בלאט 9 פון 9
איך בין שאקירט!
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 1:24 pm
דורך קפנדריא
ס'איז א בושה אז איין טראציגער שרייבער וואגט זיך צו פוגע זיין בכבוד פון הייליגן צאנזער רב זצוק"ל, איך האב נישט קיין ווערטער, איך וועל נאר מעתיק זיין איין טשערנאבילער ווארט אויף א פסוק אין תהלים. דוד המיילעך זאגט: "שלח ידיו בשלומיו, חילל בריתו", טייטשט ער, אויב עפענט זיך איינער דאס פיסקל אויף שלומיו - ערליכע אידן, דאן איז א סימן אז חילל בריתו.
צו דער זעלבער צייט וויל איך אויסדרוקן מיין אנטריסטונג און וויי געשריי אקעגען די וואס האבן זיך נישט געשראקן צו פוגע זיין בכבוד פון אנדערע גדולי ישראל זכר צדיקים לברכה אין דעם אשכול.
ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 12:31 pm
דורך געפילטע פיש
און ווער האט געזאגט אז אונזערע רבנים נעמען נישט קער פון די עכטע פראבלעמען פון אונזער דור?
Psak halacha issued for kohanim about visiting ground zero
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 2:51 pm
דורך elter-zeide
נאך דעם וואס כאב אדארעך געליינט דע בני יואל קונטרס ברענג איך דאס אהער,
דאס שרייבט דער "אורחות צדיקים" שער כ"ז, שער התורה עמוד ב'
ומתוך שאדם עוסק בתורה לשמה וטרח ויגע לשם שמים אז נעשו שתי כליותיו כשני מעיינות ומוציא טעם והלכות מעצמו מה שלא למד מעולם ומה שלא ניתן אפי׳ למשה מסיני. כאשר מצינו באברהם אבינו ז״ל שלא למד מעולם משום אדם אך מעצמו הי׳ יושב ומחשב אחר המצות
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 4:36 pm
דורך שרייבער
א ערנסטע באזוך דארט, אפשר לייגט מען אהער די פיקטשערס, און מ'שרייבט די נעמען ווער ס'האט זיך משתתף געווען דארט איך קען נישט רוב רבנים דארט
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:06 pm
דורך לית דין בר נש
די וואוינסט אין אפגאניסטאן? וועלכע רבנים דא קענסטו נישט דאס זענען אלע בעסי"ק בארא פארק רבנים וואס מען זעהט ביי יעדע אסיפה
ר' יחזקאל קארלסבורג, ר' משה מנחם ווייס, ר' מיכל שטיינמעטץ, ר' משה ראטה, ר' יהושע רובין, ר' משה פריעדמאן, ר' יצחק שטיין, דאכט זיך מיר איינס איז פריעדלענדער היבנוב, ר' לייבל וויליגער, ר' מאיר יוסף רובין ראחמאסטריווקא דיין, צעהן פון ר' יחזקאל'ס אייניקלעך איך האף די ביסט נישט נייגעריג אין אלע זייער נעמען, יעצט די קראך היטן און בענ"ד דאונ"ס זאל איינער פון אונזער ליטוואקעס זאגן.
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:35 pm
דורך ארבעס
“If the rabbis want to decide who is a Jew, Jews have to decide who is a rabbi” he continued.
http://www.vosizneias.com/171387/2014/0 ... s-a-rabbi/מענין לענין באותו ענין