בלאט 9 פון 17
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 3:30 pm
דורך היסטאריקער
קומט צוריק די אלטע גיטע צייטן, ווען מ' האט זיך מחזק געווען אז שאולזאן איז אויף מיין זייט
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:48 am
דורך ציבעלע-קיגל
ערשטענס א קינד פון עלטערן וואס האבען חתונה געהאט אן חופה וקידושין איז א "כשר" קינד לכל הדיעות. און נישט קיין ממזר.
צווייטענס וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס וויל דער פון מאנראו גיין זיין מסדר קידושין ביי זיינע שונאים? אזוי ווי די בני יואל. איז דאס ביסל כבוד אזוי גוט?
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:38 pm
דורך signout
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:חברים יקרים. איך בין נישט אויסן צו פארצימעסן און אויפהעצן פאליטישע געפילן נאר פשוט אויסדרוקן מענטשליכע און תורה'דיקע געפילן.
די ערשטע אין זיסטע תגובה אין דעם אשכול, טראגען א זיידען אין פלארידע בשעת די חופה פין די עלטסטע אייניקלעך אדער שלאגען פרויען וואס טראגען מיט די עירוב אדער מבזה זיין רבנים וואס שטעלן זיך נישט צו דיין דורגעפאלענע מערכה אין בית שמש רינט נישט קיין בלוט נאר ביי דיין דורעכגעפאלענע קאנספיראציע
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:41 pm
דורך signout
שרייבער האט געשריבן:יוחנן הסנדלר האט געשריבן:שרייבער אויב שעמסטו זיך מיט דיין קהליש'ן טעראר איז א גוטער סימן. נאך איין מאל און צום לעצטן: איך האב א שיינעם צאל קרובים וואס האבן חתונה געהאט אין עטרת מאיר צבי לשם ולתפארת. איך באקום ביי יעדן איינציגן געבורט דעם שמוציגן בריוו פון קהל יטב לב קרית יואל, ווען א קינד יערט זיך און זיכער ווען עס איז דא א חתונה איז דא פאן קאלס און בריוון לרחצה. איך קען דא פאסטן צענדליגער בריוון פונעם לעצטן יאר אליין. נישט קיין שום חכמה צו לייקענען פאקטן.
און עס איז דא ב"ה חתונות גענוג. נצח ישראל לא ישקר, אידן ברעכן זיך נישט פאר גרויליג טעראר. עס איז שוין דא אריבער הינדערט קינדערלעך געבוירן פון חופה'ס נישט דורך אזא מנהיג וואס מוציא לעז זיין און שופך דם זיין אידיש בלוט איז זיין פרישטאג.
איך שעם מיך נישט מיט דעם, ווייל אני מאמין באמונה שלימה אז ווען אין די שטאט סאטמאר בימי כהונתו פון רבין וואלט איינער אזוינס געטון, וואלטן די צעטלעך זיך געקענט פארשטעקן מיט וואס מען וואלט דארט געטון, ופוק חזי וואס מען האט געטון אין קראלי, סאטמאר איז וואויל באקאנט פאר בכלל נישט קיין סאלידע חסידות, און ווי לאנג איך שעם מיך נישט צו זיין א סאטמארער שעם איך מיך נישט מיט דעם אויך נישט
דאס איז יעדער מודה איז סידור קידושין איז א האקעלע זאך, און ס'טאר נישט זיין הפקר, די שאלה גייט נאר צו ער איז מרא דאתרא צו נישט, נו נו, אין וויליאמסבורג האט סאטמאר ערגערע זאכן געטון אלע יארן אן דעם וואס דער דברי יואל אדער ברך משה ולהבדיל דער היינטיגער נועם המדות זאלן זיין אפיציעל מרא דאתרא.
איך האב אבער לויז גערעדט פונעם מציאות, אז מען זעט נישט קיין צעטלעך, זאגסטו אז די משפחה באקומט יא, מאכט אויך נישט קיין סענס, ווייל איך האב עטליכע קרובים משפחות וואס האבן דארט חתונה געמאכט, און נאך 'קיינמאל' נישט באקומען אזא בריוו, איך וועל אננמען אז נאר די קאפל אליין באקומט עס, יתכן, נו, זעט אויס מען וויל זיי מציל זיין פסולי חיתון, קלאר מיט צימערמאן זענען ביזי מיטן עירוב, און שעהר איז ביזי מיט קידושין
דאס איז קלאר אז אינדערהיים ווען איינער האט געטוהן אזא זאל איז די מערכה געווען אסאך שטערקער, אין נאכמאל מען רעדט דא פין א אהע''ז פסק וואס דער דיין פין שטאט (דער דיין וואס דער מיסד העיר האט געשטעלט אויף די שטאט) האט גפסקנט, והעיקר ווען די נערישע קאנספיראציע איז שקר קיינמאל האט מען נישט געזעהן די א''ד צעטיל אין די גאס
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
''אינדעהיים'' איז מען נישט געווארן רב אן וואלן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 1:40 pm
דורך גאנצל
:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:''אינדעהיים'' איז מען נישט געווארן רב אן וואלן.
