בלאט 9 פון 43
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 12:21 pm
דורך פרייוויליג
90% פון די סאטיסטיק איז פאנטאזיע, און די איבריגע 10% איז אויך פאנטאזיע. רוב אירע מיט סמארטפאונס האבן א דירעקט אדער אומדערעקט קאנטרעקט מיט קעריערס. סא וואס דארף מען דא א היימישע געשעפט? נאר פליפ פאון קונים קומען אריין אין א היימישע געשעפט און גייען ארויס מיט א קעטאנע פאון. אזוי ווי מעש ציצית אדער רבינו חננאל'ס גאטשעס פארקויפט מען נישט אין היימישע געשעפטן. איך בין משער אז די סטאטיסטיק איז באשאפן געווארן ביי א וואלענע ציצית וואס האט גענומען Word פאר א טעסט דרייוו, און געוואלט טעסטן זיינע נייע סקילס אין די פראגרעם.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 4:03 am
דורך טאמבל סאס
[emoji1] [emoji2] [emoji1] איינער א געזונטער לץ
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 8:23 am
דורך הקטן
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 11:44 pm
דורך געוואלדיג
]
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:35 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז נישט נאריש און נישט קוריאז און ס'האט נישט מיט די אינטערנעט מערכה.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 9:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואוד האט אויך דער מחלה. אז מ'רעדט צו ווייבער רופט מען זיי אהן 'נשים'. פון וואס האבען זיי מורא? א שטייגער ווי
Places for נשים to hear megillah.
פאר עפעס א סבה זענען 'פרויען' שמוציג אבער 'נשים' זענען הייליג. גיי ווייס
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 2:09 pm
דורך שמעקעדיג
דער פאלגענדער בילד האט לעצטענס ארום קורסירט אויף וואטסעפפ,
Cell_Mechiten.jpg
וויל איך צו דעם צולייגן א אייגענע מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט ביי א שידוך,
די מחותנים זענען געווען זייער צופרידן פונעם שידוך פון צד השני, אלעס האט געקלאפט, זיי זענען געווען זייער צופרידן פון די אינפארמאציע, אבער בשעת'ן זיך צוזאמענטרעפן האט די מחותנת'טע (וואס האט געטראגן א שפיצל) באמערקט אז די צד השני גייט א הוילע שייטל, האבן זיי זיך אויפגעהויבן און מיט א דרייסטקייט ארויס פון שטוב! כאטש עס איז געווען זייער אומבא'טעמ'ט, אבער זיי האבן געשפירט אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, ווייל אין ארור מדבק בברוך, שייטל גייט מיט שייטל; שפיצל גייט צו א שפיצל, והבן.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 4:20 pm
דורך יואליש
לעצטענס בין איך געווען אינוואלווד אין א שידוך וואס איז כמעט צוזאגעמפאלן נאכדעם וואס די צוויי מחותנים האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן צווישן ענדרויד און עפעל. איין מחותן האט זיך געשוואוירן ביי זיין מעק, אייפאן און אייפעד. די אנדערע מחותן'סטע האט זיך געאייסערט איבער איר גאלאקסי און נעקסוס. אלעס האט זיך בארואיגט ווען ס'אז באשלאסן געווארן אז די ערשטע צוויי יאר וועט די פארפאלק האבן ער אן אייפאון און זי אן ענדרוד. נאכדעם וועט דאס פארפאלק אליין באשליסן.
מזל טוב מזל טוב!
