בלאט 9 פון 17

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 9:59 pm
דורך נולד מאוחר
שבת אחים האט געשריבן:איך האב געקויפט א היפשע פאר יאהר צוריק אסאך ביטקוינס פאר פרוטות. איך האב עס געדארפט ווייל דעס איז געוועהן דאן די גרינגסטע וועג צושיקן געלט קיין כינע, סאיז מיר איבערגעבליבן 42 ביטקוינס, דאכצעך סדארף צוזיין ווערט היינטיגע טעג איבער פיר הונדרעט אלפים. כגעדענק אבער נישט די פעסווארד. סאיז געוועהן די Wallet.

איינער האט אן עצה? אדער סאיז א גם זו לטובה בחינה... און געגעאנגען ווייטער. איך האב געזוכט אין מיין אלטע Memos אין מיינע אלטע טעלפאון, מיין אלטע קאמפיוטערס, אימעילס, אבער דערווייל טאפ איך א וואנט.
איך האב קיינמאל נישט געחלמט אז דעס גייט נאך אמאל ווערט זיין אזויפיל געלט.
אפשר זאל איך גיין צום ריבניצער? :) סאיז ממש א שאד! וואס טוט מען? איינער האט עפעס א עצה? אדער סאיז בעסיקלי אזויווי איך וואלט פארלוירן קעש אין מקוה. הדא הוא דכתיב ש-ט...!

#אמר ר׳ בנימין

https://www.quora.com/I-mined-bitcoin-as-a-lark-in-2010-I-still-have-the-old-PC-How-can-I-recover-the-coins

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:07 am
דורך שמערל
ביטקוין קען זיין ווערד אלס א וואלוטע אזויווי גאלד איז ווערד אלס וואלוטע, אבער וועט קיינמאל נישט קענען איבערנעמען און ווערן א הויפט וואלוטע אשטייגער ווי דער דאללאר אדער יורא. וויבאלד די גאנצע קאפיטעליסטישע וועלט לויפט היינט אויף א אנדערע באגריף ווי אמאל ווען גאלד איז געווען די סטאנדארט.

עס איז שווער עס מסביר צו זיין אויף איין פיס, אבער דער שפיץ איז אז ביז צו נישט לאנג צוריק, ביז די אינדאסטריעל רעוועלאציע, איז רייכטום געווען באטראכט אלס א קאנסטענט, פאר טויזנטער יאר איז גארנישט צוגעקומען צו די וועלט, און געבליבן די זעלבע רייך, די מושג אז מען קען קריעטן פרישע רייכטום (wealth) האט פשוט נישט עקזיסטירט. במילא איז געלט געווען פשוט באזירט אויף די עקזיסטירנדע וועליו וואס זי האט געהאט, וואס איז געווען על פי רוב גאלד. די חידוש פון די היינטיגע מאדערנע עקאנאמיע איז די איידיע אז די וועלט גייט מארגן זיין רייכער ווי היינט, במילא איז די ווערט פון די געלט מיט וואס מען האנדלט היינט באזירט על שם העתיד ווייל מ'האפט אז מארגן גייט עס זיין ווערט. די סטאקס פון די פירמע עפל איז ווערט ביליאנען דאלארן נישט ווייל זי איז יעצט אזויפיל ווערט, נאר ווייל מיר פרעדיקטן אז נעקסטע יאר גייט זי ארויסגעבן א נייע פאון, און דעמאלטס איינקאסירן אזויפיל רווחים. און אזוי לויפט די גלאבאלע עקאנאמיע פון די גאנצע וועלט, אמעריקע און יעדע אנדערע לאנד דריקט געלט אויפן חשבון אז זי גייט אין די עתיד זיין אזויפיל ווערט.
אויב זאלן מיר אויפהערן צו טראסטן די פיוטשער, פאלט די גאנצע מאדערנע עקאנאמיע צוזאם אין איין רגע. די גאנצע סטאק מארקעט איז ווערט זילטש. במילא כל זמן מיר גלייבן יא אין די מאדערנע עקאנאמיע, האט נישט קיין שום זין אריבערצוגיין צו א אלטמאדישע סיסטעם פון געלט וואס האט א אייגענע יעצטיגע שוויות. פארשטייט זיך אז עס קענען אלס זיין גענוג מענטשן וואס זאלן יא וועלן דוקא האלטן זייער געלט אין גאלד אדער ביטקוינס, אבער פאר די אלגעמיינע עקאנאמיע מאכט עס גארנישט אויס.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:42 am
דורך או אינו
שמערל, דיין גערעדכץ איז פארשמירט אין ציווישט. קריפטא גייט איבערנעמען די וועלט. די איינציגסטע מהלך דאס צי אפשטעלן איז אויסלעשן די אינטערנעט, לאנג וועט לעבן די אינטערנעט אין לאנג וועט לעבן קריפטא. דאס וואס די זאגסט אז עקאנאמיע איז באזירט אויף שפעטערדיגע וואוקס איז נישט אמת. יעדער אינוועסטמענט חוץ טעק ווערט אינטערגעשריבען אויף א ריטארן במשך די האלטונגס טערמין בעיסד אויף וואס די קאמפעני פראדעצירט רווחים מיט הייטיגען ביכעל. קאפיטאל וואוקס איז מתברכים מכמה סיבות.. אינטרעסט ראטע, אויסלענדישע אינוועטירער, ארביטראש. ודי לחכימא ברמיזא. שווער צי שרייבן אין אידיש.

