בלאט 9 פון 10

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 12:23 pm
דורך מפיל קינד
ס'דאך ידוע די בני יששכר אין דרך פיקודיך, אז הידור מצוה איז אויך שייך ביי פריה ורביה.

איך בין מסופק אויב ערנסטער קוקט אויס אזוי נאר נעבן די אנדערע, אדער פאר זיך וואלט זי אויך אזוי געווען... וצ"ע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 12:42 pm
דורך צפור בודד
יש מרבותינו דורשים אותה לשבח, ויש...

Re: נשים באוהל תבורך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:07 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
צפור בודד האט געשריבן:ביי די צדיקים איז אוודאי שקר החן והבל היופי, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ערנסטער האט געכאפט די גרעסטע הדר.
עס האט געהייסן טאקע דעמאלס אז עס איז געווען א היימישע געמאכטע שידוך, זיי זענן ערשטע קאזנס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

Re: נשים באוהל תבורך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 1:10 am
דורך אונטער חכם
צפור בודד האט געשריבן:ביי די צדיקים איז אוודאי שקר החן והבל היופי, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ערנסטער האט געכאפט די גרעסטע הדר.
איז זי נישט סאך יונגער ווי די אנדערע?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:11 pm
דורך מפיל קינד
זי איז די אינגסטע טאכטער, אבער בכלל נישט צופיל אינגער פון בעלזא און סאטמאר. אלע דריי זענען צווישן 70 און 75.

Re: נשים באוהל תבורך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 10:44 pm
דורך גראף
אונז האבן שוין די אייגענע פאפעראצי... וואס די העק?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 10:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעצט פאנג איך שוין אויך אן צו פארשטיין די היימישע מאגאזינען...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 3:02 pm
דורך צפור בודד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעצט פאנג איך שוין אויך אן צו פארשטיין די היימישע מאגאזינען...

ועיני לאה רכות ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה איז א ספר תורה פסול אפילו אז ס'פעלט איין אות דערפון, נאר רביצן ערנסטער קעגן רביצן טווערסקי, רביצן רוקח און רביצן טייטלבוים איז אסור?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 6:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דערמאנסט מיר א זיסע מעשה, געווען א איד וואס האט פארציילט שבת ביים סעודה אז ס׳געווען א געוויסע איד וואס פלעגט אפט ארויפקומען צום חזון איש רעדן אין לערנען , איין מאל ווען יענער איז געקומען און געברענגט א מתנה פאר׳ן חזון איש א פלאש וויין, און מ׳האט געשמועסט וועגן דעם מדרש וואס שטייט אין גמרא אז עוג מלך הבשן האט אויסגעריסן א בארג פון דריי מיל ברייט און משה רבינו וואס איז געווען צעהן אמות הויעך האט אויפגעהויבן זיין צעהן אמה׳דיגע שטעקן און געשפרינגען צעהן אמות און געשלאגן עוג׳ן אויפ׳ן קנעכל און ער איז אראפגעפאלן, האט יענער אוועקגעמאכט דעם מדרש אז ס׳קען נישט זיין אמת, ס׳מאכט נישט קיין סענס, ס׳נאר א גוזמא, וכו׳ וכו׳, האט איהם דער חזון איש צוריקגעגעבן זיין וויין זאגנדיג אז ס׳איז יין נסך ווייל ער איז אן אפיקורס, עד כאן המעשה של החזון איש. דער איד (וואס האט פארציילט דעם מעשה שבת ביים סעודה) איז ליידער געווען באשאנקען מיט א זוהן אן אנגעקלערטער, גיבט ער זיך א רוף אן אז רוב ראשונים האבן טאקע געהאלטן ווי יענעם אפיקורס, און לויט דעם קומט אויס אז דער רמב״ם און רוב ראשונים׳ס וויין איז אויך געווען יין נסך... איז דער טאטע במר נפשו געגאנגען דעם נעקסטן טאג זיך אויסוויינען צום רבי׳ן וואס זאל ער ענטפערן פאר זיין זוהן? האט איהם דער רבי געזאגט אז ער וועט שוין רעדן מיט׳ן זוהן. שוין, דער טאטע זאגט פאר זיין זוהן אז דער רבי וויל מיט איהם רעדן, דער זוהן גייט אריין בחרדת קודש אל הקודש פנימה צום רבי׳ן און דער רבי רופט זיך אן צו איהם: ״דער חזון איש וואלט טאקע נישט געטרינקען דעם רמב׳׳ם׳ס וויין...״ ודפח״ח.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 6:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:23 pm
דורך הוגה
לויט די caption איז דאס א בילד פון הרה"ג ר' יונתן שטייף ז"ל מיט זיין טאכטער עליזאבעט.

