בלאט 9 פון 10
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:12 pm
דורך איש את רעהו
פלאוויוס האט געשריבן:@איש את רעהו, ביבי רעדט אין נאמען פון מדינת ישראל, וואס רוב אידישע קהילות זעען עס אלס רעפרעזענטאט פון אידן. אין מדינת ישראל גופא האט ער געוואונען מיט דעמאקראטישע וואלן. דערפאר קען מען העכסטנס אויסרופן אז מיר זענען נישט מסכים מיט דעם אדער יענעם ספעציפישן פאליסי, אבער זיך צו פאררופן אויף דעם אז "ער רעדט נישט אין נאמען פון אידן" איז אביסל חוזק. יעדער יחיד קען האלטן ביי זיך אז מדינת ישראל רעדט נישט אין נאמען פון כלל-ישראל (ווייל יעדער האט דאס רעכט צו האלטן אז "כלל ישראל" איז נישט מער ווי הונדערט טויזנט אידן לאמיר זאגן --- ), אבער ס'איז אן אנדער ענין צו לאזן עס אויסרופן ברבים, ווען ס'שטימט נישט לכאורה פונעם גרעסערן בילד.
פארוואס מיז די רעליגיעזער איד ווערן פארטרעטן פון א סעקולארן איד
עס האט קיין שייכות מיט עם ישראל, די וואס האבן איבערגעלאזט אינזער הייליגע ירושה
זאל ער קלארשטעלן ביי זיינע רעדעס אז די סעקולארע און פרייע וואס האבן אראפגעווארפען די עול התורה ווערן דורך אים פארטרעטן
אבער אידן שומרי ונושאי עול התורה? ווער האט אים געגעבן די רעכט צו סווייפען אינזער קארטל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:15 pm
דורך יאיר
יעדער פארשטייט אז ער רעדט אין נאמען פון די אידן וואס זענען איינגערעדט אין די ווירדן פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:24 pm
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:יעדער פארשטייט אז ער רעדט אין נאמען פון די אידן וואס זענען איינגערעדט אין די ווירדן פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם.
אין אנדערע ווערטער, נטרונא מאכט גאר ערגער די מצב, ווייל זיי דייטן אן אז ס'איז בכלל דא אזא הו"א.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:53 pm
דורך ישראל קאפקע
איך גלייב אז קוים דער אפראמעריקאנער פון בעדסטיי קען דערקענען א חילוק צווישן א וויליאמסברוגער סאטמארער און א קראונהייטס'ער ליובאוויטשער אדער פייוו טאונער. א דורכשניטליכע אמעריקאנער אדער אייראפעאישער גוי ווייסט קוים אז עס איז דא פארשידענע סעקטעס. ביזטו פרום מיט א רעלידזשעס גארב ביזטו דער מתנחל פון חברון וואס איז אין די נייעס אויף טעליוויזיע אכט מאל א וואך. עס קען גארנישט שאטן אז ער באקומט די מעסעדזש אז עס איז דא א שיינע אנטי ציוניסטישע (אדער כאטש נישט-ציוניסטישע) געמיינדע פון ארטאדאקסן.
אגב, געווענליך ביי די מדנ"י שחיטות, בין איך ביי די מיינונג אז אין פארגלייך צו נטורי קרתא'ס פראפאגאנדע קאמפיינס ביי פראטעסטן, אראבישע פרעסע און קאלידזשעס איבער אמעריקע, אייראפע און די מיטל מזרח, איז נטרונא'ס 'מעכטיגע ראדיא קאמפיין' ווי אן אומגעלונגענע וויץ. אבער יעצט קוקט מיר נטרונא'ס מעסעדזש מער עפעקטיוו און פיל מער אין פלאץ.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע: ייש"כ. נאר כמו שאמרתי אז, נישט ארייגייענדיג אין דעם פאקט אויב נטרונא און נטו"ק טוען ריכטיג ווען זיי געבן איבער דעם אנטי ציוניס'טישן מעסעדזש בשם כל ישראל, זענען די נטורי קרתא שלוחים א סאך מער עפעקטיוו ווי די נטרונא. למעשה האלט איך אז פון איין זייט איז א גוטע זאך אז ס'איז דא אידן וועלכע ברענגען קלאר ארויס דעם פאקט אז אידן מיינט נישט אויטאמאטיש ציונים. און א גרויסער טייל פון די אידן זענען נישט מסכים מיט די איזראעלי פאליסיס. און ס'האט מיך נישט זייער שטארק געבאדערט אפילו ווען זיי זענען געגאנגען קיין איראן. אבער וואס ס'האט מיך באמת ארויסגענומען פון די כלים איז, ווען די נטו"ק זענען געגאנגען קיין דייטשלאנד זיך באקלאגן אויף ביבי נתניהוא און די ציונים. ווען איך האב געהערט דעם דייטשן גוי, ימ"ש ארויסזאגן דאס ווארט "די טאורא", האט עס מיך זייער געשטאכן...