בלאט 9 פון 13
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:34 pm
דורך לולב הגזול
berlbalaguleh האט געשריבן:אבער דו, שבת אחים מעגסט מאכן א ברכה. אשריך ואשרי חלקך שהבדילנו מן התועים. אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. אצינד ביסטו א גליקליכער. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג. נאר פארגעס נישט צו מאכן על המחיה. אויב מ'האט עס געלייגט אויף א מזונות ראלל. ווייל אנישט וועסטו דיך מוזן וואשן און בענטשן נאכדעים. און אויב ס'איז ראש חודש 'עסטו נאך מוזן זאגן יעלה ויבוא אויכעט...!
נאר איין בקשה האביך צו דיר. נאכדעים וואס דו האסט שוין טועם געווען פון די אלע גוטע זאכן. יא. שיער פארגעסן. און מוצש"ק מוזסטו נישט האלטן דעם ר"ת זמן. אפילו דעם וויזשניצער זמן אויכעט נישט. נאר נאך אלעמען. בעט איך דיך אז דו זאלסט נעמען א דזשענעראל עדזשוקעישן. ווייל דאס אפיקורסות אליינס וועט דיך נישט טראגן ווייט. נעם, למשל א קאורס אין א קאמיוניטי קאלידזש (כ'מעין נישט וויזניצער חעידער) אין ענגליש, סאושל סטאדיעס און היסטאריע פון אמעריקע און פון די וועלט. אויך א ביסל אידישע היסטאריע וועט דיר נישט שאטן. אזוי וואלט איך געטון. ווען איך בין ווען ח"ו אן או.טי.די. די ערשטע זאך וואלט איך געגאנגען און געקויפט מיר א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז...! און נאכדעים געטון די אנדערע, נוצליכע זאכן. לערן דיך אפ פון שלום דיען. ווען ער איז געווארן או.טי.די. איז ער די ערשטע זאך ארומגעגאנגען מיט שיקסעס. און נאכדעים האט ער גענומען אן עדזשוקעישן. און היינט איז ער איינער פון די גרויסע שרייבערס אין די מידיא...! אז ער עסט כשר'ס אויך ווייס איך פאר זיכער. ווייל ס'איז דא פיקטשערס פון איהם וואו ער באזוכט ביי גאטליעב'ס רעסטאוראנט אויף ראועבלינג...!
ביסט דאך שוין ערגער פון מאסטער. מאסטער לא גזר אלא על הילדים און די ווילסט עלטערען אויך?
@שלום דין, שיקסעס? אזוי גאר?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:34 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:אבער דו, שבת אחים מעגסט מאכן א ברכה. אשריך ואשרי חלקך שהבדילנו מן התועים. אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. אצינד ביסטו א גליקליכער. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג. נאר פארגעס נישט צו מאכן על המחיה. אויב מ'האט עס געלייגט אויף א מזונות ראלל. ווייל אנישט וועסטו דיך מוזן וואשן און בענטשן נאכדעים. און אויב ס'איז ראש חודש 'עסטו נאך מוזן זאגן יעלה ויבוא אויכעט...!
נאר איין בקשה האביך צו דיר. נאכדעים וואס דו האסט שוין טועם געווען פון די אלע גוטע זאכן. יא. שיער פארגעסן. און מוצש"ק מוזסטו נישט האלטן דעם ר"ת זמן. אפילו דעם וויזשניצער זמן אויכעט נישט. נאר נאך אלעמען. בעט איך דיך אז דו זאלסט נעמען א דזשענעראל עדזשוקעישן. ווייל דאס אפיקורסות אליינס וועט דיך נישט טראגן ווייט. נעם, למשל א קאורס אין א קאמיוניטי קאלידזש (כ'מעין נישט וויזניצער חעידער) אין ענגליש, סאושל סטאדיעס און היסטאריע פון אמעריקע און פון די וועלט. אויך א ביסל אידישע היסטאריע וועט דיר נישט שאטן. אזוי וואלט איך געטון. ווען איך בין ווען ח"ו אן או.טי.די. די ערשטע זאך וואלט איך געגאנגען און געקויפט מיר א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז...! און נאכדעים געטון די אנדערע, נוצליכע זאכן. לערן דיך אפ פון שלום דיען. ווען ער איז געווארן או.טי.די. איז ער די ערשטע זאך ארומגעגאנגען מיט שיקסעס. און נאכדעים האט ער גענומען אן עדזשוקעישן. און היינט איז ער איינער פון די גרויסע שרייבערס אין די מידיא...! אז ער עסט כשר'ס אויך ווייס איך פאר זיכער. ווייל ס'איז דא פיקטשערס פון איהם וואו ער באזוכט ביי גאטליעב'ס רעסטאוראנט אויף ראועבלינג...!
ר׳ בערל היקר
דו כאפסט נישט וואס דו שלאגסט פאר. אז איך זאל זיין פונקט ווי יענעם? דאס האבן דאך מיינע עלטערן געוואלט פון מיר ״איך זאל זיין א געוויסע וועג״ און דעס האט זיך נישט אויסגעארבעט. כקען שלום דין, איך זעה נאכנישט פארוואס איך זאל נאכטוהן שלום דין, פארוואס? ווייל ער האט געשריבן א בוך? זייער גיט. ער איז א געוואלדיגע שרייבער א חכם מחוכם. אבער איך בין אנדערש פון אים מיט אסאך זאכן. און איך בין איך און איך וועל לכאורה בלייבן די זעלבע מיך און אפילו אז איך וועל אפשר עוועאלווען צוזיין שרייבער איין טאג, וועט עס רוב זיכער בלייבן ״מיין וועג״ (פול מיט emotions)און נישט שלום דין׳ס וועג וואס איז פול מיט אינטעלעקט.
