בלאט 9 פון 12

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:40 am
דורך שבת אחים
ראשעקאל האט געשריבן:שבת, אינטערסאנט אז רוב מיליטער לייט זענען ריפאבליקענס


קען זיין אז יא און קען זיין אז נישט, דאס איז נישט די פוינט! א נארמאלע לאנד לייגט נישט אריין זייערע אייגענע מיליטערלייט אין געפאר נאר אז מ׳האט נישט קיין אנדערע ברירה!!!און דא האבן אונז א אנדערע ברירה זאל די מעכטיגע ׳אייראפיען יוניאן׳ וואס פליט אין ספעיס זיך אליינס א עצה געבן דאסמאל קעגן די דרייסיג טויזענט צוריקגעשטאנענע טראבלמעיקארס מיט זייערע קעמלעך און 1960 פּיקאופּ טראקס. מיט די הילף און שטיצע פון אמעריקא. זיי זענען אטאקירט געווארן נישט אונז! אונז האבן שוין גענוג געהאט פון די גארביטש פרעג די אלע צעהן טויזנט עלטערין וואס קלאגן אויף זייערע קינדער וואס זענען קיינמאל נישט אהיימגעקומען פונעם שלאכפעלד אין איראק און אפגאניסטאן! און די אנדערע צעהן טויזנט וואס זענען יא אהיימגעקומען אבער ליידער צוקלאפט אויף שטיקער.

Re: אייסיס נייעס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 9:03 am
דורך גר ותושב
BREAKING: New ISIS video warns countries striking Syria will suffer France's fate, threatens attack in Washington.
וועלכע צודרייטע לאנד ווארט צו ווערן אטאקירט אנשטאט צו אטאקירן פארדעים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 9:18 am
דורך שבת אחים
דעס איז פונקטליך וואס די טעראריסטן ווילן! זיי ווילן אריינשלעפן אמעריקא אין די מלחמה! וויסענדיג אז אויב אמעריקא ווערט אריינגעשלעפט אין דעם וועט עס מעהר אפשוואכן די אמעריקאנע כוחות אין איראק און אפגאניסטאן. נאך א מזל אז אבאמא איז פרעזידענט! ווען מיט ראמני וואלט געוועהן פרעזידענט וואלטן שוין לאנג יעצט געוועהן אמעריקאנע שטיוועל אין ליביע סוריא איראן איראק תימן רוסלאנד אוקריינא גרוזיע און ווי נישט?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:02 am
דורך ישראל קאפקע
אמעריקאנער פליגער האבן באמבארדירט הונדערט דאעש אויל טראקס אין סיריע, היינט מאנטאג. דאס איז דאס ערשטע מאל, זינט אמעריקע האט אנגעפאנגען צו באקעמפן דאעש/אייסיל, וואס אמעריקע אטאקירט אייסיל'ס הויפט געלט קוואל.

http://mobile.nytimes.com/2015/11/17/wo ... l?referer=

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:09 am
דורך שבת אחים
און פאריגע וואך האט אמעריקא געהארגט איינע פון זייערע פירערס Jihadi John.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:15 am
דורך שבת אחים
Obama asks more nations to step up in fight against ISIS

http://www.cbsnews.com/news/obama-asks- ... inst-isis/

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:31 am
דורך גאנצל
גר ותושב האט געשריבן:BREAKING: New ISIS video warns countries striking Syria will suffer France's fate, threatens attack in Washington.
וועלכע צודרייטע לאנד ווארט צו ווערן אטאקירט אנשטאט צו אטאקירן פארדעים


דאונט ווארי אבאמא גייט גארנישט טון דערצו איי ס'קען געשען נע ס'וועט נישט ווייל אייסיס פארשטייט אז די גאנצע מלחמה אין איראק האט זיך נאר אנגעהויבן וועגן בוש און בכלל וועט אייסיס דאנקבאר זיין אבאמא פאר'ן ארויסציען אלע טרופן פון איראק און לאזן אייסיס זיך בעסער בויען אויך וועלן זיי דאנקבאר זיין אז אבאמא האט אוועק געקוקט פון אלע זייערע שחיטות וואס זיי האבן אפגעטון ווייל ער גייט נישט פייטן אייסיס נאר נאכדעם וואס זיי וועלן אטאקירן א האלבע וועלט

און אפילו ס'וועט יא געשען עפעס וועט דאך אבאמא נישט שפעקולעיטן

יו דער אבאמא פירט אונז אזוי גוט אין דער ערד אריין ווואו

די ווייטיג איז אבער אז אותנו עזבו לאנחות

זאל דער אויבערשטער האלטן די רעכטע האנט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:45 am
דורך שבת אחים
למשל מיט וואס? אז ער האט צוריק געשטעלט אמעריקא אויף די פוס נאכן די נערישע מלחמות פון דעם צודרייטן בוש און טשעני? אמעריקא שטייט אסאך בעסער אין יעדע הינזיכט ווי מ׳איז געשטאנען אכט יאר צוריק, דו זאג וואס אבאמא האט חרוב געמאכט אמעריקא און איך וועל דיר צייגן ״פאקטן״ מיט וואס אמעריקא שטייט היינט בעסער ווי ביי בוש טשעני, דיעל?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:35 am
דורך גאנצל
צוריק געשטעלט אמעריקא אויף די פיס ? יא יא פאריז האט אויך אזוי געמיינט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:50 am
דורך שבת אחים
גאנצל האט געשריבן:צוריק געשטעלט אמעריקא אויף די פיס ? יא יא פאריז האט אויך אזוי געמיינט