מר. קאפקע. דו קענסט אפשר טענה'ן אז די היינטיגע דויטשן זענען פיינע מענטשן און דאס נאציזם איז נאר געווען א "פלאאק". אבער איך, וואס איך בין געבוירן א ביסל נענטער צום האלאקאוסט, ווען איך בין געווען א יונגל זענען מיינע עלטערן און אלע מיינע קרובים און מיינע חברים'ס עלטערן פריש ארויסגעקומען פון די נאצי לאגערן. קען נישט קוקן פאר א מעמבער פון דעם דייטשן פאלק אין פנים אריין, און ווינטשן פאר איהם גוטס...אפשר דו, יא...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:10 pm
דורך פרייוויליג
איש את רעהו האט געשריבן:פלאוויוס האט געשריבן:@איש את רעהו, ביבי רעדט אין נאמען פון מדינת ישראל, וואס רוב אידישע קהילות זעען עס אלס רעפרעזענטאט פון אידן. אין מדינת ישראל גופא האט ער געוואונען מיט דעמאקראטישע וואלן. דערפאר קען מען העכסטנס אויסרופן אז מיר זענען נישט מסכים מיט דעם אדער יענעם ספעציפישן פאליסי, אבער זיך צו פאררופן אויף דעם אז "ער רעדט נישט אין נאמען פון אידן" איז אביסל חוזק. יעדער יחיד קען האלטן ביי זיך אז מדינת ישראל רעדט נישט אין נאמען פון כלל-ישראל (ווייל יעדער האט דאס רעכט צו האלטן אז "כלל ישראל" איז נישט מער ווי הונדערט טויזנט אידן לאמיר זאגן --- ), אבער ס'איז אן אנדער ענין צו לאזן עס אויסרופן ברבים, ווען ס'שטימט נישט לכאורה פונעם גרעסערן בילד.
פארוואס מיז די רעליגיעזער איד ווערן פארטרעטן פון א סעקולארן איד
עס האט קיין שייכות מיט עם ישראל, די וואס האבן איבערגעלאזט אינזער הייליגע ירושה
זאל ער קלארשטעלן ביי זיינע רעדעס אז די סעקולארע און פרייע וואס האבן אראפגעווארפען די עול התורה ווערן דורך אים פארטרעטן
אבער אידן שומרי ונושאי עול התורה? ווער האט אים געגעבן די רעכט צו סווייפען אינזער קארטל
קודם כל, סעקולערע און פרייע זענען די זעלבע זאך. איינס איז אידיש און איינס איז אנגלית. נאכדעם דארפסטו צו קענטעניס נעמען, אז ווען נישט מדינת ישראל, די ״מדינה הטמאה״ האט כלל ישראל נישט קיין Voice. מיר וואלטן אויסגעזען ווי עפעס א ווילדער שבט (דאס וואס די רעקלאמעס מאכן), און עכשיו אז עס איז די א מדינה, האט כלל ישראל אן אחיזה, עס איז א פאלק וואס האט א לאנד. און ווען דו זאגסט אז ביבי רעדט נישט אין נאמען פון כלל ישראל, איז אזוי ווי זאגן אז אבאמא רעדט נישט אין נאמען פון אמעריקע. איך און דו ווייסן אז עס איז דא חילוק צווישן חרדים און סעקולערע, אבער סתם א גוי וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין. וויפיל וועסט אריינהאקן אין זיי וועט זילטש אויסמאכן.
יעדער גוי ווייסט וואס דאס מיינט איד, און דער איד האט א לאנד וואס הייסט ״איזראעל״ וואס געפינט זיך אויף די אזיעישע פאריין. און דער פרעים מיניסטער רעדט אין נאמען פון איד. ותו לא מידי. אפשר שטעלסטו זיך אויף און פראטעסטן היתכן ביבי גייט נישט מיט ר״ת גאטשעס? די סודות וואס דו איד האט וועט א גוי קיינמאל נישט פארשטיין. יעצט אז דו שימפסט קעגן נתניהו, מאכט עס אונז אויסזען, נאריש, ביליג, און אבסורד.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:03 pm
דורך סאשי פיש
בילדער פון די חברה
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:11 pm
דורך ישראל קאפקע
@סושי. פון ווען זענען די בילדער?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:12 pm
דורך סאשי פיש
איך מיין פונעם עיר הבירה וואשינטאן.
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:34 am
דורך petergrifin
סארא מין חוצפה זיך דרײען מיט קורצע ערמעל בשעת איך װער פארפרוירן.
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:54 am
דורך berlbalaguleh
petergrifin האט געשריבן:סארא מין חוצפה זיך דרײען מיט קורצע ערמעל בשעת איך װער פארפרוירן.
