בלאט 9 פון 19

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:25 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/UJMcv7ttZaU

איך פארשטיי דאך נישט קיין ווארט פון די פזמונות וואס מיר זאגן ביי סליחות. פארוואס זאל איך קומען זיי זאגן?
זאגט דער ריזשינער: "שומע תפילה", דער אויבערשטער הערט אויס די תפילה, "עדיך כל בשר יבואו." מיט דעם וואס אזויפיל אידן קומען זיך צוזאמען מיט'ן זעלבן ציל, פאר'ן זעלבן צוועק, דאס אליין זאגט דאך אזויפיל און דריקט אויס אזא תפילה, אז דער אויבערשטער איז עס מקבל.

ווי וועט רבי נחמן שלעפן עמיצן אן פאות?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:34 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/ONBHN5FcRDc

אויף ראש השנה פארן צענדליגער טויזנטער אידן צום ציון פונעם צדיק הדורות רבי נחמן ברסלבער - וועלכער וועט די וואס וועלן אהין קומען "ארויסשלעפן פון גהנום ביי די פאות."

און וואס איז מיט עמיצן וואס האט נישט קיין פאות?

"פאה" איז טייטש "עק". רבי נחמן רעדט וועגן א נקודה טובה, וואס יעדער מענטש אפגעזען פון זיין מצב פארמאגט און קען קיינמאל נישט פארלירן. רבי נחמן פארזיכערט אונז צו טרעפן יענע נקודה טובה אין יעדן איינציגן מענטש, און זי נוצן אלס אנכאפ, אלס אן אחיזה אין יענעם מענטש און אים ארויסשלעפן פון וואו ער איז און ברענגען אים אויף א גוט פלאץ.

מיט דעם אליין וואס דו ביזט א איד, ביזטו גוט -גענוג גוט אייביג צו האבן תיקון. ביזט א איד, האסטו א פאה, אן עק, וואס איז נישט בארירט געווארן פון גארנישט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:52 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/T_wK9SsB5N0

יום כיפור ווייסן מיר די הלכה אז "עיצומו של יום מכפר." דער דאזיגער טאג איז אזוי הייליג און איז בעצם געמאכט פון אזא מין דורכדרינגליכן רייניגונגס מאטעריאל, איז דורכ'ן דורכלויפן אליין איז ער מכפר די עבירות פון יעדן איד.

פאראן אין דער אמעריקאנער פאלקלאר א באקאנט מעשהלע מיט א שיינער מאמע קאטשקע, ביי וועמען איינער פון די געלייגטע אייער האט זיך אראפגעקוילערט און פארוואלגערט צווישן אייער פון הינדלעך. ווען זי האט זיך אויסגעפיקט פונעם איי און געזען אז זי איז אנדערש ווי אלע ארום זיך, איז די קאטשקעלע געווארן צעבראכן און האט מיט אלע כוחות פרובירט זיך צו טוישן און זיין ווי די אנדערע. דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז זי האט זיך אנטוויקלט גענוג צו קענען אליין פליען. דעמאלט, פליענדיג העכערן וואסער, האט זי צום ערשטן מאל געזען איר אפשפיגלונג אינעם וואסער אונטן און צום ערשטן מאל געזען איר הערליכע, שניי-ווייסע פיגור. אביסל שפעטער האט זיך געטראפן נאך ווייסע קאטשקעס און ענדליך געכאפט, אז זי איז נישט קיין יוצא דופן; פארקערט: זי באלאנגט צו א מין וואס איז סך שענער ווי די הינדלעך וואו זי איז געווען פארוואלגערט און צו וועמען זי האט אזוי פרובירט זיך צושטעלן.

און דאס איז א איד: ריין. א איד איז בעצם ריין און פריי. יום כיפור פארמאגט אין זיך די סגולה פון דאס קלאר מאכן פאר יעדן איד. נישטא אזא זאך ווי "נישט גענוג תשובה געטאן." דו ביזט גוט כמו שהוא. דארפסט פשוט כאפן אז דו ביזט נישט סתם א מענטש ווי אנדערע, נאר באלאנגסט צום יענעם סארט מענטש וואס איז בעצם שיין און שניי ווייס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:55 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/1YB11X0dvD8

אלע עבירות פון וואס מ'קען נאר טראכטן זענען אויסגערעכנט אינעם נוסח פון "על חטא". איין גאר גרויסע עבירה, דער חטא פון ביטול תורה, פעלט פון דער ליסטע. וואס איז פשט?

