בלאט 9 פון 12

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 9:18 pm
דורך ליב צו וויסן
חתם סופר האט געשריבן:.


זעהט עפעס אויס ווי א דירעקטע אטאקע אויף ר יואל ראטה (געהאלטן א דרשה גענוי פארקערט..)

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 12:30 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:רבותי, א טשעלענדזש:

נאך חוה"מ צוזאמקום, מוהל הכשר, קידטשאטשקע, שעניעל, ר' שמואל ניימאן וכו', ווער קען די בעסטע צו טרעפען וואס וועט זיין די נעקסטע איסור, קול קורא, אדער אסיפת רבנים...?

די נעקסטע גייט זיין מ'זאל אינגאנצן אראפנעמען די מעשה. האסט מקיים געווען פריה ורביה, האק עס אפ!


וועגען דעם האבן זיי דאך שוין די ועד המוהלים.

ס'זאל זיין שמירה משעת קצירה....

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 12:43 am
דורך צפור בודד
"צוליב דעם, א בחור וואס לערנט ביי אונז אין ישיבה, קען בשום אופן נישט קומען אזוי אין חדר"

פתח בישיבה וסיים בחדר?

און וועלכער חז"ל מיינען זיי? פון יוסף הצדיק אז היה מסלסל בשערו?

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 7:48 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הוגה האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:.

די אדמו"רים אליינס נוצן דען נישט קיין דזשעל?

פון וואנעט מיינסטו זיי האבען געוואוסט די געפערליכע אורזאכן פון די מהלך? ווער דען איז געווארען אזוי מגושם און די עלטערן ליידען אן פון זיי?

נשלח: פרייטאג מערץ 12, 2021 4:20 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מוצ"ש מאי 22, 2021 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
אוי מיין ג-ט

Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

נשלח: מוצ"ש מאי 22, 2021 10:13 pm
דורך טמיר
מען דארף שווימען מיט די חאלאט?

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש מאי 22, 2021 10:19 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:רבותי, א טשעלענדזש:

נאך חוה"מ צוזאמקום, מוהל הכשר, קידטשאטשקע, שעניעל, ר' שמואל ניימאן וכו', ווער קען די בעסטע צו טרעפען וואס וועט זיין די נעקסטע איסור, קול קורא, אדער אסיפת רבנים...?

די נעקסטע גייט זיין מ'זאל אינגאנצן אראפנעמען די מעשה. האסט מקיים געווען פריה ורביה, האק עס אפ!


וועגען דעם האבן זיי דאך שוין די ועד המוהלים.

ס'זאל זיין שמירה משעת קצירה....

וואלוי: אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל, פליעס רוף דיך אן. אדער אפשר ביסטו מגולגל געווארן אין אן אנדער'ן ניק. בכל אופן. רוף דיך אן. איך (און נאך א סאך אנדערע ניקס) בענקען נאך דיר און דיינע זיסע ווערטלעך וועלכע האבן (כמעט) אייביג קולע געווען אל השערה...! לאז אונז נישט ווארטן...!

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 12:41 am
דורך מפיל קינד
די שווים כאלאט איז א פירצה נורא, ווייל ס'קען זיך אויפדעקן חלילה בשעת'ן שווימען און מ'וועט קענען זען די פיס נעגל רח"ל.

אויב ווילן זיי טאקע עפעס אויפטון זאל מען נאר מעגן שווימען מיט זק"א באדי בעגס, פארמאכט פון אונטן ביז אויבן. און כדי מ'זאל קענען אטעמען וועט מען נוצן אקסעזשין טענק וואס יעדער אינגל וועט האבן אויפן רוקן.

ווער ס'וועט געכאפט ווערן אויפדעקן א חלק פון זיין בעג, אדער ווער ס'וועט ארויסקוקן פון זיי בעג וועט מען צונעמען זיין אקסעזשין טענק.

היות ס'איז א נייע אונטערנעמונג וועט די מוסד טיילן הלוואות מ'זאל קענען צאלן די דערמאנטע פראדוקטן צוטיילט אין לייכטע יערליכע פעימענטס.

וכל בית ישראל יתלו על הצוקער שטריק עד ביאת הגואל ומלכינו בראשינו..

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:16 am
דורך בת קול
ווען מיידלעך ברענגען אהיים אזא צעטל וואלט מען נישט געהערט א בא.

#doublestandard

Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:54 am
דורך דער גאלדענער אדלער
חתם סופר האט געשריבן:אוי מיין ג-ט
מיט א גארטל אויך??

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 12:51 pm
דורך מפיל קינד
חתם סופר האט געשריבן:אוי מיין ג-ט

זיי זאגן אז מ'רעדט פון א bath robe נישט בשעת'ן שווימען נאר ביים אויסטון און אנטון. דאס איז שוין געווען א תקנה אין מיין חדר ווען איך האב געלערנט אין חדר.

נישט געפערליך.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:22 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
מפיל קינד האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אוי מיין ג-ט

זיי זאגן אז מ'רעדט פון א bath robe נישט בשעת'ן שווימען נאר ביים אויסטון און אנטון. דאס איז שוין געווען א תקנה אין מיין חדר ווען איך האב געלערנט אין חדר.

