בלאט 9 פון 29
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:32 pm
דורך נולד מאוחר
כהאב מיר געמיטשעט צי פארשטיין די ענטפער, האב איך געטראפן וויקיפידיע
The refrain "The answer, my friend, is blowin' in the wind" has been described as "impenetrably ambiguous: either the answer is so obvious it is right in your face, or the answer is as intangible as the wind".[2]
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 12:38 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז נישט קיין גרינגע תוספתא, Dylan אליינס האט זיך אויך ארויסגעדרייט פון מסביר זיין פשט אין 'די ענטפער'.
NPR האט א שיינע ניתוח אין די סוגיא, בערך דארף דאס מיינען ווי צו זאגן "דו אליינס ביסט דער ענטפער, ס'ליגט אין דיר. וואס דו ביסט דאס איז דער תירוץ אויף אלע קשיות". א שטיקל פאעטישע פארגלייך צו משה רבינו'ס "לא נפלאת הוא ממך ולא רחקה הוא, לא בשמים הוא לאמר מי יעלה לנו השמימה ויקחה לנו וישמענה, ולא מעבר לים הוא לאמר מי יעבר לנו אל עבר הים ויקחה לנו וישמענו אתה ונעשנה. כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך"
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 12:46 am
דורך petergrifin
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ס'איז נישט קיין גרינגע תוספתא, Dylan אליינס האט זיך אויך ארויסגעדרייט פון מסביר זיין פשט אין 'די ענטפער'.
NPR האט א שיינע ניתוח אין די סוגיא, בערך דארף דאס מיינען ווי צו זאגן "דו אליינס ביסט דער ענטפער, ס'ליגט אין דיר. וואס דו ביסט דאס איז דער תירוץ אויף אלע קשיות". א שטיקל פאעטישע פארגלייך צו משה רבינו'ס "לא נפלאת הוא ממך ולא רחקה הוא, לא בשמים הוא לאמר מי יעלה לנו השמימה ויקחה לנו וישמענה, ולא מעבר לים הוא לאמר מי יעבר לנו אל עבר הים ויקחה לנו וישמענו אתה ונעשנה. כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך"
שוין מ׳גײט זיך לײגן שלאפן און אברעמל זינגט מיר ארײן אין די אויערן... א מחיה
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:30 am
דורך ונבנתה העיר
אדער קען מען לייגן א קאמע נאך 'is' כזה: The answer, my friend, is, blowin' in the wind, און blowin' in the wind גופא איז דער ענטפער...
און אין דעם קען מען שוין זאגן כמה מהלכים, צו אז א מענטש בלאזט אין די ווינט בבחינת שרגא בטיהרא, ואומר קוק ווי שטארק איך בלאז, אדער רעדט מען גאר אז ער פראבירט צו בלאזן קעגן די ווינט...
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:51 am
דורך [NAMELESS]
א שיינע מהלך עפ"י 'דרש', אבער אין Dylan's ווערטער צו Sing Out magazine קען מען דאס נישט אריינשטופן
[left]There ain't much I can say about this song, except the answer is blowin' in the wind. It ain't no book or movie or TV show or discussion group, man. It's in the wind[/left]
"It's in the wind" מיינט 'דער תירוץ איז דארט' נישט 'דער תירוץ איז דאס'
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:57 am
דורך ונבנתה העיר
ווער האט איהם געפרעגט...
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 2:08 am
דורך הוגה
כ'האב לעצטענס געזעהן א לאנגע דאקומענטרי איבער דילאנ'ס קאריער, ער ווערט געפרעגט אסאך שאלות איבער זיינע ניגונים און פאליטישע נייגונגען פון יענע צייטן אבער ער גיבט נישט קיין קלארע תשובות, און ווען יא שטומט עס נישט מיט די פאקטן. מיין טעאריע איז אז יענע יארן איז פארנעפלט אין זיין זיכרון. אדער צוליב דעם וואס ער איז געפלויגן גאר הויך, אדער ווייל זיין unexpected overnight rise to stardom האט אים אזוי פארשיכורט.