זאגט דער שפת אמת: ס'איז יא דערמאנט. "על חטא שחטאנו לפניך בבלי דעת" מיינט ממש דאס. די נקודה פון תורה איז דביקות - "דע אלוקי אביך." די אפוועזנהייט פון דעם דעת, פון דעם קשר, דאס בעצם איז ביטול תורה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:36 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/fDLDmlr2yUg

אז מען קוקט זיך אים דורכ'ן יאר כאפט מען, אז די צייט איז פול מיט לעכער, מיט שטיקלעך ליידיג פלאץ דא און דארט. א חטא איז חסרון: עפעס פעלט.
"המקום ימלא חסרונך." דער אויבערשטער ווערט באצייכנט ווי "מקום", מקומו של עולם. יום כיפור איז א צייט זיך מתבונן צו זיין און כאפן, אז אפילו די ליידיגע פלעצער זענען פול מיט דעם מציאות פונעם "אין סוף", וואס פילט אלעס אן אייביג און איבעראל.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 2:47 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/EbSvSgiFWjc

פאראן א פאלקס מעשה'לע מיט א פויער, וואס האט געראטעוועט דעם רוסישן צאר ווען יענער האט זיך אמאל פארבלאנזשעט זייענדיג אליין אויף דער יאגד. דער דאנקבארער צאר האט אריינגעשטעקט זיין שווערד אין דער ערד, און געגעבן דעם פויער דריי שטעקנס.

"שטעק זיי איין ווי און וואו ווייט דו ווילסט. אלעס וואס געפינט זיך אין די שטעקן-גרעניצן ווערט דיינס!" האט דער צאר דערקלערט.

א צעשטראלטער האט דער פויער זיך געלאזט גיין מיט די שטעקנס אין די הענט. אט האט ער זיך אבער געכאפט, אז ער זאל ליבערשט לויפן. אזוי וועט ער באווייזן צו דעקן א גרעסערן שטח. דער פויער איז געלאפן, אבער דער דראנג נאך מער און נאך האט אים נישט געלאזט זיך אפשטעלן. אזוי איז דער דארפסמאן געלאפן און געלאפן, ביז - ביז זיין טויט. טעג און וואכן איז ער געלאפן, און ענדליך אנידערגעפאלן און אויסגעהויכט די נשמה.

ללמדינו: א מענטש מוז האבן גבולים, אויב וויל ער אויף דער וועלט מצליח זיין. אויב איז זיין מקום און מעשה נישט דעפינירט מיט גרעניצן, וועט דאס מציאות פון זיין לעבן צעשווימען ווערן און ער וועט ענדיגן זיינע טעג מיט זוכן און נישט אנקומען.

יום כיפור איז דער קלימאקס פון קדושה אינעם אידישן לוח. אלץ איז הייליג און ריין, און דער מענטש פארלירט זיינע געווענליכע באגרעניצונגען. אויך די גבולים פון מענטש ביז מלאך ווערט צעשוואנקען, און מיר סימבאליזירן דאס מיט'ן פאסטן, ווייסע בגדים, און נאך. באלד מוצאי יום כיפור דארפן מיר אבער זיך שטעלן בויען ווענט. "עשה לך סוכות": מאך זיך גבולים, צייכן זיך אן דיין ארט.

ווייל נאר אזוי, נאר דורכן קאנצענטרירן א שטיקל רוחניות'דיגס, קען מען עפעס טאן למעשה אויף דער וועלט.

פארשפעטיגטע סוכה ווארט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:48 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/LRBDbfuwYCg

סוכות ווערט אנגערופן "חג האסיף." און פונקט דעמאלט קומט דער געטליכער באפעל: גיי ארויס פון דיין הויז און אריין אין דער שוואכער סוכה אינדרויסן. דער רמז דערמיט איז: דיין כוח ליגט אין דער הכרה אז דו קענסט גארנישט. ווען דו כאפסט דאס, אז דו מענטש ביזט אינגאנצן אנגעוויזן אין מיר גאט, דעמאלט ביזטו אויפ'ן ריכטיגן פלאץ און דעמאלט ביזטו באמת אינדערהיים.