איך האלט אז מיין מעשה איז אסאך מעהר אינטערסאנטער ווי שלום דין׳ס מעשה, פאר אסאך סיבות וואס איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין דעם. די ערשטע סיבה פארוואס איך שרייב גארנישט איז וועגן מיינע עלטערן און מיין משפחה. שלום דין האט נישט די פראבלעם.
ר׳ בערל. כמיין אז שלום דין זאל מיך נאכמאכן. מיין לעבן גייט נאך אזוי גיט ווי זיין. מיינע קינדער זענען FULLY מיט מיר. ער האט ניטאמאל א שייכות מיט זיין פאמילע. איך האב נאך אזויפיל אין מיין באנק קאנטע ווי אים-איך דארף מיך נישט שעמען פאר אים. ער איז מעהר געלערנעט פון מיר? קודם כל, וואספארא פארגלייך איז דאס? ער האט אנגעהויבן 15 אדער 20 יאהר פאר מיר? זייער נעריש און אלטמאדיש צופארגלייכן איינעם צום צווייטן. שלום דין איז אינגאנצן א אנדערע כארקאקטער פון מיר און נישט די זעלבע געפאורמעט.
איך האב גארנישט קעגן אים-חוץ אז איך האלט אז זיין ארגאנזאציע פודסטעפס וואס ער איז אויף די באורד סרחט פון קאפ ביז פוס. אבער פערזענליך איז ער א נייס גיי, קלוג, פארגעשריטן מיינט נאכנישט אז יעדער OTD מוז אויסקוקן ווי אים. דאס האט דאך מיין טאטע געשריגן פארוואס קענסטו נישט זיין אזויווי בערל דאוודאוויטש און חיים יענקל קארנרייך? זיי קענען איינזיצן א גאנצן דאווענען און דו נישט?
גענוג געוועהן מיט די ש*ט...
נ״ב איך עס נישט קיין העם. איך פראביר בכלל נישט צועסן אזוי סאך פלייש. און אפילו יא איז עס רובא דרובא כשר. איך עס נאכטמאל כמעט יעדע נאכט ביי מיין מאמע אינדערהיים. איך שרייב די תגובה פון א גלאט כשרע הויז... מיין מאמע קען מען געבן קוויטלעך. יעדע פינף מינוט געט זי צועסן פאר א צווייטע ארחי פרחי. די טירן זענען אפען פאר הכנסת אורחים פונקט ווי ביים אהבת ישראל און ווי ביי אברהם אבינו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:39 pm
דורך הקטן
berlbalaguleh האט געשריבן: אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג.
בערל וואס מאכט דיך מיינען אז איינער וואס ריפט זיך עטיעסט מעג שוין?
איך האב נישט געטראפן אזא היתר
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:47 pm
דורך הקטן
לולב הגזול האט געשריבן:
דער פשוט'סטער פאלאסי, אננעמען עפעס וועגען עס האט א גוטע מקור argument of authority איז אזוי געפראגרעמט געווארען. אזוי זענען מיר אלע. רוב מאל איז עס א מעלה. ווילסט וויסען דער צייט? פרעג איינעם. קיינער פרעגט נישט "ווי אזוי ווייסטו" ספעציעל אויב האט ער געקוקט אויף זיין האנט זייגער.
די מישט ווייטער
אן
argument איז נישט די זעלבע וואו אן
הנהגה ווען איינער זאגט איך פיר זיך אזוי, איך גלייב אזוי, אדער איך נעם אן אזוי, ווייל... authority זאגט אזוי איז כל הכבוד thats ok
ווידער ווען איינער ארגיאד זיין case סך הכול אויף authority דאס איז שוין יא פאלעסי - און א ידער בר דעת קען דאס באמערקען און זיך היטן דערפין
וואו דו אליין שרייבסט ווייטער "מיר
נוצען authority טאג טעגליך. נאר וואס דען,
עס מוז נישט זיין אמת."
און היות עס
מיז נישט זיין אמת איז דאס א פסול אין אן argument
לולב הגזול האט געשריבן:קענסט זיין אויף דער lookout ביז מוצאי ראש השנה אבער ווען דיין קינד פרעגט דיר פארוואס מ'מעג נאר עסען אונזער הכשר וועסטו עם ניצען אן authority.
זאג מיר צי איך פארשטיי וואס דו זאגסט
היות איך זאג פאר מיין קינד אז מען דארף פאלגן authority, ע"כ קען מען נישט זיין אויף די lookout אויב א
טענה וואס איינער זאגט דיר אדער וואס דו זאגסט, זאל נישט ליידען פין circular logic וכדומה ???
דאס איז דאס?
איך פארשטיי נישט דיין reasoning
איך שמעק א fallacy!!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:41 pm
דורך הקטן
שטעל דיך פאר דו פרעגסט א דארוועניסט וואו אלט איז די fossil?
דארוועניסט: 80 מיליען יאר!
לולב: פין וואו ווייסטו אז דאס איז 80 מיליען יאר?
