בלאט 9 פון 13

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:17 am
דורך outspoken
מיינטס צו זאגען אז מר. לאם האט געזאגט ידינו מסולקת, זיי(רז''ל ענד קא.) האבן אים געהאלטען האסטעדז, וועגן די וואלן, האט ער געזאגט, איך וועל אליין שאפען די וואוטס, דערנאך קענט עטס אדער סיי ווער קומען רעדען.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 4:40 pm
דורך מ גפני
ווי לאנג קען נעמען ביז לאם וועט וויסן אויב ער האט געוואונען די וואלן?

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 6:49 pm
דורך בן תמליון
מארץ 31 וועט ריכטער שיק אורטיילן וועלכע שטימען בלייבן און וועלכע נישט. שיק האט זיך שוין באוויזן אלס נישט סימפאטיש צו דרויסענדע און עס איז זייער מסתבר ער וועט זיכער מאכן ארויסצוווארפן גענוג היימישע שטימען אז דער צד שכנגד זאל האבן די אויבערהאנט. למעשה האט שוין דער אפעלאט קלאר געשטעלט אז די געטשאלענזשטע שטימען בלייבן פארמאכט ביז נאך אלע אפעלאטן. אלזא ריכטער שיק'ס אורטייל איז נאר א טרעפל צום אפעלאט אין אלבעני וואו די שאנסן זענען פיל שטערקער אז זיי וועלן אננעמען אלע שטימען מיט אן אפידעוויד.

דער שפיל קען נעמען חדשים, אינדערצווישן בלייבט דער יעצטיגער מעיאר אין אמט.

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 7:27 pm
דורך זלמן זאפיר
די 50 יונגעלייט וואס ר' זלמן לייב האט גערעדט כ"א כסלו
איז נאך פעליג אדער ס'איז שוין דערנאך?

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 5:15 pm
דורך שעפטל
[center]Bloomingburg mikvah plan discussed[/center]
bilde.jpg
bilde.jpg (95.11 KiB) געזען געווארן 3635 מאל

[left]MAMAKATING — A public hearing held Tuesday night by the town Planning Board generated extensive discussion about the use and oversight of a pair of mikvahs — a type of ritual bath used in Judaism — that would serve the controversial 396-unit town house project on Winterton Road.

Presenting the plans were attorneys Terresa Bakner and Tom Olley of the Albany law firm of Whiteman, Osterman & Hanna and Brooklyn Rabbi Kalman Klein, an expert on mikvahs. The trio took numerous questions from the Planning Board and the public on the design and use of the proposed mikvahs.

In fact, while the mikvahs have yet to receive Planning Board approval or required permits, their construction has already begun, leading to a stop-work order and building violations, Building Inspector Mary Grass said.

At what may be the heart of the Planning Board's consideration of the project is the question of the mikvahs' use as "a neighborhood place of worship," as opposed to "a bathhouse facility."

"In light of the fact that this use has never been contemplated by the town, it is my opinion that this project should be reviewed by the Zoning Board of Appeals" before being approved by the Planning Board, said Richard Morris in an open letter; Morris is acting as a Planning Board alternate for board member Edna Fedun, who recused herself from deliberations over the project.

The issue is significant because it will determine whether the project falls under the federal Religious Land Use and Institutionalized Persons Act of 2000, commonly known as RLUIPA, which protects religious institutions from exclusionary and discriminatory zoning and land-use policies.

That question aside, however, the board and the public also raised a great deal of issues about the mikvahs' structure and water use.

The project would include seven prep rooms and two mikvahs, which would be used by an average of 12 to 15 Orthodox Jewish women each day, with a capacity for 18 to 22 women a day, said Bakner.

The total modifications would be less than 400 square feet and would include handicap-accessible features, Olley said.