הושענה רבה שיריים

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:50 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/gKNZcsZ8jEo


הושענה רבה קומט אונז זאגן, אז די נקודה דורך וועלכער מיר קענען זיך פארבינדן צום העכסטן פלאץ איז דווקא די נידעריגע, צעקלאפטע און צעשלאגענע. דערפאר קלאפן מיר הוש"ר די הושענות, און ווארפן זיי תיכף ארויף צום העכסטן, הייליגסטן פלאץ: העכער'ן ארון קדוש.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:54 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/ciKl69eBgZ0

נח האט דאך געגלייבט אינעם אויבערשטן. האט ער געוואוסט אז א שרעקליכע קאטאסטראפע האלט אט ביים באטרעפן דער וועלט. פארוואס האט ער נישט מתפלל געווען, אז די גזירה פונעם מבול זאל אפגערופן ווערן?
זאגט ר' שלמה'לע: נח האט טאקע געגלייבט אינעם אויבערשטן. ער האט אבער נישט געגלייבט אין זיך אליין. ער האט נישט גענוג געוואוסט און פארשטאנען דעם כוח וואס דער אויבערשטער האט געגעבן דעם מענטש, צו דאווענען און משנה זיין די הימלישע גזירות.
דער מענטש דארף געדענקען אז דער אויבערשטער גלייבט אין אים, אין זיינע כוחות. זאל דער מענטש גלייבן אין זיך אזוי שטארק ווי דער רבונו של עולם גלייבט אין אים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:58 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/FMNoYlRWgps

"כי השחית כל בשר את דרכו" מיינט אז די גרעניצן זענען אוועקגעקומען. ווען יעדער איז פריי צו טאן אלעס וואס ער וויל, פאלט די וועלט אריין אין כאאס. ס'מוזן זיין גרעניצן. וואסער איז די סאמע יסודות'דיגע סובסטאנץ וואס דערהאלט די וועלט ביים חיות. אבער אויך וואסער מוז זיך געפינען אין א כלי, כדי צו קענען דינען דעם דאזיגן תפקיד. איינמאל וואסער גיסט זיך ארויס פון גרעניצן, ברענגט עס אויף דער וועלט חורבן און טויט. אבער ווען באגרעניצט אויף א געזונטן, באלאנצירן אופן, איז וואסער מחי' מענטשן און העלפט ביימער און בלומען אנטוויקלען א שיינע, לעבעדיגע וועלט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:34 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/Q9QQsuD53Ns

אין א זאג פון א מענטש זענען אפטמאל פאראן צוויי משמעות'ן. דאס ערשטע איז וואס די ווערטער זאגן; דאס צווייטע משמעות איז דעם זאגער'ס אמת'ע כוונה.
עמיצער קומט צו א פריינט און דערקלערט: כ'בין געקומען זיך געזעגענען. כ'גיי אט באגיין זעלבסמארד. די כוונה אונטער די ווערטער איז: ביטע ראטעווע מיך. כ'וויל זיך נישט פונאנדערגיין מיט דיר און דער וועלט.
ווען דער אויבערשטער איז געקומען צו נח און געזאגט: כ'גיי ברענגען א מבול און מאך זיך ובכן א תיבה, איז די כוונה געווען: בעט, זיי מתפלל, טו דערצו אז ס'זאל נישט געשען.
ווייל אלץ וואס דער אויבערשטער וויל איז, אז ס'זאל יא זיין גוט און וואויל, און אז מענטשן זאלן פארשטיין דעם תכלית: זיך מקשר צו זיין אין עפערס העכערס און שענערס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 2:43 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/RFfG_NO9z1k