דארווין: וואס טייטש מען האט דאס געטראפן אין א שטיין וואס איז 80 מיליען יאר!
לולב: נו ווער זאגט דיר אז די שטיין איז 80 מיליען יאר?
דארווין: וואו אזוי דען קימט דארט אן א fossil וואס איז אלט 80 מיליען יאר?! (קארבען דעטינג ארבעט נישט, אפילו לשיטתם, אזוי לאנג ציריק)
בשום לב, וואלסטו נישט באמערקט אז דאס איז סירקילער ריזעניג?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:00 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: איך מוז (אוןן איך ווילל) דיך דא מפייס זיין ברבים. איך האב א ביסל מגזים געווען (אויף די היימישע שפראך...מע-גא-זעם). דו ביסט א טייערער איד. איך האב נישט געמיינט צו זאגן פאר א פאקט אז דו עסט ח"ו העם און טשיעז בורגערס. מיין עיקר נקודה איז געווען אז ס'איז וויכטיג צו באקומען א וועלטליכע, פראקטישע עדיוקעישן. וואס דו (און נאך טויזנטער אידישע קינדער) האסט ליידער נישט באקומען אין חעידער. איך בין דיך נישט חושד ח"ו אז דו ביסט א מחלל שבת. כ'האב נאר געמאכט א ווערטל...! נאכאמאל. איך בעט דיר דא איבער ברבים. ס'איז נאר געווען געשריבן אין א הומאריסטישן וועג. אבער איך האב זיכער נישט געמיינט דיך ח"ו צו באשולדיגן מיט די אלע נעגאטיווע זאכן...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:05 am
דורך berlbalaguleh
הקטן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן: אז דו ביסט געווארן אן אטעאיסט, או.טי. די. אפגעפארענער מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים. דו קענסט שוין אריינכאפן א העם סענדוויטש מיט מעיאנעיז. און צו טרונקען א גלעזל מילעך. און דו קענסט שוין (ב"ה) רואיגערהעיט טועם זיין פון די געשמאקע טשיעז בוירגערס וואס דו קענסט באקומען ביי מעקדאנעלד'ס אדער ביי סאבוועי פאר גאנץ ביליג.
בערל וואס מאכט דיך מיינען אז איינער וואס ריפט זיך עטיעסט מעג שוין?
איך האב נישט געטראפן אזא היתר
או.קעי. דאמאלס קענמען הייסן א פרומער אטעאיסט. א פרומער אפיקורס. אבער די אלע זאכן גייען נישט ארויף אויף שבת אחים. איך האב נאר געמאכט א ווערטל. מיין נקודה צו איהם איז געווען אז ער זאלל באקומען א וועלטליכע עדיוקעישן...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:27 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך מוז (אוןן איך ווילל) דיך דא מפייס זיין ברבים. איך האב א ביסל מגזים געווען (אויף די היימישע שפראך...מע-גא-זעם). דו ביסט א טייערער איד. איך האב נישט געמיינט צו זאגן פאר א פאקט אז דו עסט ח"ו העם און טשיעז בורגערס. מיין עיקר נקודה איז געווען אז ס'איז וויכטיג צו באקומען א וועלטליכע, פראקטישע עדיוקעישן. וואס דו (און נאך טויזנטער אידישע קינדער) האסט ליידער נישט באקומען אין חעידער. איך בין דיך נישט חושד ח"ו אז דו ביסט א מחלל שבת. כ'האב נאר געמאכט א ווערטל...! נאכאמאל. איך בעט דיר דא איבער ברבים. ס'איז נאר געווען געשריבן אין א הומאריסטישן וועג. אבער איך האב זיכער נישט געמיינט דיך ח"ו צו באשולדיגן מיט די אלע נעגאטיווע זאכן...!
דארפסט מיך נישט איבערבעטן. איך פרעג נאר פאר איר שטעלט מיך ארויף אויף איין שעלף מיט אים? פארוואס מוז איך אים נאכמאכן? איך בין שבת אחים און ער איז שלום דין. צוויי אנדערע מענטשען וואס קומען פון אנדערע בעיקראונדס, איך בין אויפגעוואקסן אין א היימישע אונגארישע ווארימע שטוב, שלומ׳ס טאטע איז ניטאמאל געוועהן א איד! ער איז געוועהן א פאלנער גוי וואס האט געהאלטן פון די אידישע רעליגע און זיך געפירט ווי א פרומע איד. איך בין פון אביסל א אנדערע טייג געקענטן ווי אים. איך האב אביסל א אנדערע פראספעקטיוו פון לעבן ווי אים.
יעדער איז unique אין זיין אייגענע וועג. קיינער דארף נישט נאכמאכן קיינעם. ער זאל בלייבן שלום דין און איך וועל בלייבן די אומ-געלערנטע שבת אחים פון גרויסווארדיין, א מארמישע פויער, א חסיד פונעם אהבת ישראל און אויף די אנדערע פוס א האלבע בודהיסט, סאיז מיר זייער גיט אזוי...