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 5:36 pm
דורך [NAMELESS]
רבי אביגדור מיללער מיט זיין כלה, אונטן אינדערמיט
(קרעדיט @RavJesseHorn)

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: און די פרוי אויף זיין רעכטע זייט מוז זיין זיין מאמע...!

Re: נשים באוהל תבורך

נשלח: מאנטאג אפריל 12, 2021 2:21 pm
דורך צפור בודד
חתם סופר האט געשריבן:רבי אביגדור מיללער מיט זיין כלה, אונטן אינדערמיט
(קרעדיט @RavJesseHorn)
ניטאמאל שומר נגיעה. זעט אויס מ'האט דעמאלסט נאכנישט ערפינדן דער טערמין.
אקעי, אפשר נישט, באט ווערי קלאוס.

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 9:16 pm
דורך כרם זית
צפור בודד האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:רבי אביגדור מיללער מיט זיין כלה, אונטן אינדערמיט
(קרעדיט @RavJesseHorn)
ניטאמאל שומר נגיעה. זעט אויס מ'האט דעמאלסט נאכנישט ערפינדן דער טערמין.
אקעי, אפשר נישט, באט ווערי קלאוס.


פאלט דיך נישט איין אז פלטתה אשתו נדה ביום חיפתו כהאבן עזרא, או דלא היה לו גבירת אנשים כהיעב"ץ, זכר צדיקים לברכה?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:13 pm
דורך [NAMELESS]
הרה"ק האמרי חיים מוויזניץ והרבנית

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס איז רבי משה׳לעס מאמע וואס האט געהייסן גלית, רבי מאטעלע׳ס מאמע איז געווען א צווייטע וואס האט געהייסן גלי. :lol:

Re: נשים באוהל תבורך

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:48 pm
דורך nespresso
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס איז רבי משה׳לעס מאמע וואס האט געהייסן גלית, רבי מאטעלע׳ס מאמע איז געווען א צווייטע וואס האט געהייסן גלי. [emoji38]
נישט עס מאכט א חילוק ווי אזוי זי האט געהייסן איך מיין אויף די בילד שטייט מרגליא

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב געקוקט אונטן אויף איהר אונטערשריפט, כ׳האב נישט באמערקט וואס שטייט אויבן, קען זיין אז די מחלוקת איז צו תפוס לשון ראשון אדער תפוס לשון אחרון. :idea:

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
ועוד יש ליישב. אז דער אמרי חיים איז אויכעט שוין געווען א .."קנאי"... און ס'איז איהם געליגן די שטותים אין קאפ . ער האט געהאט א קעפעידע צו זאגן מרגליא. נישט (ח"ו) מרגלית. וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז ער איז סימפאטיש צו די ציונים. הרב ישראל מ. סופר וואלט שוין געזאגט..."רחמנא ליצלן מהאי דעתא"...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:29 pm
דורך [NAMELESS]
תולדות אהרן רעבעצין וואס איז היינט נפטר געווארן

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: זי זעהט נישט אויס צו זיין צו אלט. נישט געזונט געוועהן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:52 pm
דורך היכי דמי
berlbalaguleh האט געשריבן:חת"ם סופר: זי זעהט נישט אויס צו זיין צו אלט. נישט געזונט געוועהן?


יענע מעשה ל״ע