ככלב ששב על קיאו יעדעס מאל צוריק צו די זעלבע זאך מ'האט אפאר אלטע אויסגעדראשענע פראזן צו פארכאפן געפילן פון אפאר אומוויסענדע און פארטיג
די זאך פון וואלן איז שוין 100 מאל אויסגעדראשן געווארן און ס'הייבט זיך נישט אן "אינדערהיים" איז געווען גענוג רבנים וואס מ'האט אויפגענומען אן וואלן ובפ' לבית סיגוט
די רבי הד"י ז"ל האט אויפגענומען א רב אן וואלן אין קראלי "אינדערהיים" אפי' אין סאטמאר האט די רבי אליין נישט געוואונען די וואלן און ער איז פארט געווארן רב דארט
די רבי הד"י ז"ל האט דא אויפגענומען רבנים אן וואלן סיי אין שיכון ב"ב סיי אין מאנטריאל
דא אין ק"י האט גאנץ קהל חוץ צוויי מענטשן אונטערגעשריבן דעם קאנסוס תשמ"ה האט מען נאך נישט געקענט צווינגען קיינעם די אנשי אלטא פיגא זענען נאך געווען בתוקפם דעמאלס סאו האק נישט אין קאפ אריין מיט וואלן יעצט
אין און א זייטיגע נאטיץ האט די הב"מ ז"ל אויפגענומען א רב אן וואלן אין ווימ"ס און אן די הסכמה פון רוב טובי הקהל בשעתם
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 2:43 pm
דורך ישמעאל הכהן
נו אין וויליאמסבורג קענסטו טאקע נעמען וועם דו ווילסט פאר סידור קידושין אפילו אין א סאטמארע זאל
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 3:26 pm
דורך גאנצל
א א +++ מצוין מאוד פיין גענטפערט
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 4:17 pm
דורך היסטאריקער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:נו אין וויליאמסבורג קענסטו טאקע נעמען וועם דו ווילסט פאר סידור קידושין אפילו אין א סאטמארע זאל
פערצופאל אין פרדס פייגא/צבי קען מהר"א און זיין זון ר' מענדל נישט מסדר קידושין זיין
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 4:20 pm
דורך ישמעאל הכהן
נישט געוויסט דערפון, אפשר ווייל יענע זאלן האט איינער מנדב געווען און זיך אזוי אויסגענומען
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 6:56 pm
דורך signout
הייסט די וואלען איז די אישו? אויב מאכט מען היינט וואלען אין אדמו''ר מהר''א געווינט לייגט איר אראפ די געווער? די שוידערליכע באראברישע בלוט פארגיסונג וועט זיך ענדיגן?
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 7:17 pm
דורך blauvelt
אין אויב זלמן לייב געווינט די וואלן אין וומס געט עטס אויף...
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 7:40 pm
דורך signout
blauvelt האט געשריבן:אין אויב זלמן לייב געווינט די וואלן אין וומס געט עטס אויף...
אויב מאכט מען עכט יושר'דיגע וואלען פין לעגאלע מעמבערס, גלייב איך אז צד מהר''א גיבט אויף
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:06 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:07 pm
דורך אויס מענטש
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ערשטענס א קינד פון עלטערן וואס האבען חתונה געהאט אן חופה וקידושין איז א "כשר" קינד לכל הדיעות. און נישט קיין ממזר.
צווייטענס וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס וויל דער פון מאנראו גיין זיין מסדר קידושין ביי זיינע שונאים? אזוי ווי די בני יואל. איז דאס ביסל כבוד אזוי גוט?