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 4:20 pm
דורך פרייוויליג
איך וויל צולייגן צו שמעקעדיג א ענליכע עפיזאד. די מחותנים זענען געווען זייער צופרידן פונעם שידוך פון צד השני, אלעס האט געקלאפט, זיי זענען געווען זייער צופרידן פון די אינפארמאציע, אבער בשעת'ן זיך צוזאמענטרעפן האט די מחותן - א בעלבאטישע אינגערמאן, לעבט מיטן אייבירשטען, און האט א סמארטפאון צו פאר ביזנעס אדער אנדערע צוועקן, און מיט א פילטער - באמערקט ווי דער מחותן איז א אפגעפליקטער איד, ער שטינקט ווי די אשכנזים אין די 9 טעג, און גייט מיט א פינקע רעקל ביז א אינטש פון דער ערד, און פארמאגט גאר א ביפער און ניטאמאל א טעלעפאן, ווייל ביי אים איז אפילו א פליפ פאון נישט גוט. תיכף ומיד האבן זיך די שיעור מחותנים געגעבן די הענט און פארלאזט דעם שטוב.
-------
זעלבסטפארשטענדליך אז די אלע באבע מעשות זענען רשעות'דיג, עקל'דיג, פארדארבן, און גרויליג. נישט ווייל איך וואלט נישט געקענט באשטיין אז אזא מעשה זאל האבן פאסירט, אדרבה איך וואלט נישט געוואלט האבן א קורצזיכטיגער מחותן. נאר די חוצפה און דרייסט פון אפאר דזשעקעסעס, און צורידערטע יושבי שעמום, גייען זיכן ארויפצולייגן א.ג. שרעק אויף די עולם כאילו אז מחותנים ווילן זיך נישט משדך זיין אא"וו. איז נישט נאר ביליג און געמיין נאר אויך ליצנות געמאכט פון די מענטשליכער געפיל.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 4:26 pm
דורך זעמיל מילכיגער
מיין רבי אין חדר פלעגט כסדר דערציילען א מעשה, ווי א שידוך איז בטל געווארן די לעצטע מינוט הערענדיג אז די צווייטע צד עסט קעטשאפ ביים סדר.. אינמיטען שולחן עורך...
ראו מה בין אלו לאלו ווי די דורות האבן זיך געריקט.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 4:33 pm
דורך אבי גערעדט
לאכטס און מאכטס חוזק, למעשה ביי אונזער ציבור ווי האבן א אייגענע מיינונג איז בבל יראה, און אלץ ווענדט זיך וויאזוי די פארפירערס דרייען אן, איז זייער מעגליך אס דאס וועט ווערן די נארמע
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 6:04 pm
דורך יואליש
פרייוויליג, נישט געפערליך די געבאקענע מעשיות. לויטן ווארשעווער איז די זשאוק אויפן בעקער. אפגע'נער'ט האלב ווארשע אז ערגעץ האט א מחותן זיך משוגע געמאכט אעבעראיבער סעלפאנס. הי הי, די זשאוק איז אויפן שרייבער.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 8:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יואליש - אליינ'ס באשליסען?! ביסט אין גאנצען משוגע?! דאס איז נאך טויזענט מאל ארגער ווי אינטערנעט, טוויטער, קלוגע פאון'ס, וכל שום וחניכא דאית להו.
פוי פוי פוי. ברענגסט ציונות אריין ביי אונז!
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 11:34 am
דורך יעלה ויבא
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 11:44 am
דורך קאווע טרינקער
ס'דא אן ענין פון זיך גט'ן דאנערשטיג?
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:50 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איז דא צוועלעף מסדרי גיטין אין ברוקלין?
טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:54 pm
דורך קאסטנער
גאנץ אינטערסאנט,
נארמאל ווען איינער אין די קאמיונטי חלומט נאר פין זיך גטן ווייסט שוין די גאנצע שטאט בפרט מיט די היינטיגע וואטסעפפ עפאכע, אין דא ווייסט קיינער נישט דערפין..
אבי קיין איין פין דעי איז נישט פין מיינע באקאנטע (וועמען׳ס יא ווייס איך נישט),
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:06 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
כקען א גרוש וואס זיכט א שידוך קען איינער אפירברענגן די גרושה'ס
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
.
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:46 pm
דורך שמעקעדיג
לסדר נותן לפניכם היום קללה
און מארזשארין?? דאס האט דאך אומגעזונטע פעטנס