בלאט 9 פון 16

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 2:40 pm
דורך שלום על ישראל
קנאק-יענקל האט געשריבן:... למיגדר מילתא ולאפרושי מאיסורא מעגן חכמי ישראל מאכן א תקנה.

אין זה תקנה כי אם הרסה.

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער ווערט מיר א מומר שוין. איינער וואס האט א סמארטפאון און גארנישט געזינדיגט. פארוואס? ווייל ער איז א מומר אינ'ם איסור פון איכא דרכא אחרינא?
אלה אלהיך ישראל.

און לגבי תקנות איז סתם געשאסען. הרב וואזנער איז גאר א פיינע מו"צ געווען און ער האט געקענט אין א סאך ערטער פון הוראה. אבער תקנות מאכען האט ער נישט קיין רעכט, און זיכער נישט להוציא מיד דער וואס האט א רעכט צו א חיוב פון דאווענען ביים עמוד.
און אז דו דינגסט זיך, ביטע אויפווייזען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:45 pm
דורך שלום על ישראל
בכלל איז אינטרעסאנט ווען מ'האט אנגעהויבן צו רופן די חברה "חכמי ישראל" און "פוסק הדר".

די אלטע כלל פון ווי שוואכער די מצב, אלץ גרעסער דעם טיטל.

מיין מיינונג איז (בעיס'ד אויף די גרויסע דגוש וואס מ'זעהט ביי די [עכטע] חז"ל ווי שווער זיי האבן געטיילט חומרות), אז ווער ס'קען נישט אויפקומען מיט קיין קולא, קען נישט אויפקומען מיט א חומרא.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 4:27 pm
דורך שבת אחים
ווי ווייט גייט די איכא דרכא אחרינא? אז איינער גייט אויף דרייצענטע עווניא אין ב״פ ווי ער קען חלילה נכשל ווערן מיט ראיות אסירות ווען אין אמתן וואלט ער געקענט גיין אויף צוועלעפטע עווניא ווי ער ווערט ווייניגער נכשול הייסט עס עובר געוועהן אויף איכא דרכא אחרינא? די אינטערנעט איז נישט שמוציג נאר אז מזוכט שמוץ, א מענטש דארף זיך קענען באהערשן אפילו שמיץ איז עוועלעיבעל מיט איין דרוק אויפן קנעפל, נישט האבן קיין אינטערנעט היינטיגע צייטן וועגן סקען זיין אז מוועט עובר זיין אויף ראיות אסורות איז פונקט ווי נישט גיין אויפן גאס אדער זיך ארומבינדן די אויגן מיט א שמאטע ווען מגייט אויף די גאס ווייל מקען אפשר אנקומען צו ראיות אסורות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:57 pm
דורך דולה ומשקה
מיליכיג אדער פארעווע?

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 7:47 pm
דורך יעלה ויבא
בילד

lead, follow, or get out of the way

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'בין חושד אז די כלה איז געגאנגען שאפינג מיט איר מאמע, און די רבי טאנצט מיט א באנק אין ווייבער שול.

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז עפעס מורא׳דיג!

דער אריגינעלער מנהג איז אז מ׳האט געטאנצט אין פראנט פון די כלה. זי איז געזעסען אינדערמיט, און איהר משפחה האבען געטאנצט און געמאכט פון איהר דער טאראראם, ווי ס׳קומט זיך איהר אויף איהר נאכט. מ׳זוכט איהר פרייליך צו מאכען, ווארום אזוי האבען די חכמים מתקן געווען מצות שמחת חתן וכלה, און אזוי האט דער אויבישטער געטוהן צו אדם וחוה. און די פארצייטישע ליטווישע טוהן דאס היינט אויך. ויבאו הפרומאקעס און האבען עס פראבירט דאס מבטל צו זיין ביי די ליטווישע, און טאקע די גרים ובעלי תשובה טוהן עס שוין נישט. מ׳לאזט נישט דער כלה אריין צו די מענער אינגאנצען ביי זיי.

ווידער ביי חסידים האט מען גענומען דער געוואלדיגע מצוה פון פרייליך מאכען א חתן כלה אין זייער נאכט, און דאס פארוואנדעלט אויף א מין תשעה באב׳דיגע סיגוף, א דערהויבענע מינוט וואס מ׳ווייסט גארנישט וואס מ׳קען אלס ׳פועל׳ן׳. מ׳רירט נאך די פיס אין געגענווארט פון דער כלה, אבער דער פנימיות האט מען אויסגעליידיגט אינגאנצען. וואס ערנסטע דער מינע פון דער רבי וואס טאנצט, וואס מער טרערען, וואס מער צרות ישראל ווערען דערמאנט פונ׳ם בדחן, וואס מער דערהויבען דער מעמד איז, אלס ווייטער פון דער ריכטיגער ענין איז מען פארקראכען. דערנאך האבען די פרומע חיצוניות׳דיגע מענטשען אנגעטוהן א טיכעל אויפ׳ן פנים פון די ווייב אז זי זאל ניטאמאל זע׳ען וואס מ׳טוט פאר איהר. ביז דער פקח האט מחליט געווען אז מ׳קען איהר גאר לאזען אין ווייבער שול. אפשר קען מען בכלל נישט נוצען א גארטעל און זי זאל בלייבען אין שטוב? אפשר גאר אן אנדערען נאכט?

תוכו זרק וקליפתו אכל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאך א שאלה. פארוואס האט מען געלאזט די בחורים בלייבען צום מצוה טאנץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:50 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל עם באשטעלן פאר א חתונה, וויפיל נעמט ער?