דער פראבלעים, לפענ"ד איז נישט ווייל "דער פון מאנרא",כלשונך, וויל דאס ביסל כבוד. נאר די יונגאטשעס, רשעים און בהמות וועלכע רופן זיך בני יואל ווילן נישט קא-עקזיסטירן מיט אן אנדערע גרופע און מקיים זיין דעים "וחי אחיך עימך". נאר זיי ווילן אפשר אליין הערשן. אבער בעיקר, באגראבן א צווייטן בבחינת, ווי די צוויי זונות, אין משפט שלמה המלך האבן געזאגט, פון די הפטרה פ' מקץ, "גם לי, גם לך לא יהיה"... און אינז ווייסן דאך דעם אלטן כלל אז א הונט, אויב מ'געט איהם א פינגער, וויל ער די גאנצע האנט. זאללן זיי נישט זיין אזוי ווי דער קאזאק הנגזל. זיי שטעלן אן דאס גאנצע רשעות און נאכדעים וויינען זיי מיט קראקאדיל טרערן אז מ'רודפ'ט זיי...
נשלח: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 4:52 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'פארט יעצט ארום א פרישע טעלעפאן מעשעסדזש וועגן א חתונה וואס גייט פארקומען מאנטיג אין די נייע האל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:42 pm
דורך הערשי
אל מעלות כבוד הצדיקים וועלכע זענען מלמד זכות אז אל תזכור עונות ראשונים. יא, ס'געווען אמאל, א בייזער חלום כחלום יעוף. מ'מאכט שוין נישט היינט, וכו'.
אט זענען צוויי רעקארדירונגען פון מיין וואויסמעיל, בביתי נאוה קודש, פון מיין זומער היים אין קרית יואל. איינס איז פריש פון היינט, דמם תוסס. צוויי איז פון אפאר וואכן צוריק.
ישמע חכם ויוסיף מכאוב.
http://soundcloud.com/hersaeas/siddurkidushinfreak1http://soundcloud.com/hersaeas/siddurkidushinfreak2
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:21 am
דורך יוחנן הסנדלר
ענדליך האבן זיך די אנשי בני יואל ערוועקט נישט צו לאזן דאס הפקירות אויף וואס זיי האבן בשיטה פארשוויגן ביז יעצט. א רייע פעולות ווערט אנגעוואנדן די טעג יעדעס פאן קאל און בריוו ווערט אפגענטפערט מנה אחת אפים.
א געניאלען געדאנק וואס געפעלט מיר איז אז נאך יעדן בריוו קומט א נאכפאלגנדן בריוו און טעלעפאן בעטנדיג צו אריינשיקן אפאר דאלאר צום באטרעפנדן פאר פאלק, צו אלץ דרשה געשאנק אדער בעיבי מתנה. דער עולם רופט זיך אן שיין. די פאר פעלקער, רוב כולל אינגעלייט זענען זיך מחיה אזש זיי ווארטן קוים אויפן נעקסטן בריוו פון די רשעי הקהל מיט זייערע קראנקהאפטע מטורפים משולחים.
וכאשר יענו אותו כן יפרוץ.
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 12:16 pm
דורך איש את רעהו
דעס וועט פארמערן די חתונות אין עטרת מאיר צבי?
אדער אפשטעלן די טעלעפאן קאלס?
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:30 pm
דורך שמן זית
הער איך פון איינעם וואס האט חתונה געמאכט דארט אפאר וואכן צוריק, אז איינער האט אים אנגערופן א נאכט נאך די חתונה האלב דריי ביינאכט, זאגענדיג אז זיין זון'ס הויז איז אין פלאמען.
ער האט זיך נישט פארלוירן, און גלייך געפרעגט דעם אנאנימען קאלער צו ער קען אים גיבן די פונקטליכע אדרעס וואו ס'ברענט....
דא ענדיגט זיך די מעשה....
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:01 pm
דורך יוחנן הסנדלר
אינטערסאנט ווי די חברה באנדיטן פירער פון ווילידזש אף קעי זשעי שרייען מיט קראקאדיל טרערן היתכן די שונאי ישראל די יונייטעד מאנרא לאזן זיי נישט אויסשפרייטן און חתונה מאכן די קינדער. וואס וועט איר טוהן ווען יונייטעד מאנרא נעמט אייערע טעראר בריוו וואס איר טוט מיט קליינע קינדער און צייגט אט זעט ווען די וואוקס איז שלא לרוח זייער ראש הממשלה זענען די קינדער ממזירים בני הנדה וואס קהל אפיציעל טוט טערעראזירן ווי האלבע נאציס, אבער מיר גוים טארן חלילה נישט זאגן א ווארט איבער זייערע אומציוויליזירטן באנעמונגען?
איר קעי זשעי מטורפים זייט וויסן דאס טעראר וועט אייך אפקומען אהיים בכפלי כפלים.