זיינע ניגונים קענען גרינג פארטייטשט ווערן ווען מען זעהט עס אין קאנטעקסט פון די סאציאלע טוישונגען פון יענע צייטן. א יעדע צוואנציג יעריגע שמויגער אין די זעכציגער יארן האט גוט פארשטאנען איבער וואס ער זינגט, אבער ער מאכט זיך ווי ער ווייסט פון גארנישט, ער איז געשטאנען פאר גארנישט, און געשטיצט גארנישט. My foot!
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 12:13 am
דורך נהורא נפישא
די באקאנטע
שלום עליכם וואס ווערט געזונגען אין די אלגעמיינע אידישע וועלט האט פארפאסט א קאנסערוואטיווער ראביי מיטן נאמען הרב ישראל גולדפארב אין א פרייטאג נאכמיטאג אין יאר 1926 זיצענדיג אויף די טרעפ פון קאלאמביע יוניווערסיטי.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:43 am
דורך צלפחד
עס געפעלט מיר ווי מיכאל שניצלער ניצט '
אה פארטיונא' אין זיין מענדי-קענדי-סענדי ניגון - "יארן שפעטער,א בריוול זעהט ער פון א איד פון ירושלים" - להגדיל הטראסק
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 9:22 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 8:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
מישע מישע מישע נכנס אדר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=T314R0_5pb0[/youtube]
http://en.wikipedia.org/wiki/Pick_a_Bale_of_Cotton
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:04 pm
דורך יואליש
צוויי יאר נאך די רומענישע עד דלא ידע פלאגאריזים קאנטרעווערסיע צווישן דוד אסף און קאווע שטיבל, איז די אריגינעלע לעבעל מער נישט בנמצא אויף יואטוב, ווארשיינליך אויפן פארלאנג פון די קאפירייט האלטער.
דא איז אסף'ס בלאג
פאוסט, און נאדיר א יואטוב קליפ פון די
רומענישע רעקארדירונג, נאר אן די אריגינעלע מוזיק ווידיאו.
די נאמען ון די ניגון אין רומעניע איז Dama Mama Dupa Ghiuri. עד דלא ידע בין Dama mama dupa ghiuri לעד דלא ידע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:54 am
דורך shefele
אידיש אדער גויאיש ניגונים סאנגס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:36 pm
דורך ציבעלע-קיגל
עס איז געווארען א סטייל אז אידישע זינגערס זינגען גויאישע סאנגס מיט אביסעל פאלשע ווארימקייט און מען מיינט אז עס איז אידיש. מרדכי בן דוד איז איינער וואס האט גראדע אסאך גויאישע. וואס מען מיינט אז עס איז אידיש. איינס פון די איז Daddy Dear
Watch "MBD - YM GERSTNER - DADDY DEAR - CHABAD TELETHON …" on YouTube
MBD - YM GERSTNER - DADDY DEAR - CHABAD TELETHON …:
http://youtu.be/KMxRr6K0qVMדאס איז א גויאיש סאנג פון 1956
Watch "Danny & Dena Kaye - Little Child (Daddy Dear ) 19…" on YouTube
Danny & Dena Kaye - Little Child (Daddy Dear ) 19…:
http://youtu.be/lyOwDcXL6wo
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:48 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ווי אויך די אלעם באקאנטער ניגון "אידן" איז א דייטשע סאנג
Watch "Eurovision 1979 Germany Dschinghis Khan Dsc…" on YouTube
Eurovision 1979 Germany Dschinghis Khan Dsc…:
http://youtu.be/eAEUrp2V4ss
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:52 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אוי איך האב פארגעסען צו זאגען מען זאהל דעס נישט פארציילען פאר "דער פון מאנרא" וואס איעדע זאך וואס קומט ארויס לעצטענס זאגט ער קומט פון די דייטשען... אזוי ווי אפי בהסתרה און די פענגווין טאנץ און די אייס באקעט.