וועגן מיין עדזשיוקעישאן איז אמת וואס דו זאגסט. איך וואלט געקענט ביישטיין צו גיין קיין קאלאמביע אבער באמת איך האב נישט געדודלט און קיין נערווען דערצי, דעס וואלט איך געדראפט טוהן יונגערהייט אנשטאט זיצן אין גיבערס פאר דריי יאהר און טאנצן אויף ר׳ מאטלע׳ס פארענטשער בשעת ער עפענט זיך די פאסיג פאר קה אכסוף. אבער יעצט בין איך דאך שוין א בן ארבעים ל׳אַרטרייטס (arthritis) און זיך יעצט ביי די פערציג מיט א שטוב מיט קינדער זיך גיין לערנען טאנצן א נייע טאנץ? מיט אזא ADD פאציענט ווי מיר וואס קען נישט איינזיצן אויף איין זאך מעהר ווי דריי מינוט? למעשה וואס איך וויל וויסן ווייס איך זייער גיט. איך דארף עס נישט פאר קיין פרנסה. איך לייען אסאך און איך פראביר צו ענדזשוין לייף די מערסטע וואס איך קען.
חוץ מזה מיינסט אז שלום דין איז קלוג געווארן אין איין טאג. פון ניו סקווירא ביז כל באי׳ לא ישובון האט די וועלט זיך ארומגעדרייט די זון אזא גיטע צוואנציג מאהל. איך גלייב אז לויט די ראטע וואס איך גיי יעצט די לעצטע פינף יאהר, אז איך גיי אן מיט די טעמפאו אין 15 יאהר ארום וועל איך מיר קענען פארמעסטן מיט אונזער ר׳ שלום.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 8:32 am
דורך לולב הגזול
@הקטן
הנהגות מן דכר שמיה? דו שמעקסט וואס דיין בייעס הייסט דיר שמעקען...
לאז אפ אלע משלים פליז. דו זאג מיר נאר ווי אזוי דו דרייסט דיך ארויס פון אונזער מוחות וואס זענען פראגראמט מיט מכשולות רבים ואדירים וואס איז מעכב דאס אמת.
"עס ווערט איעדען טאג קלארער און קלארער אז אונזער מוחות זענען געפראגרעמט נישט צו גיין מיט'ן אמת נאר מיט הונדרעטער לאגיקעל מכשולות. איך האב געמיינט אז דאס איז דיין פוינט ווען די ברענגסט עס כסדר ארויף. יעצט בין איך נאר נאך מער צומישט וואס דיין פוינט דערמיט איז."
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:57 am
דורך הקטן
לולב הגזול האט געשריבן:הנהגות מן דכר שמיה?
לולב הגזול האט געשריבן:
ווען דיין קינד פרעגט דיר פארוואס מ'מעג נאר עסען אונזער הכשר וועסטו עם ניצען אן authority.
ווען ענעפרן פאר מיין קינד וואו אזוי זיך נוהג צי זיין וואלט ווען ביי מיר געהאט א שיכות מיט
argument of authority וואלט איך אויך געווען אזוי צימישט וואו דיר.
למעשה גייסטו אריין אין ביזנעס א יעדען טאג, און פירסט זיך וואו אזוי דיין שכל זאגט דיר, חאטש ביסט aware אז אלע דיינע החלטות זענען באגלייט מיט בייעס
וויסען אז דער מענטש איז באגלייט מיט בייעס איז בכלל נישט קיין תירוץ אויף נישט ניצען דעם אייגן שכל - וכן אנו נוהגין
ועל זה יבוא אלוהים במשפט.
ביסט גערעכט ביסט גוט צימישט, איך האלט אבער נישט אז וועגן דעם דארף דער ציבור דא ליידן
איז אז דו ווילסט נאך אלץ עפעס וויסען פערסענל וועגן מיר, פרעג אן אין אישי, און אז איך וועל זיין אין די מאד וועל איך זיך מטפל זיין מיט דיר.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:19 pm
דורך לולב הגזול
הקטן האט געשריבן:ווען ענעפרן פאר מיין קינד וואו אזוי זיך נוהג צי זיין וואלט ווען ביי מיר געהאט א שיכות מיט argument of authority וואלט איך אויך געווען אזוי צימישט וואו דיר.
למעשה גייסטו אריין אין ביזנעס א יעדען טאג, און פירסט זיך וואו אזוי דיין שכל זאגט דיר, חאטש ביסט aware אז אלע דיינע החלטות זענען באגלייט מיט בייעס
וויסען אז דער מענטש איז באגלייט מיט בייעס איז בכלל נישט קיין תירוץ אויף נישט ניצען דעם אייגן שכל - וכן אנו נוהגין
ועל זה יבוא אלוהים במשפט.
מענטשען מאכען מיסטעיקס אין ביזנעס טאג טעגליך. טאקע ווייל אונז האבען נישט דער ריכטיגע כלים צו פארשען וואס אונז דארפען.
איז דאך חלילה שבת אחים נישט מער ווי גערעכט, לשיטתך. אויב בייעס איז נישט קיין תירוץ איז דאך דער מארמען גאטשעס, מוסלעמענער פרויען ברית'ן מיט שווארצע חלה דעקלעך אזוי חשוב ומקובל ווי דעם כפרות שלעגער אדער אייסיס מערדערער.
על זה יביא אלוהיך למשפט. דאס איז דאך כפירה בעיקר ממש! איך האב א שטיקעל תאווה אריינצוווארפען אן עפ"ל פאר דיר אויך. רח"ל מהאי דעתא.
הקטן האט געשריבן:ביסט גערעכט ביסט גוט צימישט, איך האלט אבער נישט אז וועגן דעם דארף דער ציבור דא ליידן
איז אז דו ווילסט נאך אלץ עפעס וויסען פערסענל וועגן מיר, פרעג אן אין אישי, און אז איך וועל זיין אין די מאד וועל איך זיך מטפל זיין מיט דיר.
