שבת אחים האט געשריבן:איך האב געקויפט א היפשע פאר יאהר צוריק אסאך ביטקוינס פאר פרוטות. איך האב עס געדארפט ווייל דעס איז געוועהן דאן די גרינגסטע וועג צושיקן געלט קיין כינע, סאיז מיר איבערגעבליבן 42 ביטקוינס, דאכצעך סדארף צוזיין ווערט היינטיגע טעג איבער פיר הונדרעט אלפים. כגעדענק אבער נישט די פעסווארד. סאיז געוועהן די Wallet.
איינער האט אן עצה? אדער סאיז א גם זו לטובה בחינה... און געגעאנגען ווייטער. איך האב געזוכט אין מיין אלטע Memos אין מיינע אלטע טעלפאון, מיין אלטע קאמפיוטערס, אימעילס, אבער דערווייל טאפ איך א וואנט. איך האב קיינמאל נישט געחלמט אז דעס גייט נאך אמאל ווערט זיין אזויפיל געלט. אפשר זאל איך גיין צום ריבניצער? סאיז ממש א שאד! וואס טוט מען? איינער האט עפעס א עצה? אדער סאיז בעסיקלי אזויווי איך וואלט פארלוירן קעש אין מקוה. הדא הוא דכתיב ש-ט...!
עס איז שווער עס מסביר צו זיין אויף איין פיס, אבער דער שפיץ איז אז ביז צו נישט לאנג צוריק, ביז די אינדאסטריעל רעוועלאציע, איז רייכטום געווען באטראכט אלס א קאנסטענט, פאר טויזנטער יאר איז גארנישט צוגעקומען צו די וועלט, און געבליבן די זעלבע רייך, די מושג אז מען קען קריעטן פרישע רייכטום (wealth) האט פשוט נישט עקזיסטירט. במילא איז געלט געווען פשוט באזירט אויף די עקזיסטירנדע וועליו וואס זי האט געהאט, וואס איז געווען על פי רוב גאלד. די חידוש פון די היינטיגע מאדערנע עקאנאמיע איז די איידיע אז די וועלט גייט מארגן זיין רייכער ווי היינט, במילא איז די ווערט פון די געלט מיט וואס מען האנדלט היינט באזירט על שם העתיד ווייל מ'האפט אז מארגן גייט עס זיין ווערט. די סטאקס פון די פירמע עפל איז ווערט ביליאנען דאלארן נישט ווייל זי איז יעצט אזויפיל ווערט, נאר ווייל מיר פרעדיקטן אז נעקסטע יאר גייט זי ארויסגעבן א נייע פאון, און דעמאלטס איינקאסירן אזויפיל רווחים. און אזוי לויפט די גלאבאלע עקאנאמיע פון די גאנצע וועלט, אמעריקע און יעדע אנדערע לאנד דריקט געלט אויפן חשבון אז זי גייט אין די עתיד זיין אזויפיל ווערט. אויב זאלן מיר אויפהערן צו טראסטן די פיוטשער, פאלט די גאנצע מאדערנע עקאנאמיע צוזאם אין איין רגע. די גאנצע סטאק מארקעט איז ווערט זילטש. במילא כל זמן מיר גלייבן יא אין די מאדערנע עקאנאמיע, האט נישט קיין שום זין אריבערצוגיין צו א אלטמאדישע סיסטעם פון געלט וואס האט א אייגענע יעצטיגע שוויות. פארשטייט זיך אז עס קענען אלס זיין גענוג מענטשן וואס זאלן יא וועלן דוקא האלטן זייער געלט אין גאלד אדער ביטקוינס, אבער פאר די אלגעמיינע עקאנאמיע מאכט עס גארנישט אויס.
