בלאט 9 פון 50

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:01 am
דורך אפטעמיסט
לאז אפ ראסיזם, ס'איז פשוט נישט פראפעסיאנאל אזוי צו שרייבן. זייער קינדעריש.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:50 am
דורך יושר
קלינונג לעדיס מאן??? דער שחור...

קען נישט זיין געשריבן ניגעריגער, און קינדישער...

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:56 am
דורך פישלע העררינג
זיי שטעלן פאר דעם ברגמן ווי "א איד וואס פארשטייט אן עסק"... דערנאך, זענען זיי מקפיד כמה פעמים ארויסצוברענגן ווי ער פארשטייט" נישט" אן עסק... ער ווייסט נישט וועלכע פארק ער שפאצירט אין... ער ווייסט נישט ביז יעצט וואס טוויטער מיט פייסבוק זענען... ער פארמאגט בלויז אן אלטע פליפ אבאמא פאון... ער לערענט 18 שעה א טאג....

בקיצור, מען דארף וויכטיג אן עדיטער וואס איז העכער פון ארבעים שנה. דרינגענד.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 11:29 am
דורך יואליש
רח"ל, א אינגערמאן איז געכאפט געווארן ביי די מעשה! ער האט געשפילט שאך! אין א גוי'ישע פארק! מיט אן ערל! כמעט ווי עסן בישול און פת עכו"ם. דער אינגערמאן מיט זיין משפחה ליידן נעבעך בושות, זייער סאציאל סטאטוס אין די שדכנים בוך איז גענידערט געווארן ערגעץ אינטען אויפן ליסטע ווי אלע אינגעלייט וועמענס בילדער פון זייער געטענץ במקומות שאין מכירין אותם פליען ארום אויף די פארשאלטענע וואטסעפס.

די עצה איז א מידיא בליץ אפענסיוו. די המודיע באריכט סארא ת"ח און מגיד שיעור מפורסם ער איז, געווען אויף א אינטערוויוא פאר א כלי קודש פאסטן, ס'איז אים הייס געווארן אין די סובוועי איז ער ווי א וואלפיש ארויפגעקומען שעפען ליפט, פערצופאל איז עס געווען יוניאן סקווער ווי שאך שפילער זענען אויסגע'שורה'ט צו שפילן מיט עוברים ושבים, אבער אונזער כלי קודש ווייסט נישט קיין נאמען פון קיין פארק, דער עיקר איז אז ס'איז דא פרישע ליפט, פערצופאל קען ער גיט שאך און געווינט די שפיל און פינעף מינוט. אבער אלעס איז מן השמים. די קידוש השם האט אפגעקלינגן מסוף עולם ועד סופו. יענקי מייערס פארציילט אז אידן וועלן געניסן דערפון טובות עד סוף כל הדורות.

וואס איז די קידוש השם וואס האט אזוי אפגעקלינגן? אז אנדערש ווי די סטעריאוטייפ, זענען חרידים נישט קיין ראסיסטן. זיי קוקן אויף יעדעם גלייך מיט מענטשליכע רעספעקט, כאטש זיי האלטן זיך אפגעזינדערט.

דאס איז אויף ענגליש. אויף אידיש מיז מען אבער זיכער מאכן אז די גאס און די שדכנים פארשטיין אז באמת איז ער א היימישער, בכלל נישט אויפגעקלערט. כאילו ער וואלט געזאגט, "קוקטס מיך נישט אראפ, כ'בין א ראסיסט פונקט ווי אייך."

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 11:30 am
דורך לית דין בר נש
פישעלע דער בערגמאן פארשטייט פיין א עסק!
ער ווייסט פונקטליך אין וועלכע פארק ער שפאצירט ער ווייסט פיין וואס טוויטער מיט פייסבוק זענען!
ער איז אריינגעפאלן אין א עסק בוש, ער אינדזשויעט אזעלכע זאכן נאר ער האט נישט געוויסט אז איינער גייט נעמען א בילד דערפון און אודאי נישט אז עס גייט ווערן פארשפרייט און Hamodia וועט נאך מאכן דערפון א צימעס.
איז דא האט ער געטראפן א פלאץ זיך צו ריינוואשן אז בעצם ווייסט ער פון גארנישט ער איז א שאינו יודע לשאול יענע האט אים פונקט אפגעשטעלט האט ער זיך אוועקגעזעצט שפילן אבער בעצם ווייסט ער גארנישט חוץ די ד' אמות של הלכה.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:46 pm
דורך מ גפני
פישל'ע העררינג האט געשריבן:בקיצור, מען דארף וויכטיג אן עדיטער וואס איז העכער פון ארבעים שנה. דרינגענד.

[tag]פישל'ע העררינג[/tag] וואס איז אין די נידעריגע צוואנציגערס וואלט ווען אויך געווען פערפעקט פאר דעם JOB

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:31 pm
דורך פישלע העררינג
מ גפני האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:בקיצור, מען דארף וויכטיג אן עדיטער וואס איז העכער פון ארבעים שנה. דרינגענד.

[tag]פישל'ע העררינג[/tag] וואס וועלכער איז אין די נידעריגע צוואנציגערס וואלט ווען אויך געווען פערפעקט פאר דעם JOB

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:32 pm
דורך zurich
זיי שרייבן א גאנצע צייט אז מען קען זעהן אויפן פנים פונעם גוי אז ער איז זייער פארטיפט,

וויל איך מיך איבערצייגן ווי פארטיפט ער איז, נאפס! די מאמענט פארגינט מיך נישט עס צו זעהן נאר זיי מעגן זעהן דעים טמה' נם פרצוף וואט די העלל

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 9:30 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 9:00 pm
דורך מצטמק ויפה
איך מיין אז אויף "די מאמענט" די וואך קען מען שוין זאגן עס האט א שטיקל צורה געלויבט גאט.
קודם ר יואל אשר'ס, פרשה מאמענט איז א הערליכע שטיקל ארבייט.