וואס וועט ער זאגען אויף דעם וואס קומט טאקע פון דארט?
א קאלטע נאכט - יום טוב עהרליך. חבלי משיח
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:01 pm
דורך [NAMELESS]
זינט איך געדענק מיר האבן אנדעקט יום טוב עהרליך איז די ליד געווען איינס פון א רייע לידער זיינע וואס האבן מיך ווארעם איינגעשלעפט טויזענט נעכט. אלעמאל האב איך באוואונדערט מיט צוגעמאכטע אויגן אין בעט איבער די הימלישע ליכטיגע טרויער וואס זי באהאלט ציווישען די מוזיקאלישע נאטען, די שליטן וואס גליטשט זיך מיט טרערן אין די אויגן ביים זייט פונעם רוסישען וואלגא טייך, די ווינטער נאכט און דער בעל עגלה ביים שמייסער וואס באוויינט שטילערהייט א חורבן, א פארגאנגענהייט.
אט האט איר...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=l-_AYHyGpoM[/youtube]
היינט איז זי מיר אפירגעקומען מיטן גאנצען געשטאלט, נעמליך א באקאנטע רוסישע פאלקס ליד מיטן נאמען "טרויקע" (על שם
Troika, די טראדיציענאלע רוסישע שליטן געשפאנט צו דריי פערד).
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HI_ZohdxggA[/youtube]
און די מעשה,
אט הערט
[left]Here’s the mail troika rushing
Along the Volga River in Winter
The coachman is humming some sad tune
And shaking his head
The coachman is humming some sad tune
And shaking his head
“What are you thinking of, young lad?”
A friendly passenger asked him,
“What torments your heart?
Tell me, who made you so sad?”
“Oh, dear sir, my good sir!
It’s been a year since I fell in love.
But the village headman
scolds me for it and I have to take it!”
“Oh, good sir, Christmastide will come soon
But she will never be mine again!
A rich and hateful one took her from me,
So she’ll never again see beautiful days”
The coachman finished his story
And put away his whip.
“Hey, restless horses, stop!” -
He said and gave a sorrowful sigh
“Hey, restless horses, stop!” -
He said and gave a sorrowful sigh[/left]
קיין ישראל איז דער שיינע מעלאדיע מיטגעקומען מיט די רוסישע עולים פארן גרינדונג פון די מדינה און ווערט געזינגן אויף א ליד וואס חיים חפר האט אהערגעשטעלט פארן פלמ"ח מיטן נאמען "רותי". די ליד זיינע איז אויך נישט אוועקצומאכן (
דא האט איר איר, ווי אויך דעם "טרויקע" אויף עברית), איז זי טאקע ווייט נישט דאס זעלבע, נישטא דער שליטן, דער יונגער בעל עגלה, דער וואלגא, אבער דאס בענקשאפט ברענט ווי פייער אויפן שיף וואס פארט איבערן ים און האפט זיך ווידער צו טרעפן מיט זיין געליבטען, רותי, ערגעץ אויף איינע פון די בארטענס.
דא ווי עס זינגט איר אראפ מיט א שטיק הארץ אריק איינשטיין ז"ל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SnG0lB7KAq8[/youtube]
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:11 pm
דורך יואליש
געוואלדיג, מגיד!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:24 pm
דורך צלפחד
Wow, just wow. Thank you Magid.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:13 pm
דורך נהורא נפישא
צור משלו אכלנו, וואס מזינגט אין וויזניץאגב האב איך אמאל געזעצן ערגעץ, כ'ווייס נישט צו ס'איז קראנט אז דער פיוט האט מחבר געווען א קריסטליכער העבראיסט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:18 am
דורך ישמעאל הכהן
Wow
דאס איז דאך א וועלט ניגון, מ'זינגט עס איבעראל אין היימישע דירות. וואס איז טאקע פשט?