וואס איז מיט דיין ותן טל ומטר אותיות? ווער ליידט? וואס אישי? ווער דארף א טיפול?
אינגערמאן, קענסטו דיך מסביר זיין, על תמנע טוב מבעליו. קענסטו נישט טוה וואס אלע אנדערע טוהען. פליז נעם מיך נישט פערסאנעל. איך בין נאר דא להגדיל תורה ולהאדירה.
לאז אפ אלע משלים פליז. דו זאג מיר נאר ווי אזוי דו דרייסט דיך ארויס פון אונזער מוחות וואס זענען פראגראמט מיט מכשולות רבים ואדירים וואס איז מעכב דאס אמת.
"עס ווערט איעדען טאג קלארער און קלארער אז אונזער מוחות זענען געפראגרעמט נישט צו גיין מיט'ן אמת נאר מיט הונדרעטער לאגיקעל מכשולות. איך האב געמיינט אז דאס איז דיין פוינט ווען די ברענגסט עס כסדר ארויף. יעצט בין איך נאר נאך מער צומישט וואס דיין פוינט דערמיט איז."
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:54 pm
דורך berlbalaguleh
לולב הגזול: איבער אלע גוטע זאכן וואס דו רעכנסט דא אויס ביניך כמעט מסכים מיט דיר. אבער כפרה שלאגן. ספעציעל אזוי ווי ס'ווערט פראקטיצירט היינט איז גארנישט ווערד. און ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מענטשן זאללן קומען צום שכל און סטאפן זיך נאריש צו מאכן. ערשטנס איז עס א מנהג. טאקע א מנהג קדמונים. אבער דער תכלית פונ'ם שלאגן כפרות מיט א טשיקן איז אז דער מענטש זאלל זיך באטראכטן וישוב אל ליבו אז די זעלבע וואס מ'טוט צו דעם הינדל וואלט מען געדארפט צו טון צו איהם. צווייטנס. אינדערהיים (אפילו נישט אזוי לאנג צוריק. אין א מער נארמאלע מדינה) פלעגט זיין איינגעפיהרט אז א יעדער האט באקומען זיין טשיקן אויף וואס ער האט געשלאגן כפרות. אדער האט מען עס אליינס אפגעקאכט און אויפגעגעסן. אדער האט מען עס אוועקגעגעבן פאר ארימעלייט און מקיים געווען מצות צדקה. אבער דא אין אמעריקע איז עס איין שטיק גניבה און שווינדל. ערשטנס. דו צאלסט פאר'ן טשיקן און דו באקומסט עס נישט. צווייטנס. די טשיקן סוחרים. (אפילו די העיליגע פון די מוסדות הקדושים) נוצן איבער און איבער די זעלבע טשיקן. און וואו איז נאך די צער בעלי חיים. וואס מ'לאזט די הינדלעך דארטן שמאכטן אין די גרויסע היצן אן א טראפ וואסער. און די געלטגייציגע סוחרים וויללן אריינכאפן וואס מער קאסטומערס. ס'איז עפעס געווארן א מין מאסן פסיכאוזע. וואו א יעדער לויפט כפרה שלאגן. ווייל יענער גייט. איך האב מורא אז איך האלט מיט די צער בעלי חיים'ניקעס וועלכע וויללן פארבאטן דעם וואנזיניגן פראקטיצירונג. ווער רעדט נאך אז ס'סרח'ט אן די גאסן. די אלע טרעילערלאודס פון הינדלעך און כפרה צענטערס וואס געפונען זיך ביי כמעט א יעדן קארנער...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:05 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: איך האלט מיט דיר 100%. נאר איין נקודה. איך האב אייביג געוואוסט אז שלום דיען'ס טאטע איז געווען א בעל תשובה. נישט א גר...!
ווייל דאס שטימט מיט מיין טעאריע. (פארשטייצעך אז ס'דא אויסנאמען.) אז רוב פון די היינטיגע או.טי. די.'ס זענען סעקאנד דזשענערעישן בעלי תשובה. און שלום דיען איז אויך א סעקאנד דזשענ. ב.ט...!
איך וועלל דיר זאגן פון וואו מיין הערצה צו שלום דיען נעמט זיך. ווען די נבילה סרוחה וועלכע רופט זיך דעברא פעלדמאן. (עכט הייסט זי שרה'לע ברקוביק.) איז ארויסגעקומען מיט איהר סקאנדאליעזן און שקריות'דיגן בוך אקעיגן די אידישע רעליגיע און אידן בכלל. און זי איז געווען א סענזאציע אויף אלע נייעס סטאנציעס. האטציך שלום דיען געלייגט אין די לענג און די ברייט צוריקצושטויסן איהרע וואנזיניגע בילבולים און אטאקעס אויף אידישקייט...! ער האט פאררופן א ראונדטעיבל קאנפערענץ פון אלע אנדערע או.טי.די.'ס פון יענע צייט. און מ'האט זי שטארק פארדאמט צוזאמען מיט איהרע שקרים...!
Re: דארווין
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳רעדט דא פון דארווין, ניין?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:19 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך האלט מיט דיר 100%. נאר איין נקודה. איך האב אייביג געוואוסט אז שלום דיען'ס טאטע איז געווען א בעל תשובה. נישט א גר...!