פיטערגריפין: אלא מאי אז ס'איז געווען זומער ווען מ'האט געכאפט די פיקטשערס...! די קשיא איז נאר אויף די חסידישע יונגעלייט, וואס גייען ארום מיט די שמונה בגדים אין אזא היץ...! פאר מיר געפעלט נאר ווי דער קליינער אראבישער שייגעצל שפיעלט זיך מיט די הייליגע פאשקווילן...ער האט א גוד טיים...און זיין טאטע זעהט אויכעט אויס צופרידן... אבי די אראבערס זענען העפי, און גייען ארום מיט א שמייכל. האטציך שוין אלעס געלוינט...
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 6:38 am
דורך ישראל קאפקע
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 7:51 am
דורך איש את רעהו
בערל איז ממש יעצט געפארן צו וואשינגטאן
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 8:10 am
דורך סאשי פיש
נאך א בילד פון זייער עבודת הקודש...
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 2:02 pm
דורך ציבעלע-קיגל
נישט קיין מצילים (ח"ו) נאר רודפים רוצחים רשעים!
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:22 pm
דורך berlbalaguleh
קאפקע: דו ביסט א גוטער סאטיריקער. נאר ווען איך וועל נוצן מיינע סארקאסטישע טאלאנטן כיד ה' הטובה עלי, וועסטו עס נישט גלייכן. און דו וועסט מיר שרייבן אין אישי אז ס'איז נישט שיין צו טשעפען א צווייטן. אדער וועסטו גיין וויינען צו די גבאים אז מ'האט דיר געטשעפעט...הא...?...!
ביי דע וועי: ווער, האט נישט געוואוסט ווער מנשה פיליפ איז...? איינער וואס איז לכאורה פון קנאי'שן לאגער אזוי ווי דו, אלא מאי ביסטו נישט קיין רעגולערער סאטמאר'ער חסיד. און איך וויל נישט זאגן נאך אלץ וואס איך טראכט דו ביסט...פון וואנען זו קומסט און וואו דו געהערסט דיך אן...!!!
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:25 pm
דורך לית דין בר נש
בערל כאפ א טשיל
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:37 pm
דורך ישראל קאפקע
berlbalaguleh האט געשריבן:ביי דע וועי: ווער, האט נישט געוואוסט ווער מנשה פיליפ איז...? איינער וואס איז לכאורה פון קנאי'שן לאגער אזוי ווי דו, אלא מאי ביסטו נישט קיין רעגולערער סאטמאר'ער חסיד. און איך וויל נישט זאגן נאך אלץ וואס איך טראכט דו ביסט...פון וואנען זו קומסט און וואו דו געהערסט דיך אן...!!!
איך ווייס ווער ר' מנשה פילאפ איז. איך האב נאר נישט געוואוסט אז דו מיינסט אים ווען דו האסט זיך באצויגן צו א געוויסע שרייבער אין די צייטונג.
אויך גלייב איך אז איך האב שוין עטליכע מאל קלארגעמאכט אז איך בין נישט אויפגעצויגן געווארן אין סאטמאר.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 1:00 pm
דורך chusid
@TorahJews: Breaking: Mayor of largest Jewish village in USA writes letter to congressman to boycott Bibi Netanyahu Speech.
m.twitter.com/TorahJews
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:38 pm
דורך פרייוויליג
סאטמאר מיידל אין ארץ ישראל אויסגעקראסט איזראעל. קאמענטארן זענען איבריג.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:07 pm
דורך יואליש
chusid האט געשריבן:@TorahJews: Breaking: Mayor of largest Jewish village in USA writes letter to congressman to boycott Bibi Netanyahu Speech.
m.twitter.com/TorahJews
Call me a skeptic, but I say no chance in hell that this is an authentic letter by the Village of KJ. This is most probably a forgery and hoax. For starters, the grammar in this letter is atrocious, unlike the Village's usual professional style on paper. Second, a secular institution wouldn't make blanket theological statement about the legitimate form of Judaism without qualifying it as merely representing the belief of its constituents, nor would it plug an ideological website, nor would it claim to be dismayed (instead of saying my constituents are dismayed). And finally, KJ political leaders are political pragmatists and never mix their politics with their ideology, a such they would never risk provoking the GOP and their allies at the American Jewish right.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 9:53 pm
דורך יואליש
מיין השערה איז געווען אומריכטיג. א חבר פון ק"י זאגט מיר אז ס'איז אוטענטיש, און איז געשיקט געווארן מיט די צושטימינג פונעם קאנגרעסמאן פון פאראויס. בלייבט א מיסטעריע פארוואס די בריוו איז געשריבן אזוי אומפראפעסיאנאלע און גרייזיג.
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:19 pm
דורך ישראל קאפקע
פלאנט ער טאקע זיך נישט צו באטייליגן?
אויב ער באטייליגט זיך יא איז עס סתם א פאטש פאר די קרית יואל באהערדע.