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'בין חושד אז די כלה איז געגאנגען שאפינג מיט איר מאמע, און די רבי טאנצט מיט א באנק אין ווייבער שול.

רויטע וואנצעס: אפשר מיט א קוה אדער א קאץ... :lol: :roll:

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:56 pm
דורך דעת תורה
דוכט זיך אז דאס איז דער סטאנדארט ביי די גרויסע רבי'שע שבת שבע ברכות, צו טאנצן מיט א גארטל ארויף צום ווייבער שול.

אדער מאך איך א טעות. שוין א שיינע פאר יאר נישט געווען ביי אזא זאך

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:06 pm
דורך וואלווי
בפירוש'ער גמ' (כתובות י"ז ע"א) ביי די סוגיא פון מצוה טאנץ, אי דמיין עלייכו ככשורא לחיי ואי לא לא, ער טאנצט מיט א באלקאן....

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:42 am
דורך שמעקעדיג
איז דאס טאקע ביים חתונה נאכט? אדער א נאכט בעפאר ביי די ארימע חתונה? וויל איך זעה א חלק אידן מיט היטן. ווי אויך אין רוב זאלן זענען נישט פאראן קיין ווייבער שולן, אחוץ אויב די חתונה איז פארגעקומען אין א ביהמ"ד.

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:46 am
דורך שמעקעדיג
ליטוואק, פאוואליע.
שמחת חתן וכלה ביי חסידים איז נאך עניטיים אזוי לעבעדיג ווי ביי די ליטוואקעס, מיטן אויסנאם פון די מנהג אז כיצד מרקדין לפני הכלה מיינט מען אלע בחורים....

ביי ענק איז דאך נישטא קיין "מצוה טאנץ". דאס איז א הוספה וואס חסידים האבן צוגעלייגט וויל עס איז מבואר אין ספרי חסידות די געהויבענע עת רצון. מוזט עס נישט איינפירן ביי ענק אויכעט, אבער פארוואס באשולדיגסטו חסידים אז זיי זענען מבטל שמחת חתן וכלה און פארוואנדלען די גאנצע נאכט ווי א תשעה באב סיגוף?

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:59 am
דורך moshav zekeinim
האלא, עס איז ידוע לכל אז ליטוואקעס (בחורים) טאנצן מיט פיל מער עקסטאז ווי רוב חסידים. (חוץ קארלין און לובאוויטש). און ווי אויך די ליטוואקעס מאכן א שטארקער מצב ארום דעם חפצה של מצווה (בדומה צו רוב ספרדים) ביי א חתונה איז דער חתן כלה, און שמחת תורה איז עס די ספר תורה. זיי זענען מער שפילעדיג דערמיט.

עס קוקט אויס אז חסידים וואס זענען געוואוינט צו טאנצן אפט באופן שוויוני בדיבוק חברים, זיי זענען געווען די וואס האבן אפגעקערט פונעם אלטן טראדיציאנעלן שפילעדיגן עקסטאז ארום דעם חפצה של מצווה.

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שמעקעדיג, דו מאכטס א טעות. חסידים האבען נישט צוגעלייגט א מצוה טאנץ. ליטוואקעס האבען עס אויך (ביז די נייע פרומע עפאכע). פראסט און פשוט, די כלה קומט אריין ביי די מענער, דער חתן זעצט זיך דערלעבען און דער עולם טאנצט ארום זיי א שטיק צייט. קונסטליכער מאכען זייער קונסט ארבעט דעמאלס וכדו׳. און דער שמייכעל וואס ס׳לייגט אויפ׳ן כלה׳ס געזיכט, איז גאר א דערהויבענע זאך. דאס האבען חז"ל און די מקורות געמיינט ביים דערהויבענקייט פון א מצוה טאנץ. דאס פרייליך מאכען א חתן כלה ביום שמחת לבם.

געקומען זענען די פרומאקעס און אויסגעליידיגט א ריין הייליגע מושג פון איהר תוכן. און מ׳איז אזוי צוגעוואוינט צו דער קרומקייט אז מ׳מיינט אז דאס איז גאר די אריגינעלער זאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך א שאלה. פארוואס האט מען געלאזט די בחורים בלייבען צום מצוה טאנץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נאך א שאלה אריינגעפאלען אין קאפ. פארוואס דעקט ער צו די אויגען? די ווייבער זענען דאך נישט דארט. אפשר פון די מענער?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:07 am
דורך שבת אחים
יעלה ויבא האט געשריבן:בילד

lead, follow, or get out of the way

קומענדיגע דורות וועט מען לערנען מיט די קינדער אז שלמה המלך האט געהאט טויזענט בענקלעך פון ווייבער שול...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:20 pm
דורך וואלווי
די צייטונג ברענגט דער בילד און שרייבט אונטערדעם אז די כלה איז געבליבען אין ווייבער שול צוליב דער "געדרענג"...

זעט אויס די צייטונגע האט גע'גנב'ט סטעף פון דער בלאט

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:46 pm
דורך החוקר
אויב איז געווען אזוי ענג, איז נישט בעסער צו לאזן די כלה אינדערהיים, אזוי שפארט מען נאך אפאר פארציעס עסן. די עיקר דער רבי מיט חסידים זענען דארט.

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 4:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ענדעריש לאזען די כלה דארט און דער רבי אינדערהיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 4:26 pm
דורך החוקר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ענדעריש לאזען די כלה דארט און דער רבי אינדערהיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

געווען בדרך צחות.