נישט געפערליך.
דאס האב איך אויך געקלערט ווען כ'האב געזעהן דעם צעטל.

Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 4:38 pm
דורך moneyminded
איך געדענק אין zoom flume
, איז שאפראן קעמפ געקומען צוזאמען מיט אונזער קעמפ, און די אינגעלעך האבן געהאו ציצית און שלאף קאפלעך, אזוי זענען זיי געשווימען, און אונז באמעס האבן די קינדער געגעסן האט דאגס נאקעט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 24, 2021 8:53 pm
דורך להבדיל
האב איך גערופן פרעגן. זאגט מיר דער חברה'מאן דארט אז די תקנה איז נישט ביים שווימען, נאר ביים זיך איבערטון.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 1:47 am
דורך דערהויבענע איד
א חבר מיינער וואס ארבעט פאר סאטמערע דעי קעמפ זאגט מיר אז די פרוי וואס נעמט קעיר פון די קינדער האט אים געבעטן צו קויפן שאויער קורטינס די 3 יעריגע קינדער זאלן זיך קענען באהאלטן ווען זיי טוען זיך איבער.

א גוטע זאך אז אונזערע קינדער דארפן וויסן פון קליינווייז אן אז סאיז א בושה וויאזוי גאט האט אונז באשאפן,...עפ"ל.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 8:36 am
דורך אייראפעישער חסיד
דערהויבענע איד האט געשריבן:א חבר מיינער וואס ארבעט פאר סאטמערע דעי קעמפ זאגט מיר אז די פרוי וואס נעמט קעיר פון די קינדער האט אים געבעטן צו קויפן שאויער קורטינס די 3 יעריגע קינדער זאלן זיך קענען באהאלטן ווען זיי טוען זיך איבער.

א גוטע זאך אז אונזערע קינדער דארפן וויסן פון קליינווייז אן אז סאיז א בושה וויאזוי גאט האט אונז באשאפן,...עפ"ל.

דו ביסט פול מיט האס נישטא א תגובה פון דיר אנע האס! מיט וואס ביסטו דערהויבן? אז6די ווילסט זיין א טפח העכער ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג דאן מיסטו אויפגעבן דיין האס!

Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 11:35 am
דורך יהודי פשוט
דערהויבענע איד האט געשריבן:א חבר מיינער וואס ארבעט פאר סאטמערע דעי קעמפ זאגט מיר אז די פרוי וואס נעמט קעיר פון די קינדער האט אים געבעטן צו קויפן שאויער קורטינס די 3 יעריגע קינדער זאלן זיך קענען באהאלטן ווען זיי טוען זיך איבער.

א גוטע זאך אז אונזערע קינדער דארפן וויסן פון קליינווייז אן אז סאיז א בושה וויאזוי גאט האט אונז באשאפן,...עפ"ל.


ס'איז טאקע שטארק ראטזאם - אלץ א דערהויבענע איד - אז דו זאלסט ארויסרייסן דעם בושה אינגאנצן, דעריבער וואלט איך דיר געראטן זאלסט זיך בכלל נישט שעמען, נאר אנהייבן ארומגיין עמטליך אין די גאס וויאזוי דער אויבערשטער האט דיר באשאפן!

דאס וועט ברענגן גרויס כבוד פאר דיר און ווייזן פאר יעדן אז ס'נישטא וואס זיך צו שעמען

נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 12:43 am
דורך דערהויבענע איד
האלטסט נישט מיט מיר לגבי דעם איז נישט, איך בין געקומען פון אייוועלט פאר א ריזען,צו קענען שרייבן וואס איך האלט אפילו סשטימט נישט מיט די הייליגע סיסטעם יר"ה.

נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 1:11 am
דורך מפיל קינד
דערהויבענע איד האט געשריבן:האלטסט נישט מיט מיר לגבי דעם איז נישט, איך בין געקומען פון אייוועלט פאר א ריזען,צו קענען שרייבן וואס איך האלט אפילו סשטימט נישט מיט די הייליגע סיסטעם יר"ה.

מיינסט צו זאגן צו קענען שרייבן קעגן די סיסטעם, אפי' ווען דו האלטסט אז ס'שטימט נישט וואס דו שרייבסט... :lol:

נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 11:24 pm
דורך תרמב
ווער האט אייך געזאגט אז אייוועלט איז א העכערע לעוועל פון קאווע שטיבל?

נשלח: מיטוואך יולי 07, 2021 1:17 pm
דורך דערהויבענע איד
העכער ווייס איך נישט צו סאיז, א פלאץ ווי יעדע שמוציגע גוי איז העכער ווי א איד א ציוני וויס איך נישט צו דעיס איז העכער, כהאב געשריבן אסאך מאל און מהאט מיר געמעקט דארטן.

נשלח: זונטאג יולי 11, 2021 12:02 pm
דורך אייראפעישער חסיד
דערהויבענע איד האט געשריבן:העכער ווייס איך נישט צו סאיז, א פלאץ ווי יעדע שמוציגע גוי איז העכער ווי א איד א ציוני וויס איך נישט צו דעיס איז העכער, כהאב געשריבן אסאך מאל און מהאט מיר געמעקט דארטן.

נישט גערעכט די שרייבער דארטן זענען ערליכע אידן וואס פארשטייען די עומק מעלת היהודי!