ווי קומט אמעריקא מיט פאריז, כפארשטיי נישט וואס דו רעדסט בכלל! אמעריקא איז היינט בעסער עקאנאמיש ווי מיט 12 יאר צוריק? א גאלן געז קאסט 2 טאללער? די אמעריקאנע אויטא אינדאסטרי לעבט? מענטשען האבן היינט מעהר דזשאבס ווי אמאל? unemployment ראטע איז אסאך נידריגער ווי ביי בוש? אמעריקא איז נישט אריינגעמישט אין קיין מלחמות? מעהר מענטשען ווי אייביג זענען געדעקט מיט העלט אינשארענס? מ׳האט זיך איבערגעבעטן מיט אונזער שכן קובא? קיין איין לאנד אריינגערעכענט איראן איז נישט געגאנגען נוקלעאר אין אבאמא׳ס צייטן, וכו׳ וכו׳. יא אבאמא האט צוריק געשטעלט אמעריקא אויף די פוס צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:57 am
דורך גאנצל
ווי זאגט יענער אמעריקא איז נישט אין מלחמה מיט אייסיס אבער אייסיס איז אין מלחמה מיט אמעריקא

צווישן אלע דיינע מעלות ווי גוט אמעריקא שטייט האסטו פארגעסן אויסצורעכענען אז מ'האט שוין צוויי מאל אדער מער געהעכערט דעם דאך

אמעריקאס דעבט איז העכער ווי ס'איז געווען און די קרעדיט רעיט נידריגער



זשאסט טו בי קארעקט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:49 pm
דורך שבת אחים
אוואדי אז מ׳האט געדארפט באצאלן די אלע חובות וואס די פריערדיגע אדמינסטראציע האט אנגעמאכט, זיך אפצווישן פון די קאקעריי וואס די רעפובליקאנער האבן אנגעקאקט. מיט וואס האט אבאמא געגלייגט אמעריקא אין דער ערד קענסטו נאכאלץ נישט אנווייזן נאר בעבעלסט סתם נאך מקוה וואסער, דער אבאמא! א שווארצע שוטה .... קום מיט הארטע פאקטן ! סתם רעדן אינדערוועלט אריין קען איך אויך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:14 pm
דורך גאלד
אבאמא האט פרובירט צו פארעכטן בוש'ס טעות מיטן באגיין נאך א גרעסערע טעות,
די וועג וויזוי אבאמא איז אנטלאפן פון איראק כל עוד בו נשמתו,
מיט א גרויסע מודעה פאר די גאנצע וועלט פונקטליך ווען און וויפיל אזייגער ער גייט ארויס
איז פונקט ווי ער זאל שיקן א אינוויטעשן צו על-קאידא,
זיין חשבון איז געווען אז אויב ארבעט זיך א עס אויס איז דאך גוט, אז נישט וועט מען אלעס ארויפווארפן אויף בוש,
אבאמא ציטערט צו גיין צו ווייט פשוט שמא יאמרו הבריות אז אמעריקע גייט "נאכאמאל אריין און איראק"
איי וואס הייסט "נאכאמאל"?
ס'עפעס א גזירה שוה "איראק איראק"?
ס'דאך אינגאנצן אן אנדערע רעיון,
דעמאלטס איז עס געווען א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וועפנס אוו מעסס דעסטראקשן, וואסי נישט געשטויגן און נישט געפלויגן,
אבער יעצט רעדט מען פון קעפ האקערס די זעלבע ווי די סעפטעמבער אילעווען טעראריסטן,
דאס איז נישט קיין פעלערהאפטיגע שפיאנאזש וואס נעבעך קאלין פאועל האט געבלאבעלט אין די יו ען,
דאס שפילט זיך אפ פאר יעדען, די גרויליקע שחיטות און זייער בעוועגונג צו אנזייען רציחות בכל קצבי תבל,
הן הנה די שורש פורה ראש ולענה,
און מ'זיצט מיט פארלייגטע הענט,
פארוואס?
ווייל בוש האט נישט געדארפט אינוואדירן איראק.
מסכים. איז וואס?