Because the property formerly housed a day spa, the lawyers said, the water supply is adequate to feed the roughly 2,000 gallons a day that would be needed. The mikvahs will use a combination of rainwater, collected in ground-level barrels, and well water; religious code dictates how these two water sources are merged.

Others, including resident Cathy Dawkins, raised the issue of cleaning and wondered about the use of chemicals as well as Department of Health oversight. Bakner and Olley said the mikvahs would be cleaned with an ozonator, a highly effective sanitizing method that uses small amounts of ozone. The Department of Health does not regulate mikvahs, Bakner said.

"The use of the mikvah is really a very modest and very private experience," Bakner said.[/left]

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 5:22 pm
דורך מ. גליקמאן
יעצט האט די עלעקשאנס באורד גע'פסל'ט אלע אידישע שטומען, עמער ווארטן צו זעהן וואס דער שופט וועט זאגן.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 5:47 pm
דורך בן תמליון
מ. גליקמאן האט געשריבן:יעצט האט די עלעקשאנס באורד גע'פסל'ט אלע אידישע שטומען, עמער ווארטן צו זעהן וואס דער שופט וועט זאגן.


אלע אידישע שטימען. אלע נישט אידישע שטימען געטשאלענדזשד דורך לאם האבן זיי יא אנגענומען.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:44 am
דורך בן תמליון
היינט קומט ווייטער פאר דער געריכט סעסיע איבער די וואלן. פארגאנגענעם מאנטאג האט מען זיך ארומגעאמפערט איבער דעטאלן. דער לויער פון לאם'ס זייט האט געבעטן ריכטער שיק ער זאל זיך מוחל זיין אפזאגן פונעם קעיס נאך וואס זיין ווייב האט געשריבן אויף פעיסבוק איבער בלומינגבורג אז חסידים זענען גייציגע מענטשן וואס דארפן 'אראנזש זשאמפ סוטס', ממילא איז ער אינפלוענסד צו זיין אומפארטייאיש. שיק זאגט ער איז נישט נשפע פון זיין ווייב'ס דעות ממילא זעט ער נישט פארוואס ער זאל זיך אפזאגן. (מיין פוס).

היינט גייט דער באורד אף עלעקשאן פארשטעלן זייער עווידענס פארוואס מען זאל ארויסווארפן די איבער הינדערט אידישע שטימען. פארשטייט זיך די לויערס וועלן פראבירן שטעלן א ווידערשטאנד, דערנאך דארף ריכטער שיק אינעם בית משפט גבוה לצדק אין מאנטיסעללא הבירה אורטיילן. פארשטייט אז נאך זיין ערווארטעטן אורטייל וועט עס אפיעלט ווערן.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:29 am
דורך בן תמליון
עפעס גייט פאר אין קארט. נאך קולות אויפן זשאדש האבן זיך די לויערס פאר לאם און דעם ווילעדזש ארויסגעצויגן פונעם קעיס. פונקטליך וואס עס מיינט וועל מיר אויסגעפונען באלד.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:40 am
דורך בן תמליון
דער קאמפ פאר די וואלן איז פאראיבער. שלום לאם האט גראטולירט די נייע ווילידזש ערוויילטע.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:42 am
דורך מ גפני
בן תמליון האט געשריבן:דער קאמפ פאר די וואלן איז פאראיבער. שלום לאם האט גראטולירט די נייע ווילידזש ערוויילטע.

דיטעילס ביטע

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 11:49 am
דורך בן תמליון
מ גפני האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:דער קאמפ פאר די וואלן איז פאראיבער. שלום לאם האט גראטולירט די נייע ווילידזש ערוויילטע.