או אינו האט געשריבן:שמערל, דיין גערעדכץ איז פארשמירט אין ציווישט. קריפטא גייט איבערנעמען די וועלט. די איינציגסטע מהלך דאס צי אפשטעלן איז אויסלעשן די אינטערנעט, לאנג וועט לעבן די אינטערנעט אין לאנג וועט לעבן קריפטא. דאס וואס די זאגסט אז עקאנאמיע איז באזירט אויף שפעטערדיגע וואוקס איז נישט אמת. יעדער אינוועסטמענט חוץ טעק ווערט אינטערגעשריבען אויף א ריטארן במשך די האלטונגס טערמין בעיסד אויף וואס די קאמפעני פראדעצירט רווחים מיט הייטיגען ביכעל. קאפיטאל וואוקס איז מתברכים מכמה סיבות.. אינטרעסט ראטע, אויסלענדישע אינוועטירער, ארביטראש. ודי לחכימא ברמיזא. שווער צי שרייבן אין אידיש.
פאר שפאקעליר, עס לאזט זיך טראכטן אז די עמעריקאנע גאווערמעט שטייט אינטער די גאנצע מעשה. פטור אן עסק מיט פארמאכטע טויערן פין כינע איר רוסלאנד. קאפיטאל אייטפלאוס איז זייער ריסטריקטעד געווארן אין אלע צווייטוועלטיגע קאנטריס. סא דאס האט א שטארקע אפעקט אויף פיקסד אינקום עסעטס. כאשר
בעוה"ר בין איך אזוי ציווישט אז איך פארשטיי ליידער נישט קיין איין ווארט.
ביטקוין איז אין אזא מעשה בערך אזויפיל שולדיג ווי קעש איז שולדיג אין א באנק רויבעריי. אזא גניבה ווייזט נישט קיין שום שוואכקייט און די ביטקוין, נאר אז דער וואס האט עס געהאט אין באזיץ האט עס נישט גוט געהיטן.
גאלד איז היינט צוטאגס נישט קיין וואלוטע, ס'איז סך הכל א קאמאדיטי, צו ניצן גאלד אלס 'ליגעל טענדער' איז קעגן די געזעץ.
אמת טאקע אז פאר טויזענטער יארן איז רייכטום דעפינירט געווארן אלס נאטירלעכע רעסורסן, די מער איינער האט געהאט די מער איז ער װערט געווען. און איינער פון די איינציגסטע וועגן צו מרבה זיין נכסים איז געווען מיט גניבה גזילה ושפיכת דמים. די אינדאסטריאלע רעוואלוציע האט טאקע געוויזן פאר די וועלט אז רייכטום קען מען אויך 'פראדוצירן'. אט די רעוואלוציע איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק קאפיטאליזם, וואס איז איינגעפירט געווארן דא אין אמעריקע, די איינציגסטע לאנד אין דער וועלט וואס האט געגעבן פרייהייט און רעכטן, וואס האט גורם געווען די רעוואלוציע.
לעת עתה פארשטיי איך נאכאלץ נישט וויאזוי די גאלד סטאנדארט זאל נישט קענען ארבעטן אין די היינטיגע עקאנאמיע, די מספר פון גאלד רעזערוון אין די וועלט מאכט א קנאפע נפקא מינה צו וויפיל די גאנצע עקאנאמיע איז ווערט. אין א געוויסע זין וואלט אפשר די פרייז פון גאלד געשטיגן א סאך העכער, אבער פונקט ווי ביטקוין פארשטיי איך נישט וואס דער פראבלעם איז, אדער וויאזוי ס'וואלט צוריקגעהאלטן די היינטיגע עקאנאמיע.
יעצט בנוגע וואס איר שרייבט אז אלעס היינט וואס ווערט פארקויפט אנטהאלט אין זיך די צוקונפֿטיגע פאראויס געשאצטע ווערט, דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף אלעס חוץ פיאט-וואלוטע, ממילה איזאיז אייער גאנצע פשט'ל נישט אפליקעבל דא, ווייל פיאט-געלט טראסקעט און ווערד יעדע טאג מער און מער. אין אנדערע ווערטער רופט מען עס אינפלאציע, און אדרבה די שוויות פונעם דאלער איז דראסטיש געפאלן מיט די יארן.