זיי האבן די גאנצע פרשת סנאדע"ן דורך געלאפן אויפן שפיץ גאָפל זייער שיין.

זייער א דראמאטישע פאסירונג איבער א פליגער קראך, וואס איז לדעתי זייער גוט און געשמאק אראפ געלייגט.

די ארטיקעל פון ר' חיים קוקט אויס זייער אינטערסאנט אויף וויפיהל איך האב שוין עספיעט צו ליינען.

עכ"פ עס דערקענט זיך אז זיי לייגן אריין אסאך כח צו פארבעסערן אוו פארשענערן דעם מאגאזין, כה לחי.

האט נאך איינער באמערקט דאס זעלבע?

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 11:23 pm
דורך טיטאניק
איך האב אמאל נישט געגליכען א בליק אבער די לעצטע וואכען קויף איך דער מאמענט און איך האב זייער הנאה פון זיי
א גיטער ארבעט

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:13 am
דורך אליצפן
איז נישט דער מעשה מיטן פליגער קראך, דער זעלבער מעשה וואס איז געווען באשריבן אינעם שטערן אלס א פארזעצונג? דער מינוט וואס ער הייבט אן באשרייבן באשריבענע זאכן ווייס איך אז ער איז אויף געהאקטע צרות.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:33 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין סורפרייזט – אייגענטליך שאקירט! – ווי אין די עדיטאריעל די וואך טרעט ער ארויס אקעגן די עסטאבלישמענט, ער רייסט ער אראפ די מאנסי'ער דעוועלאפערס, ווי זיי פארפאטשקען מאנסי מיט די זאונינג, זיי צווינגען אלע אידן צו וויילן פאר די חברה וואס שטייען מיט זיי, די אנדערע וועלכע ווילן נישט פארשמוצן מאנסי ווערן בא'טיטול'ט ווי אנטיסעמיטן, און דערנאך האבן זיי א פרייע האנט צו טון וואס זיי ווילן...

איך האב געריבן מיינע אויגן און נישט געגלייבט וואס איך לייען! ווי נעמט מען די דרייסטקייט?

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 1:39 pm
דורך טיטאניק
דרייסטקייט? דאס מיינט דרייסטקייט? אויך מיר דרייסטקייט
ווער גייט עם געבען פעטש פאר דעם? קיינער
אבער לאמיר זען זיין דרייסטקייט ווען עס וועט קימען צי אראפרייסען די "אשכיר דרא" משוגעתן צי די ישיבות קריזיס

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:23 pm
דורך שמעקעדיג
טיטאניק, זיי נישט אזא צולייגער, אדרבה, לאמיר זעהן שרייב דו אזא צעטל מיט דיין פולן נאמען, נאכדעם עמיר רעדן ווייטער!

און פארוואס זאגסטו אז ער רעדט נישט פון די ישיבות קריזיס? אויבן האט איך אריינקאפירט זיין עדיטאריעל 2-3 וואכן צוריק,
גיב א קוק דא:
viewtopic.php?p=199888#p199888

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:46 pm
דורך טישו באקס
די ארטקל פונעם פליגער קראך איז די זעלבע מעשה וואס דער שטערן האט באשריבן א לאנגע צייט צוריק.

די ארטיקל איבער די סנאודן פרשה איז גאנץ פיין באשריבן אבער מלא גרייזן.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:16 pm
דורך כוכב
סאיז א יסודותדיגע פראבלעם מיט מאגאזינען וואס מאכן חזרה אויף טעמעס וואס זענען שוין געדעקט געווארן.
אין מצליח די חודש איז דא אן ארטיקל איבער דעם טייללאנעל מערדער וואס איז שוין געווען באשריבן אין דער שטערן.

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 12:07 pm
דורך פישלע העררינג
ווען איך האב די וואך געזעהן די פארווישטע פנים'ער האב איך מיך געשוואוירען אז עד כאן, מער ספענד איך נישט קיין פעני פאר די דאזיגע בהמות. געראדע האט עס אויסגעזעהן ווי דער מאמענט האט פאטענשאל צו ווערן עפעס א גוטע זאך, אבער עד כאן.

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 12:11 pm
דורך ישמעאל הכהן
קען זיין אים האט מען געמעקט ווייל ער איז געווען א דעזערטער, נישט א היראו

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 12:26 pm
דורך פישלע העררינג
ישמעאל הכהן האט געשריבן:קען זיין אים האט מען געמעקט ווייל ער איז געווען א דעזערטער, נישט א היראו

"אלע" גוי'שע פנים'ער זענען געוועהן געמעקט. היראו'ס מיט דיזערטערס צוגלייך. זעהט אויס אז די טעראריסטן האבן געמאכט אפאר טעלעפאן קאללס די וואך צו ראביי רובין און ער האט זיך געבראכן.

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 12:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:קען זיין אים האט מען געמעקט ווייל ער איז געווען א דעזערטער, נישט א היראו

זעהט אויס אז די טעראריסטן האבן געמאכט אפאר טעלעפאן קאללס די וואך צו ראביי רובין און ער האט זיך געבראכן.

אויב אזוי איז דאס גענוג סיבה נישט אויסצוגעבן דיין כעס אויף רובין... וואס קען ער טון ?

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 10:20 pm
דורך [NAMELESS]
/