פאר שפאקעליר, עס לאזט זיך טראכטן אז די עמעריקאנע גאווערמעט שטייט אינטער די גאנצע מעשה. פטור אן עסק מיט פארמאכטע טויערן פין כינע איר רוסלאנד. קאפיטאל אייטפלאוס איז זייער ריסטריקטעד געווארן אין אלע צווייטוועלטיגע קאנטריס. סא דאס האט א שטארקע אפעקט אויף פיקסד אינקום עסעטס. כאשר

Sent from my Pixel 2 XL using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:57 am
דורך סמבטיון
און אין אנדערע נייעס האלט ביטקוין אויף די מאמענט ביי 15959.
עס קאסט מיר א לאך ווען איך דערמאן זיך וואס איך האב געשריבן א וואך צוריק אז ביז 2018 וועט עס אריבערגיין די 10000 נאמבער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 10:00 am
דורך אישתישבי
און די עקאנאמיסטן וואס ווייסן אז עס גייט קראכען אויף פעניס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 10:15 am
דורך סמבטיון
16070!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:07 am
דורך סמבטיון
16948
קען עס אנקומען צי 20000?
ימים/שעות ידברו

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:57 am
דורך שמערל
או אינו האט געשריבן:שמערל, דיין גערעדכץ איז פארשמירט אין ציווישט. קריפטא גייט איבערנעמען די וועלט. די איינציגסטע מהלך דאס צי אפשטעלן איז אויסלעשן די אינטערנעט, לאנג וועט לעבן די אינטערנעט אין לאנג וועט לעבן קריפטא. דאס וואס די זאגסט אז עקאנאמיע איז באזירט אויף שפעטערדיגע וואוקס איז נישט אמת. יעדער אינוועסטמענט חוץ טעק ווערט אינטערגעשריבען אויף א ריטארן במשך די האלטונגס טערמין בעיסד אויף וואס די קאמפעני פראדעצירט רווחים מיט הייטיגען ביכעל. קאפיטאל וואוקס איז מתברכים מכמה סיבות.. אינטרעסט ראטע, אויסלענדישע אינוועטירער, ארביטראש. ודי לחכימא ברמיזא. שווער צי שרייבן אין אידיש.

פאר שפאקעליר, עס לאזט זיך טראכטן אז די עמעריקאנע גאווערמעט שטייט אינטער די גאנצע מעשה. פטור אן עסק מיט פארמאכטע טויערן פין כינע איר רוסלאנד. קאפיטאל אייטפלאוס איז זייער ריסטריקטעד געווארן אין אלע צווייטוועלטיגע קאנטריס. סא דאס האט א שטארקע אפעקט אויף פיקסד אינקום עסעטס. כאשר


בעוה"ר בין איך אזוי ציווישט אז איך פארשטיי ליידער נישט קיין איין ווארט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:03 pm
דורך סמבטיון
עס איז געווען פאר א פאר מעניט ביי 19450 גלייך נאכדעם איז געווען א קארעקשען ביז 17300