די לעצטע 2 פרעזידענטן ארבעטן מיט עמאשן אן קיין שכל, ס'א ווייטאג,

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:30 pm
דורך שבת אחים
אמעריקא האט נאך אלץ א קארגע 1000 סאלדאטאן אין איראק! אויך צו אסאך! אבאמא האט גאר גיט געטוהן מיטן אפפיצן פון דארט! וואס פארא שווארץ יאר האבן אונז פארלוירן דארט??? וואס ברענגט דעס פאר די אמעריקאנע בירגער? גארנישט! נאר קאפ וויי!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:38 pm
דורך גאנצל
גאלד ווי איז דיין הארדווער געשעפט

אלס טרעפסטו די גוטע נעגל טו נעיל איט דאון

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:41 pm
דורך גאנצל
שבת אחים האט געשריבן:אוואדי אז מ׳האט געדארפט באצאלן די אלע חובות וואס די פריערדיגע אדמינסטראציע האט אנגעמאכט, זיך אפצווישן פון די קאקעריי וואס די רעפובליקאנער האבן אנגעקאקט. מיט וואס האט אבאמא געגלייגט אמעריקא אין דער ערד קענסטו נאכאלץ נישט אנווייזן נאר בעבעלסט סתם נאך מקוה וואסער, דער אבאמא! א שווארצע שוטה .... קום מיט הארטע פאקטן ! סתם רעדן אינדערוועלט אריין קען איך אויך.


בקיצור אין אדער ווארדס

צו פארווישן די פריערדיגענס טעות אין פארען פאליסי דארף מען מאכן ערגער די מצב און לאזן אייסיס וואקסן

צו באצאלן דעם פריערדיגנס חובות דארף מען מאכן נאך

וכו' וכו'

וואס פאר אגעלונגענע פרעזידענט

ס'איז שלעכט לאמיר מאכן נאך שלעכטיר אבער איך שטיי גוט ווייז מיר אן ווי נישט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:42 pm
דורך שבת אחים
מיט וואס האט אבאמא געטוהן א טעות ? מיטן ארויסגיין פון א מלחמה וואס אונז האבן בכלל נישט געדארפט דארט זיין מלכתחילה? די איראקער פאלק דארף אונז נישט האבן דארט! זיי ווילן נישט אז מיר זאלן זיין דארט! און ווילאנג זייער נערישע רעליגיע וועט אנגיין וועלן זיי זיך אייביג הארגענען צווישן זיך , די מלחמה צווישן די סוניס מיט די שיאהייטס וועט נאך אנגיין פאר א לאנגע צייט! אונז שטייען נאר אין זייער וועג, מיר דארפן זיך נאר אנלאנען אויפן פאטל מיט פאפקארן פעטעיטע טשיפס און ביר און וואטטשען די שוי...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:42 pm
דורך גאלד
איראק - "סאדאם חוסיין" האט מען טאקע גארנישט געהאט וואס צו זוכן
איראק - "אייסיס" האט מען אלעס וואס צו זוכן,

די פראבלעם איז אז מענטשן זענען אזוי פארדומט אדער טראמאטייזט אז מ'האט נישט די מוח צו מבחין זיין בין יום ובין לילה,
מ'הערט איין ווארט "איראק" און דא ענדיגט זיך עס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:47 pm
דורך שבת אחים
אמעריקא קען נישט אויסרייסן יעדע שלעכטע ווינקל פון די וועלט. מ׳קען נישט! פונקט ווי די איזרעיליס קענען נישט נאך זעכציג יאר זיך א עצה געבן מיט די חיות און זיי האבן צוטוהן מיט די זעלבע נערישע עקסטרימיסטן פאר די לעצטע 60 יאר ס׳איז אין לדבר סוף! הארגעסט איינעם וואקסט אינטער א צווייטער חכם! און צווייטענס אמעריקא איז נאך בכלל נישט ארויס פון איראק זיי האבן נאך דארט כמעט 1000 סאלדאטאן, עד מתי?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:56 pm
דורך גאלד
עד מתי?

לעולם ועד!

דאסי פונקט ווי איינער זאל פרעגן וויפיל איז די שיעור פון עסן?
יעדן טאג, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, ווער האט כח דערצו?
ר' איד, מוזט נישט, אבער אויב ווילסטו לעבן דאן העסטו מוזן עסן לעולם ועד,

נאכאמאל! די רעדע איז שוין לאנג נישט צו פארעכטן איראק, אי משום הא בין איך אינגאנצן מיט דיר,
די רעדע איז צו אויסראטן אונזערע שונאים העומדים עלינו לכלותינו,
מ'ברויך זיי נאכלויפן בארבע כנפות הארץ, און זיי עוקר מן השורש זיין
לעולם ועד,

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:59 pm
דורך שמעקעדיג
שבת אחים האט געשריבן:אמעריקא קען נישט אויסרייסן יעדע שלעכטע ווינקל פון די וועלט. מ'קען נישט!

ריכטיג, אבער טאמער די די שלעכטע ווינקל שטעלט אונז אין סכנה, דאן מוז מען מקיים זיין הבא להרגך השכם להרגו.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:05 pm
דורך שבת אחים
דערווייל שטעלט עס אונז נישט אין קיין סכנה, די אמעריקאנער געבן אויס טריליאנען אין אינטעלעדשענס און שפיאניארן נאך די חברה, אויב איינער איז באמת א סכנה פאר אמעריקא איז עס לכאורה נארט קארעא נישט אייסעס.

למעשה איז אמעריקא נאכנישט אטאקירט געווארן אויף אמערקאנע ערד זייט אבאמא איז פרעזידענט! יא אדער ניין? דעס מיינט א סכנה?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:06 pm
דורך גאלד
באסטאן מערעטאן