דיטעילס ביטע


זעט אויס דער בחור לאם האט איינגעזען עס איז דער בעסטער וועג ארויס פון דעם וואלן סומטאטאכע, אדער האט ער עפעס א פארשטענדעניש מיטן צד שכנגד. די קומענדע וואלן איז אין ווייניגער ווי צוויי יאר ארום און דעמאלטס האפט ער שוין צו האבן לעגיטימע אלט באזעסענע איינוואינער צו געווינען. 90 דירות איז פארטיק, מקואות און געשעפטן. קיין סאך קענען די נייע ווילעדזש ערוויילטע נישט שטערן. וואס מען קען איז סייווי אין געריכט דורך די שכנים ער וועט פארן בעסער אזו

קרית יטב לב - בלומינגבורג נ.י.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:13 pm
דורך שעפטל
Shalom Lamm withdraws fight over village election results
http://m.recordonline.com/#/apps/pbcs.d ... ate=wapart

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:18 pm
דורך זוכער
לאם איז א כיטערער בחור, און היינט האט ער געמאכט א קנאקעדיגע מאנואווער.
ער האט מכלומרשט געוויזן פאר די 30 פערד דארט אז ער גייט זיך נישט שלאגן איבער די פארלאפענע וואלן, און גראטוילירט די געווינער, און יעצט וועט ער פאוואליע איבערנעמען די ווילידזש אין די קומענדיגע 2 יאר אן א שאס.

עס איז קלאר אן קיין צווייפל אז לאם איז דער אייגענטימער פון צענדליגער הייזער און געשעפטן אין בלומינגבורג. ער האט אויסגעקויפט די אלטע קירכע, די קליינע שאפס, און קויפט אפ איין הייזקע נאך די אנדערע.

לאם האט היינט געטאן זיין קלוגסטע און סטארעגיסטישע שריט! בראווא!

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:04 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אויב איז עס אזא קלוגע און בראווע שריט פארוואס איז ער אריין לכתחילה אין דעם געריכט סומאטאכע?

ביטע ערקלערן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:30 am
דורך חביבי
מען לערנט זיך מיט די צייט, קיינער ווערט נישט געבוירען א (משולם... יא דיר מיין איך) מושלם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 9:56 am
דורך פליקער
חכם אהער, פיפיג אהין, איך זעי בכלל נישט קיין שום חכמה, ער האט געמאכט א זעלטען נערישער שריט מיט רעגעסטרירן וויילער וואס זענען געווארן געטשאלענשט, אזש אז ער האט ארויסגעריפן די אויפברויז פון די פעדעראלן, ער האט זיך שיין אינטערגעגעיבן ווי א פאטער'ל, קען זיין אז דערמיט האט ער אפגעריפן די אינוועסטיגעישן, דעיס וועלן מיר געוואויר ווערן מיט די צייט, ווען י-ה-ודה פלעיגט ארויס נעמען זיין שווערד פינעם שיידל פלעיגט ער עס נישט ציריק לייגן ליידיג, והנמשל מיבן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:32 pm
דורך מאיר_וואלף
די עפ בי איי קומען זיך טאקע לערנען כיטערע פון שלום לאם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:33 pm
דורך מאיר_וואלף
מאנכע זאגען, אז זינט די פרשת מיט עפשטיין-וואלמארק און שלום לאם, האט די נייגער אויך געצוין פאר די עפ בי איי אויף די פיררעס פון די הייליגע שטעטל קרית יואל.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:03 pm
דורך חכם עתיק
איז וואס זענען די פלענער אויף ווייטער?

גייט מען בויען?

גייט מען מופען?

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 4:26 pm
דורך שעפטל
אחראים:
ביטע טוישן דעם קעפל צו "קרית ??? - בלומינגבורג נ.י."

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 6:10 pm
דורך מ גפני
שעפטל האט געשריבן:אחראים:
ביטע טוישן דעם קעפל צו "קרית ??? - בלומינגבורג נ.י."

אפשר וועט לאם זיך צוריק אראפזעצן מיט קהל יטב לב, סאו לאז נאך

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:50 pm
דורך signout
עס גייט ווייטער אן, די פרייזן זענען דערווייל געפאלען מיט ארום 100 טויזענט דאללער