ צו פארשידענע צרות, דאס מיינט אז א מענטש האט נישט קיין נארמאלע דיעה, ווייל ער איז אייביג אינספארירט פון צרות?
נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
לענ"ד דארף מען קוקען אויף דעם מענטש וואס ער איז יעצט. פירט ער זיך אויף ווי א נארמאלע מענטש, ער איז העפי און נישט דיפרעסט, ער זוכט ווייטער צו גיין מיט'ן לעבן, איז ער ס"ה געווארן אויפגעקלערט. ער איז קלוגער געווארן און מ'קען זיך רעכענען אז דאס איז זיין אמת'ע דעת. אבער טאמער זעט מען אז ער איז ליידער נאך באיינדרוקט פון די צרות און נאך אונטער איר רושם המכונה 'דעפרעסט' איז דעמאלטס איז שוין אן אנדער מעשה...
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:51 am
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:יעדער מענטש האט אייביג צרות, דאס מיינט אז ער איז פיל מיט נגיעלעך. און פון דער יוגנט, וואס עלטער מ'ווערט קומט אלץ צו פארשידענע צרות, דאס מיינט אז א מענטש האט נישט קיין נארמאלע דיעה, ווייל ער איז אייביג אינספארירט פון צרות?
דעפענעטלי! נישט נאר צרות, נאר כל מיני זאכן רצונות וכו' וואס שטיפן מאטיוון אונטערן באוואוסטזיין פונעם מענטש, ס'איז לכאורה בכלל נישט מעגליך צו טראכטן "גענצליך" אביעקטיוו, ס'איז אפשר דא "מער" אביעקטיוו אדער "ווייניגער" אביעקטיוו, אבער "גענצליך" איז לכאורה נישט פארהאן. און איך דינג זיך אביסל מיט דיין נאכפאלגנדע תגובה, אלעס איז דעם מענטשנס "אמת'ע דעת", ס'קען זיין די אמת'ע דעת פון א פריילעכע מענטש און ס'קען זיין די אמת'ע דעת פון א דעפרעסטע מענטש, די שאלה איז אייביג וועלכע דעה איז מער אביעקטיוו.
די איינציגסטע וועג פעסטצושטעלן - אין אלגעמיין - וועלעכע דעה איז אמת איז צו בודק זיין וועלכע דעה מען קען נישט אפפרעגן.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:24 am
דורך יהודי פשוט
ואני הקטן אומר אז די דעה וואס איז די מערסטע אביעקטיוו איז די דעה וואס שטימט די מערסטע מיט די תורה הקדושה
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:31 am
דורך [NAMELESS]
נניח, אבער דא האט ער דאך ביידע מיינונגען געזאגט עפ"י תורה, איז וויאזוי ווייסטו - יהודי פשוט (ווערטער שפיל, איך מיין נישט דירעקט דיר) וואס איז נישט דער גרעסטער למדן - וועלעכע מיינונג איז די אמת'ע דעת תורה אביעקטיווערהייט, און וועלעכע איז מיט נגיעות?
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:41 pm
דורך יהודי פשוט
ריכטיג האט געשריבן:נניח, אבער דא האט ער דאך ביידע מיינונגען געזאגט עפ"י תורה, איז וויאזוי ווייסטו - יהודי פשוט (ווערטער שפיל, איך מיין נישט דירעקט דיר) וואס איז נישט דער גרעסטער למדן - וועלעכע מיינונג איז די אמת'ע דעת תורה אביעקטיווערהייט, און וועלעכע איז מיט נגיעות?
כך קיבלתי מרבותי
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:44 pm
דורך סקרן
מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:45 pm
דורך סקרן
יהודי פשוט האט געשריבן:דאס וויל איך שוין נישט אויס זאגן...
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:50 pm
דורך יהודי פשוט
סקרן האט געשריבן:מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?
מען זאגט נאך א ווארט פון ר׳ משה׳לע וויזניצ׳ער אויפן פסוק ויאמינו בשם ובמשה עבדו, ווי ווייסט מען אויב איינער האט אמונה אין בוכ״ע, מען קוקט צו ער גלייבט אין משה עבדו
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:18 pm
דורך [NAMELESS]
דער בינת נבונים איז דאך אויך געווען א רבי, טא פון וואנעט ווייסטו וועלעכע רבי איז געווען גערעכט?
רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 7:10 am
דורך יהודי פשוט
ווען ער האט מחבר געוועהן בינת נבונים איז ער שוין נישט געוועהן קיין רבי
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:00 am
דורך [NAMELESS]
שרייב איבער דיין כלל:
יהודי פשוט האט געשריבן:ואני הקטן אומר אז די דעה וואס איז די מערסטע אביעקטיוו איז די דעה וואס שטימט די מערסטע מיט א חסידי'שע רבי
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יהודי פשוט האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?
מען זאגט נאך א ווארט פון ר׳ משה׳לע וויזניצ׳ער אויפן פסוק ויאמינו בשם ובמשה עבדו, ווי ווייסט מען אויב איינער האט אמונה אין בוכ״ע, מען קוקט צו ער גלייבט אין משה עבדו
און משה עבדו מיינט דער וואס מישט דער קאשע אין וויזניץ? צו דער משנת שכיר?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:22 pm
דורך יהודי פשוט
משה עבדו מיינט ביי יעדן איינעם זיין רבי
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 4:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און בערב תאכלו מצות מיינט ביי יעדעם זיין געשמאקע מאכל און יעדער נאכט וואס ער וויילט אויס.
די זענען די דרשות של דופי וואס דער גמרא רופט אן אין לו חלק לעוה"ב.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:36 pm
דורך שמעון וואלף
יהודי פשוט האט געשריבן:ווען ער האט מחבר געוועהן בינת נבונים איז ער שוין נישט געוועהן קיין רבי
בינת נבונים איז ארויסגעקומען עטליכענע צוואנציג יאר צוריק
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 3:02 pm
דורך יהודי פשוט
עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״ל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:57 am
דורך Interesting man
יהודי פשוט האט געשריבן:עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״ל
ס'האט עפעם א נושא דעם ספר? צו עס אסיפת מאמרים וכדומה?
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:14 am
דורך יהודי פשוט
איך פארשטיי אז עס איז אסיפת מאמרים
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 10:52 pm
דורך וואלווי
אסיפת מאמרים אבער חדשות
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:06 am
דורך אוהב ספרים
יהודי פשוט האט געשריבן:עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״ל
עס איז בכלל נישט ניי, ארויס געקומען בערך א יאר צוריק
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:07 am
דורך יהודי פשוט
איך בין כמעט זיכער אז די האסט א טעות אבער איך וועל מברר זיין
נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:42 am
דורך אוהב ספרים
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין כמעט זיכער אז די האסט א טעות אבער איך וועל מברר זיין
דארפסט נישט מברר זיין, איך האב דאס. חוץ אז עס ארויסגעקומען נאך א כרך מיט דעם נאמען וואס איך גלייב נישט.
דו ביסט דעך מן הסתם טועה מיט א צווייטער ספר פון איהם וואס איז ארויסגעקומען א האלב יאר צוריק מיט די נאמען תנובות ברוך