ווייל דאס שטימט מיט מיין טעאריע. (פארשטייצעך אז ס'דא אויסנאמען.) אז רוב פון די היינטיגע או.טי. די.'ס זענען סעקאנד דזשענערעישן בעלי תשובה. און שלום דיען איז אויך א סעקאנד דזשענ. ב.ט...!
ר׳ בערל, ליטוואק איז גערעכט לאמיר נישט פאררדייען די נושא, אבער האסט שוין אפאר מאל געשריבן אויף ק״ש דיין אומריכטיגע טעיאריע, וואס איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט אייער אינפראמאציע. אייער נומערן זענען זייער אומריכטיג. רוב היימשיע אטדס זענען
נישט קיין סעקאונד דזשענערעישן בעלי תשובה.
נאר אין חב״ד, חב״ד האט היינט צוטאגס בערך אכט טויזנעט אטדס, פון דעם זענען רובא דרובא פון בעלי תשובה הייזער. משא״כ ביי אונז היימישע וואס רעכענט אריין סאטמאר, בעלז, וויזניץ, באבוב, גור, קלויזנבורג, פאפא, טאהש, סקווירא, ראחמסטריווקא, באיאן, סטולין, סקלען, ספינקא, תולדות אהרן, קאשוי, וכו׳ איז פארהאנען
אין אמעריקע בערך 2500 אטדס און פון דעם זענען נייציג פראצענט פון היימישע פרומע שטובער ניטאמאל קיין צעהן פראצענט קומען פון בעלי תשובה הייזער.צוריק צו דארווין, ער איז אויך געוועהן א אט״ד. אויפגעוואקסן א קריסט, זיין גאנצע פאמילע פאר דורות זענען געוועהן געשוואוירע קריסטן. זיין ווייב וואס אויך געוועהן זיין פירסט קאזין איז פארבליבן א קריסט איר גאנצע לעבן. ווען טשארלס דארווין איז געגעאנגען מיט זיין רביצין און זיינע קינדער אין קירכע אויף די עלטערע יאהרן, פלעגט ער זיי באגלייטן ביז צו די טיר פון די קירכע, און ער איז קיינמאל נישט אריינגעגעאנגן אינעווענדיג, נאר געווארט זיין ווייב און קינדער אינדרוסן און געכאפט א שפאציר און באטראכט די וואונדערליכקייט פון נאטור.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:46 pm
דורך הקטן
יא ציריק צי דארווין,
וואו האבן מיר נאר געהאלטן?
א יא, שבת אחים איז מסביר וואו אזוי מען זעט פין "אנטיבאטיק רעזיסטענס" אז איין מין קען ווערן א צווייטע -
נו, געגאנגען... זיי מסביר
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:04 pm
דורך שבת אחים
הקטן האט געשריבן:יא ציריק צי דארווין,
וואו האבן מיר נאר געהאלטן?
א יא, שבת אחים איז מסביר וואו אזוי מען זעט פין "אנטיבאטיק רעזיסטענס" אז איין מין קען ווערן א צווייטע -
נו, געגאנגען... זיי מסביר
Wow כבין געפלעפט באמת. דעס איז די קלענסטע קשיא אויף עוואלציע לדעתי, מיט אסאך איגנארענץ. דעס פארשטייסטו אויך נישט? דעס איז קינדערגארטן סייענס. פשוט די ווייערס איז א בעל חי׳ פונקט ווי אלע בעל חי׳ ווען סקען נישט איבערלעבן מעהר ווייל די אנטיביוטאקס הארגענען זיי אויס און די מאסן טוישן זיי זיך זייער פארום און שעפ צו א נייע וויירוס. אדער ווערן זיי אמיונט און צוגעוואוינט צו די מעדיצען און סשאט זיי מעהר נישט- פאר די וואס האבן די נייע mutation אין זייער DNA וואס איז געפראוגרעימט אז די אנטיביוטיק זאל נישט ארבעטן אויף זיי לעבן איבער און געבן איבער פאר זייער offspring א DNA אין די באקטיריע וואס איז resistance צו יענע אנטיביוטיק, און נאר די וואס האבן זוכה געוועהן צו די מיוטעישאן לעבן איבער. דעס איז א חלק פון natural selection. א״ב פון עוואלאציע. אפשר קען לולב הגזול אדער שמערל דיר עס
בעסער מסביר זיין.
פונקט אזוי ווי וויירסוס טוישן זיך-עוואלווען זיך אין אנדערע שעפ אז די מעדיצינען זאלן נישט מעהר ארבעטן. אזוי זעהט מען אין יעדע בעל חי פון גרויס ביז קליין אז סקען זיך טוישן און עוואלווען צו א אנדערע פארום פון לייף, כדאי זיי פראטעקטן פון זייערע predators. צום ביישפיל טוישן די קאליר פון די האר צו ליכטיגער אדער טונקלער כדאי צו פארבלענדן די אויגן און זיי אויסמישן מיט זייער ענווייערמענט ארום זיך. סאיז דא אסאך אסאך ביישפילן און די פאסיל רעקארד באשטעטיגט דאס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:32 pm
דורך קורקלענד
איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט וויאזוי א וויירוס איוואלווט זיך צו א ווארעם, און א ווארעם צו א מייז, און א מייז צו א מאנקי, און א מאנקי צו א האמאסעפיאן?