"יש מרבותינו שדורשין אותו לשבח, ויש שדורשין אותו לגנאי."
מען קען אויף יעדער זאך, יעדן מענטש, אנקוקן אויף מערערליי וועגן. קוקן קרום און געפינען דאס נעגאטיוויטעט, דאס שלעכטס, איז נישט קיין חכמה און יעדער קען עס באווייזן. די קונץ איז צו טרעפן דאס גוטס אין אלעם, צו זען דעם פאזיטיווען חלק, די נקודה טובה, וואס געפינט זיך אין יעדער זאך.
די וואס זענען "דורשין לשבח" זענען די "רבותינו" פון וועמען מ'זאל זיך אפלערנען און אין וועמענס דרכים מיר זאלן גיין.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:18 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/cM3zmgzhhq8

מענטשן טוען אפטמאל אלעס אין דער וועלט צו אנטלויפן פון זיך אליין. זיי האבן מורא זיך צו באקענען מיט'ן אייגענעם תוך, כדי נישט צו דארפן זיך אפגעבן מיט וואס זיי וועלן דארט געפינען.
"לך לך" קומט דווקא דאס אנדייטן: גיי אריין אין זיך אליין. באקען זיך מיט דיר. האב נישט מורא.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:27 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/1ndtDqInxIE

אפטמאל אין דער היסטאריע האט זיך געמאכט, אז ס'איז צווישן די דורות אריינגעקומען א פארפלייצונג, א מבול, א צעמישעניש, וואס האט געפירט דערצו אז עלטערן זאלן זיך נישט פארשטיין מיט די אייגענע קינדער.
אין אונזער דור זענען מיר אפטמאל עדות צו אזא דור-חילוק מבול. דארף מען אין אזא צייט געדענקען דאס ווארט פונעם הייליגן לעכעווישטער: "בא אל התיבה," קום צום ווארט, "אתה ואשתך ובניך." דו און דיין פרוי, זעץ זיך אוועק שמועסן מיט דיינע קינדער; רעד צו זיי און הער זיי אויס מיט אפענעם קאפ און בעיקר אן אפן הארץ. פארשטיי זיי און פארשטייט זיך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:35 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/usfCHcXmnwo

די תורה אין פרשת לך דערציילט די געשיכטע מיט שרה, וועמען אברהם אבינו האט באהאלטן פון פרעה'ס דינער, און דערביי זי געבעטן זיך אנצוגעבן ווי זיין שוועסטער. פרעה האט ווירקליך פארכאפט שרה, און האט דערפאר באקומען שלעק, "נגעים גדולים". דער מצרי'שער קעניג האט דאן אומגעקערט שרה אמינו צו אברהם, אבער דערביי נישט פארגעסן צו באשולדיגן אברהם: "פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז זי איז דיין ווייב?"
אבער באמת, וואס האט אויסגעפעלט צו דערמאנען פרעה'ס טענה? זיינע ווערטער האבן לעולם נישט אזויפיל שייכות מיט'ן סיפור המעשה, וואס איז פאקוסירט אויף אברהם.
די תורה וויל אונז אבער דערמיט עפעס לערנען. ווען א מענטש באטרעפט א פראבלעם, א שווערן מצב, דארף ער דערפון עפעס ארויסנעמען. ער דארף אריינטראכטן און צוזאמשטעלן דאס שייכות פון דער צרה ביז זיך.
פאראן אזעלכע, וואס אנשטאט כאפן די נקודה הייבן זיי אנשטאט אן באשולדיגן אנדערע - אומשטענדן און מענטשן. אזא מהלך איז נישט געוואונטשן, ווייל אזוי ארום פארפאסט מען די געלעגנהייט זיך צו לערנען פון דער געשעעניש.
די תורה דערציילט די געשיכטע און ווייזט דערביי אן וויאזוי פרעה האט אויפגענומען די צרה וואס האט אים באטראפן: אנשטאט מאכן א חשבון וואס האט אים געפירט צו אזא מצב, הייבט ער אן אנווארפן די שולד אויף אברהם. אזא מהלך איז א טעות און פירט אין ערגעץ נישט...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:18 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/8HwG_G7BNgU

א געוואלדיג ווארט פון ר' שלמה'לע.