נעקסטע אפדעט וועט קומען פארנאכטס.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:44 pm
דורך טרויבן88
האלט יעצט ביי 15026

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:13 pm
דורך פליקער
א מאסיווע ביטקוין גניבה דורך העקעריי
זעי לינק

עס קען זיין א טויט קלאפ פאר זיי פאר א צייט אוי איז דאס וואר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 4:00 pm
דורך קורקלענד
פליקער האט געשריבן:א מאסיווע ביטקוין גניבה דורך העקעריי
זעי לינק

עס קען זיין א טויט קלאפ פאר זיי פאר א צייט אוי איז דאס וואר

ביטקוין איז אין אזא מעשה בערך אזויפיל שולדיג ווי קעש איז שולדיג אין א באנק רויבעריי. אזא גניבה ווייזט נישט קיין שום שוואכקייט און די ביטקוין, נאר אז דער וואס האט עס געהאט אין באזיץ האט עס נישט גוט געהיטן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 9:52 pm
דורך סמבטיון
17955

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 12:41 am
דורך קורקלענד
[tag]שמערל[/tag]: א שיינע פשט'ל. אבער איר זענט זיך אביסל סותר, ווי אויך שטימט איר נישט מיט די היסטארישע פאקטן.

גאלד איז היינט צוטאגס נישט קיין וואלוטע, ס'איז סך הכל א קאמאדיטי, צו ניצן גאלד אלס 'ליגעל טענדער' איז קעגן די געזעץ.

אמת טאקע אז פאר טויזענטער יארן איז רייכטום דעפינירט געווארן אלס נאטירלעכע רעסורסן, די מער איינער האט געהאט די מער איז ער װערט געווען. און איינער פון די איינציגסטע וועגן צו מרבה זיין נכסים איז געווען מיט גניבה גזילה ושפיכת דמים. די אינדאסטריאלע רעוואלוציע האט טאקע געוויזן פאר די וועלט אז רייכטום קען מען אויך 'פראדוצירן'. אט די רעוואלוציע איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק קאפיטאליזם, וואס איז איינגעפירט געווארן דא אין אמעריקע, די איינציגסטע לאנד אין דער וועלט וואס האט געגעבן פרייהייט און רעכטן, וואס האט גורם געווען די רעוואלוציע.

לעת עתה פארשטיי איך נאכאלץ נישט וויאזוי די גאלד סטאנדארט זאל נישט קענען ארבעטן אין די היינטיגע עקאנאמיע, די מספר פון גאלד רעזערוון אין די וועלט מאכט א קנאפע נפקא מינה צו וויפיל די גאנצע עקאנאמיע איז ווערט. אין א געוויסע זין וואלט אפשר די פרייז פון גאלד געשטיגן א סאך העכער, אבער פונקט ווי ביטקוין פארשטיי איך נישט וואס דער פראבלעם איז, אדער וויאזוי ס'וואלט צוריקגעהאלטן די היינטיגע עקאנאמיע.

יעצט בנוגע וואס איר שרייבט אז אלעס היינט וואס ווערט פארקויפט אנטהאלט אין זיך די צוקונפֿטיגע פאראויס געשאצטע ווערט, דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף אלעס חוץ פיאט-וואלוטע, ממילה איזאיז אייער גאנצע פשט'ל נישט אפליקעבל דא, ווייל פיאט-געלט טראסקעט און ווערד יעדע טאג מער און מער. אין אנדערע ווערטער רופט מען עס אינפלאציע, און אדרבה די שוויות פונעם דאלער איז דראסטיש געפאלן מיט די יארן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 1:33 am
דורך שמערל
געלט פון נארמאלע לענדער מיט געזינטע עקאנאמיעס טראסקעט נישט, עס גייט בלויז צוביסלעך אראפ יעדעס יאר אביסל צוליב אינפלאציע, ווי יעדע אנדערע זאך אויף דער ווי מער עס איז דערפון אלס ווייניגער איז עס ווערט. די פרייז פון קארן אדער ווייץ פאלט אויך ווען עס איז געוואקסן מער, דאס איז נישט קיין ראיה אז עס איז ווערט לאז. אמעריקאנער געלט איז די פארזיכערסטע אינוועסטמענט אויף די וועלט און אמעריקע פארקויפט טריליאנען דאלארן ווערט פון באנדס יערליך און מענטשן קויפן עס אפ אפילו זיי ווייסן אז זיי גייען צוריק באקומען ווייניגער ווי זיי צאלן. גאלד איז ווייט נישט אזוי פארזיכערט ווי דאלארן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 2:13 am
דורך קורקלענד
שטילערהייט האט איר געטוישט אייער שיטה, פריער זאגט איר אז די ווערט פונעם היינטיגן דאלער איז טייערער פונעם היינטיגן ווערד צוליב דאס וואס ס'וועט זיין איין טאג ווערט מער, איצט זאגט איר אז די היינטיגע דאלער האט טאקע נישט קיין מעגליכקייט ארויף צוגיין וויבאלד די רעגירונג האלט און איין צולייגן צום סופליי.