דאס אז זיי איוואלוון זיך פון שוואכערע צו א שטערקערע ווייזט נישט אויף אז א וויירוס קען זיך איוואלוון צו אן אנדערע ספעשי. אדער אפשר קענסטו ווייזן אז יא?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:47 pm
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט וויאזוי א וויירוס איוואלווט זיך צו א ווארעם, און א ווארעם צו א מייז, און א מייז צו א מאנקי, און א מאנקי צו א האמאסעפיאן?
דאס אז זיי איוואלוון זיך פון שוואכערע צו א שטערקערע ווייזט נישט אויף אז א וויירוס קען זיך איוואלוון צו אן אנדערע ספעשי. אדער אפשר קענסטו ווייזן אז יא?
במשך הונדרעטער מיליאנען יאהרן (למשל ווען פארשידנע נאטירליכע דיזעסטארס איז געשעהן) האבן זיי זיך צוביסלעך גערוקט און אויסגעמישט מיט פארשידנע אנדערע בעלי חי׳ און געווארן א נייע בעל חי׳. פון קאסוב איז געווארן וויזניץ, פון סיגוט איז געווארן סאטמאר, פון צאנז איז געווארן באבוב מיט קלויזנבורג, שפעטער אז מהאט זיך משדך געוועהן מיט א נייע דינאסטיע איז ארויסגעוואקסן א נייע צווייג, פון א געמישטע טשערנאבילער, רוזינער, און צאנזער אייניקל ביינאזאם וואס רופט זיך לאמיר זאגן ״פושטי״ און אז זיינע קינדער און אייניקלעך וועלן סורווייווען און ווייטער אנגיין וועט אין הונדערט יאר ארום זיין א נייע דינאסטיע וואס וועט זיך רופן פושטי, און דער היינטיגער פושטי וועט זיין דער טאטע פון אלע פושטיס-א הייבריד פון אפאר דינאסטיעס וואס ברענגט צום טיש א צאמגעמישטע סעט פון DNA פון אפאר באזונדערע מנהגים און טרעידס.
רוב פון אלע מיני לעבן וואס האט אמאל געלעבט אויף די וועלט אין אלע פארומס פון לייף זענען אויסגעשטארבן לעולם ועד Extinct בלעז. זיי האבן עס נישט געמאכט, ממש 99 פראצענט פון מיני לייף איז א פארגאגענהייט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:55 pm
דורך קורקלענד
דער ניגון קען איך. אבער ווי ווייט איך ווייס האט מען עס נאכנישט איבערגעוויזן אין א לעב. און ער ווארט אז איר זאלט איהם איבערצייגן מיט עווידענס. דערוויילע האט איר מיר אדער איהם נישט איבערצייגט. איך קען אייך זינגן דעם ניגון אז עס איז נישט מעגליך און עס זאל זיין פונקט אזוי איבערצייגנד.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:08 pm
דורך שבת אחים
סאיז פונקט ווי פרעגן וויזאוי ווערט פון א פיצל קינד איבערנאכט א גרויסע טאטע? די ענטפער איז אז ס׳געשעט נישט איבערנאכט סגעשעט במשך צוואנציג יאהר, און פונקט ווי דו קענסט נישט זעהן וויאזוי א מענטש ווערט פיזיש גרעסער ווייל ער וואקסט צושטייטלעך יאהרן לאנג און טוישט זיך נאר א טראפקעלע מעהר און מעהר, די זעלבע איז ביי עוואלציע. אונז קענען נישט במציאות זעהן די פראסעס פון א משך פון מיליאנען יאהרן ווייל מיר לעבן נאר הונדרעט יאהר. משא״כ ביי וויירסוס וואס זייערע יאהרן איז אסאך ווייניגער ווי מענטשליכע יאהרן קען מען זיי זעהן ווי זיי עוואלווען זיך. די ניגון ווי דו רופסט עס איז טאקע געוועהן א ניגון אין דארווינס צייטן, אבער נישט אין היינטיגע צייטן מיט די היינטיגע טעכנאלגיע וויאזוי מפארשט פאסילס און DNA איז ״די ניגון״ באשטעטיגט געווארן אלץ א סייענטיפישע פאקט, עכ״פ לויט די סיינטיסטן און ספעציעליסטן זיכער, און יעדע געלערנטע מענטש אן קיין רעליגעזע בייעסי האלט אזוי. סאיז א חלק פון מאדערן סייענס און מעדיציען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:35 pm
דורך לולב הגזול
קורקלענד האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז ער פרעגט וויאזוי א וויירוס איוואלווט זיך צו א ווארעם, און א ווארעם צו א מייז, און א מייז צו א מאנקי, און א מאנקי צו א האמאסעפיאן?
דאס אז זיי איוואלוון זיך פון שוואכערע צו א שטערקערע ווייזט נישט אויף אז א וויירוס קען זיך איוואלוון צו אן אנדערע ספעשי. אדער אפשר קענסטו ווייזן אז יא?
קיינער האט נישט געזען א ווארעם ווערען א מייז. אויב עפעס ווערט עוואלווד דארך DNA דאמעלטס מיז עס נעמען דורי דורות פאר איעדער קליינע טויש. אפילו פון א פערד צו אן אייזעל מיט קליינע DNA טוישונג נעמט אויך יארען.