יעדער מענטש נעמט זיך אמאל אונטער א דבר טוב. יעדער איד האט דעם מאמענט, ווען עס באפאלט אים א גוטער רוח און פירט צו וועלן ווערן בעסער. דאס מציאות איז געווענליך, אז עס קילט זיך אפ. ביים צווייטן טאג הייבן ספיקות זיך אן אריינ'גנב'ען אין דער מחשבה. ביים דריטן טאג האט שוין דער מענטש צומאל חרטה אויפן גאנצן עסק.
דער אויבערשטער איז געקומען באזוכן אברהמ'ען דווקא אינעם דריטן טאג נאך זיין זיך מל זיין. די עקידה איז אויך פארגעקומען אינעם דריטן טאג נאכן באקומען דעם הימלישן באפעל.
דער אויבערשטער וויל דער מענטש זאל אויסהאלטן, אויסטראגן די שוועריגקייטן, און אויספירן זיין גוטן רצון דווקא דעמאלט ווען דאס התעוררות וואס האט אים געגעבן דעם ערשטן שטופ איז שוין אויסגעוועפט.
אויב באווייזט מען צו דערטראגן די זאך ביז דעמאלט, וועט דער אויבערשטער זיך סוף סוף באווייזן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:27 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/OtEUuWJvzRw

פאראן א באקאנטער מדרש וואס שילדערט דעם צוגאנג וואס אברהם אבינו האט אונטערגענומען מיט זיין הכנסת אורחים. זיין געצעלט, מיט עפענונגען צו אלע פיר זייטן, איז געווען אוועקגעשטעלט אינעם מדבר און יעדער פארבייגייער איז פארבעטן געווארן אריינצוקומען עסן און טרינקען. נאכ'ן פארענדיגן, האט אברהם יענער דירעקטירט צו דאנקען גאט, וועלכער איז דער וואס שטעלט דאס אלעס אהער. אויב יענער האט אפגעזאגט, האט אברהם פארלאנגט באצאלט צו ווערן פאר דעם צוגעשטעלטן סערוויס.
לכאורה, וואס האט אברהם דערמיט געוואלט עררייכן? יענער וועט אפדאנקען און א מינוט שפעטער פארגעסן פון אלעם. איין טאג שפעטער וועט ער זיך אומקערן צו דער עבודה זרה. וואס, אויב אזוי, האט ער דא אויפגעטאן?
נאר געווענליך האבן מענטשן א טענדענץ אנצונעמען זאכן באופן "ס'קומט אזוי." ווען א מענטש איז הונגעריג, עסט ער, און דערמיט איז דאס עסק געשלאסן. צומאל מאכן זיך מינוטן ווען א מענטש נויטיגט זיך דרינגענד אין עפעס, אבער האט עס נישט. דעמאלט איז פאראן א מקום צו טראכטן א רגע, אז עס איז נישט קיין אויטאמאטישער פראצעדור. דער מענטש באקומט דעמאלט די געלעגנהייט צו שפירן דאנקבאר.
אברהם האט אנגעפיטערט מענטשן אין מדבר. דארט איז א פלאץ וואס איז טרוקן און ליידיג. דאס איז א גוטע געלעגנהייט פאר מענטש זיך עפענען זיך דאס הארץ און אריינלאזן דעם רעיון, אז דאס עצם עסן איז נישט אזא פשוט'ע זאך. פאראן אזא מושג ווי ס'איז נישט פאראן, און ווען יא דארף מען דערויף זיין דאנקבאר.

פרשת תולדות

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:07 pm
דורך דריידל
ויעקב איש תם. זאגט רש"י מי שאינו חריף לרמאות קרוי תם. שטעלט זיך די קשיא אז יעקב האט דאך פיין געטויגט צו רמאות ווען ער האט געכאפט די ברכות און בכורה פון עשו, און שפעטער מיט לבן?
ענטפערט די שינאווא רב אין דברי יחזקאל אז "איש" ווייזט אויף בעלות אזויווי איש מלחמה. יעקב האט קאנטראלירט זיין תמימות און ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט האט ער זיך משתמש געווען מיט רמאות.

דאס זאגט רש"י מי שאינו חריף קרוי תם, אבער יעקב איז געווען אן איש תם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:07 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/53n4Kk2bSDY

דער אויבערשטער באפעלט יצחק'ן צו גיין קיין ארץ ישראל. יצחק פאלגט, אבער דארט ווארטן אים אפ פראבלעמען און קריגערייען. אבימלך זאגט אים נאך אלעם: גיי פון דא, ווייל דו ביזט צו מוצלח פאר אונז.