איך פארשטיי נישט וויאזוי אינפלאציע איז א מעלה, לדעתי איז דריקן נאך געלט אין דער זייט צוצילייגן צום סופליי ריין גניבה פון די אנדערע בירגער וואס האבן דאלערס אין באזיץ.

די דאלער איז טאקע נישט ווערטלאז, אבער מער ווערט גייט עס לכאורה קיינמאל נישט זיין, אויב מ'גייט ווייטער אן מיטן דריקעריי. בדרך אגב איז די דאלער היינט כמעט ווערטלאז קעגן פופציג יאהר צוריק, ס'האט פארלוירן כמעט הונדערט פראצענט פון די פורטשעסינג וועליו.

באנדס און געלט זענען צוויי אנדערע זאכן, די רעדע דא איז בנוגע געלט.

צו פארגלייכן גאלד קעגן באנדס ווענדט זיך אויף וועלכע יארן איר קוקט. סתם אזוי אין די לאנג ראָן האט גאלד נישט געברענגט קיין גרויסע רווחים, בעיסיקלי איז עס נישט ארויף אין די לעצטע הונדערט יאהר צופיל מער ווי אינפלאציע, אבער מיט אינפלאציע איז עס יא מיטגעשטיגן. ווידעראום באנדס האט אין די לעצטע פאר יאהר על פי רוב ניטאמאל געברענגט אזויפיל ווי אינפלאציע אבער אין די פריערדיקע יאהרן האט עס על פי רוב געברענגט א שיינע ריטורן העכער אינפלאציע.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 8:10 am
דורך שמערל
די ווערד פונעם דאללאר איז נישט טייערער על שם העתיד, די ווערד דערפון 'איז' די עתיד. די גאנצע סיבה פארוואס אמעריקע האט געדרוקט דעם דאללאר איז ווייל זי האט פארקויפט באנדס און צוגעזאגט מענטשן עס צו באצאלן אין יארן ארום מיט די הכנסה וואס וועט אריינקומען דעמאלטס. וויבאלד מענטשן טראסטן די אמעריקאנער גאווערמעט מער ווי אלע גאלד און זילבער, דערפאר האט די דאללאר אזא שטארקייט, ווייל מען גלייבט אז די גאווערמעט וועט אין די פיוטשאר האבן דאס געלט צו באצאלן אירע חובות און שטיין אינטער איר דאללאר.

דאס אז עס איז דא אינפלאציע מיינט אז דער אינדיווידועל דאללאר ווערט טאקע אביסל ווייניגער ווערט יעדעס יאר, אבער אמעריקעס טאטאלע וועליו גייט ארויף יאר יערלעך, דער דאללאר איז טאקע ווערט האלב ווי פופציג יאר צוריק, אבער די טאטאל gdp איז היינט צוואנציג מאל אזוי סאך ווי פופציג יאר צוריק, דאס מיינט אז די טאטאל וועליו פון אלע דאלארן אויף דער וועלט איז היינט צען מאל אזויפיל ווי פופציג יאר צוריק שוין מיטן עזשאסטן פאר אינפלעישאן. גאנץ א שיינע ריטורן אף אינוועסטמענט.