קיין איין סייענטיסט וואס איך ווייס פון זאגט נישט אז עוועלאשען איז א must נאר אז לויט ווי עס קוקט אויס האט עס אזוי פאסירט. כ'מיין אז כ'האב געזען דאקינס אליין דאס עקלערען. אויב האבען זיי נישט קיין חזקה פון זייערע עלטערען אז אין אדם מוריש שקר, און זיי קוקען זיך אום אויף וואס מ'ווייסט יא, קוקט אויס ווי מיט קליינע טוישען און מיט מיליאנע יארען קען א מין זיך טוישען צו אן אנדערע מין. דאס האט דארווין איינגעזען בשעתו און היינט מיט DNA און פארגעשריטענע dating טעכנעלאגיע קוקט עס מער אויס אזוי.
אויב א טשימפאנזי מיט אונז האבען 98% דער זעלבע DNA און DNA קען זיך אמאל טוישען לתועלת, איז ווי שווער איז צו פארשטיין וואס זיי טענה'ן? אונזער וועלט קוקט אויס אזוי ווי עס וואלט געווען מיליאנען יאר אלט און עס קוקט אויס ווי מינים וואלטען זיך געקענט דעוועלאפען דארך שטייטע טוישען. נאך מער, כמעט איבעראל ווי מ'גראבט קוקט עס ווייטער אויס ווי טאקע, עוועלאשען איז געשען.
ס'מיינט נישט אז אזוי איז עס טאקע געשען. קיין איינער האט עס נישט ריקארדעד און קיין איינער קען נישט זאגען ער האט עס געזען. דער פאסיל רעקארד איז ווייט פון א דבר השלם. (די DNA רעקארד איז אביסעל א שטערקער טענה מיין איך).
ווען נישט מיר האבען א מסורה אויף פארקערט (לאו דוקא אונז, אויך רוב ערליי קריסטען, מוסלעמענער און מסתם נאך אסאך אנדערע) וואלטען אונז אלע עס לכאורה אנגענומען. נאר אונז האבען דאך א מסורה מיט אן אמונה. איך מיין נישט, ח"ו, אז דער קשיה איז גענוג אויף אפצופרעגען דער תורה, דאס איז קלאר אז דער וואס וויל גלייבען און דעם עוועלאשען און אויך גלייבען און באשעפער באמונה שלמה קען עס זייער גרינג טוהן. איך אליין קען גענוג חניאקישע אינגערלייט וואס זענען יוצא ידי שניהם.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:20 am
דורך הקטן
שבת אחים האט געשריבן:פונקט אזוי ווי וויירסוס טוישן זיך-עוואלווען זיך אין אנדערע שעפ אז די מעדיצינען זאלן נישט מעהר ארבעטן. אזוי זעהט מען אין יעדע בעל חי פון גרויס ביז קליין אז סקען זיך טוישן און עוואלווען צו א אנדערע פארום פון לייף,[???] כדאי זיי פראטעקטן פון זייערע predators. צום ביישפיל טוישן די קאליר פון די האר צו ליכטיגער אדער טונקלער כדאי צו פארבלענדן די אויגן און זיי אויסמישן מיט זייער ענווייערמענט ארום זיך. סאיז דא אסאך אסאך ביישפילן און די פאסיל רעקארד באשטעטיגט דאס.
געב א קוק, מיינע קינדער האבן אלע איוואלוועד פין מיר, איינעם רינט די נאז מער איינער ווייניגער
איינער קוקט אויס אביסל אנדערש וואו דער צווייטער
איינער איז א ווישנצער און איינער א סאטמערער, אבער זיין זענען אלע פין די זעלבע form of life
איך האלט אויך און איין איוואלווען, א טאג בין איך מער אויסגעשטעלט צי כאפן א cold און איין טאג ווייניגער
אז איך האב געמאכט עקסערסייז האב איך מער מאסעלס
איך האב נעכטן געהאט מאסעלס היינט האב איך מער
ווען איך האב געהאט ווייניגער מאסעלס איז מיין חבר געווען שטערקער פין מיר, היינט בין איך שטערקער פין עם.
פארוואס לויפסטו דווקא צי ווייראס? עם איי מיסינג סאמטינג?
מיט וואס איז ווייארס אנדערש וואו מיינע מאסעלס?
די ענזיים וואס איז נעכטן געווען איז אויך דא היינט, אמאל איז דאס מער און אמאל ווייניגער,
גארנישט ניי איז דא ציגעקימען
דו ברענגסט א ראיה אז עוולאשען קען גיין און די
לענג (מאקרא, טויש פין מין צים צווייטען) והא ראיה ס'קען דאך גיין און די
ברייט (מייקרא, קליינע טוישענגען אין דעם זעלבע מין, וואו דער משל פין א ליכטיגער קאליר צי א טינקעלע קאליר )איז דאס א fallacy?
דו האסט א
תירוץ פארוואס דו קענסט נישט באווייזען אז א virus זאל זיך טוישן צי אן
אנדערע סארט באשעפעניש, ווייל עס נעמט צו צו לאנג
איך פארשטיי און האב מיטלייט, אבער א
[b]תירוץ [/b]וואו גוט ס'זאל נאר נישט זיין איז נישט קיין
ראיה!
לולב וויל עפעס זאגן אז די גאנצער וויירעס געשעפט איז טאקע נישט קיין ראיה נאר ס'איז בדרך אפשר, קען זיין אז ס'קען געשען, קען אויך זיין אז ס'קען בכלל נישט געשען ווייל קיינער האט דאס נישט געזען.
דו האלסט אויך אזוי?