סוף כל סוף קומט אבימלך צו יצחק און בעט אים צו שליסן א פרידנס-פאקט. יצחק חידוש'ט זיך: דו ביזט מיר פריער דערגאנגען די יארן, און נאך געהייסן פארלאזן דאס פלאץ. וואס איז יעצט געשען? ענטפערט אבימלך: ווייל מיר האבן געזען אז דער אויבערשטער איז מיט דיר.

מענטשן מוטשען זיך מיט שוועריגקייטן. אויב האט מען אבער געדולד אויסצוטראגן די פראבלעמען ביז'ן סוף, זעט מען אז די אלע שוועריגקייטן האבן אייגנטליך געדינט א פארקערטן צוועק: דערהייבן דעם מענטש און אים צוגעגרייט צו עפעס העכער און בעסער.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:11 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/btphlnNY1wc

יצחק אבינו פרובירט זיין מזל מיט'ן גראבן קוואלן, אבער יעדער אזא פרואוו ענדיגט זיך מיט מחלוקת און עגמת נפש. ער גראבט, און די אנדערע פארשטאפן. ענדליך באווייזט יצחק צו גראבן א קוואל מיט וואסער, און אלעס גייט כשורה. דעמאלט באווייזט זיך דער אויבערשטער צו אים און זאגט: איך בין מיט דיר, בעבור אברהם עבדי.

דו יצחק, האט דער אויבערשטער אים געזאגט, האסט געדארפט געפונען דיין אייגענעם קוואל, כדי צו קענען זיך מדבק זיין אינעם אור-אלטן מהלך פון אברהם - וועלכער האט אויך געדארפט טרעפן זיין אייגענעם וועג, און הערשט נאך דעם אנקומען צו זעלבן ציל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:16 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/bYJa_8DHoL8

אינו דומה תפילת צדיק בן צדיק לתפילת צדיק בן רשע. יצחק אבינו האט זיך מתבונן געווען אין דעם געדאנק, ווי חשוב ס'איז אין הימל די תפילה פון א צדיק וואס האט נישט געזען קיין מוסטער פון צדקות, און האט זיך אליין אויפגעבויט. יצחק האט געכאפט דאס גדלות פון אזא מענטש, און "ויעתר יצחק לנוכח אשתו": ער האט געפילט אז זיין דאווענען קומט נישט צו צו דער תפילה פון זיין פרוי, וועלכע האט אליין זיך ארויפגעארבעט. ווען ער האט דאס געכאפט, איז אים אנגעפאלן א הכנעה, און דעמאלט: "ויעתר לו השם" - טאקע צוליב דער הכרה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 12:55 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/7fBC2P77KD8

יעקב אבינו האט זיך געלייגט שלאפן, און אין חלום האט ער באקומען א געוואלדיגע השראה - מלאכים און זייער גענג ארויף און אראפ.
דאס איז געשען אדאנק דעם וואס יעקב איז געגאנגען "חרנה", צו א פלאץ פון "חרון". דער חלום איז געקומען יעקב'ן ווייזן, אז דער סוד פונעם מענטש'ס התקשרות צו אלוקית ליגט אין די עליות און ירידות. און פשט איז נישט דווקא אז די ירידה וועט דערנאך פירן צו אן עליה, נאר דער עצם ארויף-אראפ פראצעס פאר זיך, דאס איז דאס משמעות פון אונזער לעבן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:51 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/wUFRa0-Kp-U

ווען עמיצער נעמט זיך צום דזשים, זיך אויפצובויען דעם קערפער און צעבלאזן די מוסקולען, קען ער נישט אפארבעטן א שטיק צייט און אפלאזן די זאך. מ'דארף כסדר ארבעטן און שוויצן; אנדערש גייט די ארבעט לטמיון.

יעקב אבינו האט שווער געארבעט זיך אויסצואיבן די נשמה. נאך דעם וואס ער איז אנגעקומען גאר הויך, האט ער געוואלט זיצן במנוחה און טאן זיין עבודת השם אין רואיגקייט. "קפץ עליו רגזו של יוסף," ווייל די ארבעט ענדיגט זיך קיינמאל. עס מוז קומען מיט שוויצן און קעמפן.