אין אנדערע ווערטער, די וועליו פונעם דאללאר איז דאס וואס מיר גלייבן אין האפן אז אין די פיוטשאר וועט זיין מער דאלארן ווי היינט, די וועליו פון גאלד איז דאס וואס מיר גלייבן אין האפן אז אין די פיוטשאר וועט 'נישט' זיין מער גאלד ווי היינט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 8:21 am
דורך אישתישבי
אין א געוויסע זין איז קריפטא קארענסי דומה צו גאלד. זיי ביידע זענען נישט ווערט מחמת עצמם, וואס איז גאלד? אביסעל אייזען? אויף צו מאכן בעכערס און קארס פאר טראמפ איז עס נישט ווערט מער ווי אביסעל אייזען, צו מערסטענס זילבער, דיסיבה פארוואס עס גייט נישט אונטער טויזענט דאלאר קיינמאל איז פשוט ווייל עס קאסט צו מאכען טויזענט דאלאר.

ביטקוינס קאסט אויך געלט צו מאכען כידוע, און אייביג (איך מיין אזוי) איז די ווערט פין ביטקוינס געלאפען אביסעל מער ווי עס האט געקאסט צו מאכען (מיינונג), עס האט אויך נישט קיין שוויות מחמת עצמו.

עס איז נאך ערגער ווי טוליפס בזמנו, איבערגעשאצט מער, און ווייניגער טענגיבעל, און די קראך גייט זיין אסאך גרעסער ווען דער באבעל פלאצט.

לאמיר נישט פארגעסען אז די גרויסע שפילער, אלע גאווערמענטס אין די וועלט, ווילען עס זאל קראכען, עס פעלט נישט מער ווי אפאר מדינות זאלען עס מאכען נישט לעגאל, און עס קראכט ווי די טווין טאוערס, און מענטשען וועלען פארלירען ביליאנען.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 8:51 pm
דורך קורקלענד
סמבטיון האט געשריבן:17955

$14,588

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 10:33 pm
דורך סמבטיון
א גוטע וואך
13680

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 7:33 am
דורך שבת אחים
וואס זאגט איר אויף litecoin? עס איז אויך שטארק געשטיגן לעצטענס, כאטש זייער ווייט פון די ביטקוין שפרינג.

כהאב איינגעהאנדלעט אפאר שטיק, און איינקריצט די פעסווארד אין מיין לינקע פאי׳ כדאי נישט צו וויינען ווי קאזק הנגזל נאכדעם.


Litecoin wallet
https://ltc-coin.info

וויקיפידע:
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Litecoin

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 10:16 am
דורך סמבטיון
זייער א גיטע אינוועסטמענט שבת, איך האב אויך איינגעקויפט א פאר שטיק לעצטע וואך ווען עס האט געהאלטן ביי 95 היינט אפאר טאג שפעטער האלט עס ביי 149. עס איז זעהר א שטארקע קוין און איז פון די ערשטע 10 אויף די מארקעטקעב ליסט. עס איז ערווארטעט עס זאל ארויף גיין כאטש ביז 200 ביז 2018, על כן אויב דו האסט געקויפט לייטקוין האלט עס און ווער נישט פארלוירן אז עס גייט אביסעל אראפ, עס וועט ארויפגיין אי"ה גאר הויעך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 11:47 am
דורך שמערל
עפעס האב איך געליינט נעכטן אז ס'איז דא א מעיזשער חסרון אין די דיזיין פון ביטקוינס, אז יעצט ארבעט עס אז די טרענזעקשענס ווערן געטוהן דורך די מיינערס און עס קאסט אפ מורא'דיג אסאך געלט דאס צו דורכפירן, זיי ווערן באצאלט פארדעם דורך קריעטן פרישע ביטקוינס.

אבער די הכנסה פון נייע ביטקוינס האלט אין איין פאלן און די הוצאה בלייבט די זעלבע, דאס מיינט אז די איבעריגע הוצאות דורכצופירן די טרענזעקשענס גייט פאלן אויף די וואס ווילן מאכן די טרענזעקשענס, ווי עס ווערט געשאצט גייט עווענטועל אפקאסטן א טרענזעקשען פון איין ביטקוין צופיל געלט עס זאל זיך לוינען עס צו פארקויפן, וואס וועט פארקריפלן די גאנצע ביטקוין מארקעט.