איך פארשטיי נישט וויאזוי אינפלאציע איז א מעלה, לדעתי איז דריקן נאך געלט אין דער זייט צוצילייגן צום סופליי ריין גניבה פון די אנדערע בירגער וואס האבן דאלערס אין באזיץ.
די דאלער איז טאקע נישט ווערטלאז, אבער מער ווערט גייט עס לכאורה קיינמאל נישט זיין, אויב מ'גייט ווייטער אן מיטן דריקעריי. בדרך אגב איז די דאלער היינט כמעט ווערטלאז קעגן פופציג יאהר צוריק, ס'האט פארלוירן כמעט הונדערט פראצענט פון די פורטשעסינג וועליו.
באנדס און געלט זענען צוויי אנדערע זאכן, די רעדע דא איז בנוגע געלט.
צו פארגלייכן גאלד קעגן באנדס ווענדט זיך אויף וועלכע יארן איר קוקט. סתם אזוי אין די לאנג ראָן האט גאלד נישט געברענגט קיין גרויסע רווחים, בעיסיקלי איז עס נישט ארויף אין די לעצטע הונדערט יאהר צופיל מער ווי אינפלאציע, אבער מיט אינפלאציע איז עס יא מיטגעשטיגן. ווידעראום באנדס האט אין די לעצטע פאר יאהר על פי רוב ניטאמאל געברענגט אזויפיל ווי אינפלאציע אבער אין די פריערדיקע יאהרן האט עס על פי רוב געברענגט א שיינע ריטורן העכער אינפלאציע.
די ווערד פונעם דאללאר איז נישט טייערער על שם העתיד, די ווערד דערפון 'איז' די עתיד. די גאנצע סיבה פארוואס אמעריקע האט געדרוקט דעם דאללאר איז ווייל זי האט פארקויפט באנדס און צוגעזאגט מענטשן עס צו באצאלן אין יארן ארום מיט די הכנסה וואס וועט אריינקומען דעמאלטס. וויבאלד מענטשן טראסטן די אמעריקאנער גאווערמעט מער ווי אלע גאלד און זילבער, דערפאר האט די דאללאר אזא שטארקייט, ווייל מען גלייבט אז די גאווערמעט וועט אין די פיוטשאר האבן דאס געלט צו באצאלן אירע חובות און שטיין אינטער איר דאללאר.
אין אנדערע ווערטער, די וועליו פונעם דאללאר איז דאס וואס מיר גלייבן אין האפן אז אין די פיוטשאר וועט זיין מער דאלארן ווי היינט, די וועליו פון גאלד איז דאס וואס מיר גלייבן אין האפן אז אין די פיוטשאר וועט 'נישט' זיין מער גאלד ווי היינט.
עפעס האב איך געליינט נעכטן אז ס'איז דא א מעיזשער חסרון אין די דיזיין פון ביטקוינס, אז יעצט ארבעט עס אז די טרענזעקשענס ווערן געטוהן דורך די מיינערס און עס קאסט אפ מורא'דיג אסאך געלט דאס צו דורכפירן, זיי ווערן באצאלט פארדעם דורך קריעטן פרישע ביטקוינס.
אבער די הכנסה פון נייע ביטקוינס האלט אין איין פאלן און די הוצאה בלייבט די זעלבע, דאס מיינט אז די איבעריגע הוצאות דורכצופירן די טרענזעקשענס גייט פאלן אויף די וואס ווילן מאכן די טרענזעקשענס, ווי עס ווערט געשאצט גייט עווענטועל אפקאסטן א טרענזעקשען פון איין ביטקוין צופיל געלט עס זאל זיך לוינען עס צו פארקויפן, וואס וועט פארקריפלן די גאנצע ביטקוין מארקעט.