בלאט 9 פון 11
נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 6:56 am
דורך פלעין יודיש
וואס איז פשט אז אפילו די אייוועלטניקעס האבן נאכנישט די שבועות אויסגאבע, ווייסט איינער ווי מקען עס יא זעהן אנליין?
נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 2:47 pm
דורך קורץ און שארף
behaloischu
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:18 pm
דורך קורץ און שארף
פרשת שלח
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:28 pm
דורך קאמענטירער
37.JPG
איך האלט אז דאס ברעגט ארויס דאס פונקט פארקערטע, ''וויילל'' ער האט זיך אויסגעקליבען -היא נותנת אז- ער גלייכט עס אפילו סאיז שווער,
גענוג מענטשען צורייסען זיך מיט ארבעט און סאיז נישט דא וואס ארויפצוקוקען אויף דעם נאך אלעם איז עס זייער דיסיזשאן\בחירה
(כרעד די חלק אים מחשיב זיין, אז ער האט זיך אויסגעקליבען יידישקייט)
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:28 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:דראמא גלייך איך, אבער אן בלוט פארגיסן.
אויך וואלט איך הנאה געהאט ער זאל זיך האלטן ביי $5.00, און נישט כסדר ארויפגיין. יעצט האלט עס שוין ביי $7.50.
אבער דא רעדט מען דאך פונעם טריביון, העמיר לאזן די דרשות פונעם שטערן וואו עס באלאנגט.
און רייזמאנ'ס קעיקס מעג יא ארויפגיין אין פרייז, שטענדיג...אלעס ווענדט זיך ווילאנג דער עולם לאזט זיך. און וויפיהל מ'איז גרייט צו צאללן פאר שוואכע קוואליטעט...!
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 3:24 pm
דורך קורץ און שארף
פרשת קרח
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 3:50 pm
דורך ליפא
געהערט פון איינעם in the know אז טריביון פארקויפט נאנט צו 20 טויזענט שטיק וועכענטלעך. אויב אמת איז עס טאקע די מערסט פארשפרייטסטע זאך
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 7:21 pm
דורך קורץ און שארף
פרישוואסער
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 10:23 am
דורך שמעקעדיג
דער טריביון, אויסער וואס כ'קען שוין לאנג נישט פארנעמען זיין סטיל פון מספיד זיין לעבעדיגע מענטשן (ווי די וואך מיט הרב פרישוואסער), ווערט עס כסדר ערגער אין פארשידענע הינזיכטן.
פארפעסטעט מיט טעותים, דאס איז שוין א אלטע פראבלעם, קוקט נישט אויס עס זאל זיך בעסערן אין דער נאנטער צוקונפט. (זעה אונטן 2 דוגמאות פון די וואך).
א שטיק צייט צוריק האט ער אנגעהויבן באשרייבן "חכם עדיף מנביא", ווערטלעך פון סאטמאר רב ז"ל. אנהייב איז עס געווען גאנץ אינטרעסאנט (הגם באקאנט פאר יעדן סאטמארן). לעצטנס האט זיך די סטאק פון ווערטלעך אויסגענוצט, און די לעצטע חודש-אנדערטהאלבן שטופט ער אריין אזעלכע א.ג. ווערטלעך וואס איז בכלל נישט אינטרעסאנט, אבי געזונט, עס האט נישט קיין פשט אפילו נאכצוזאגן, אבי אנצופילן דעם בלעטל. ער מעג שוין סטאפן מיט דעם קאלום.
די וואך האט ער א באשרייבונג פון די מאפיא, ווי אזוי עס ארבעט. טאקע זייער וויכטיג פאר מיינע קינדער (און פאר מיר). פארשטייט זיך אז ער שרייבט מאקסימום נאר איין בלאט, און אפגעזען ווי אינטרעסאנט עס איז, ענדיגט זיך דער ארטיקל ביים סוף בלאט, לאזנדיג דעם ליינער מיט אן ארויסגעשטעקטן צונג...
דא האט איר 2 גראבע טעותים פון דער וואך. ווי געשריבן, איז דאס בכלל נישט קיין זעלטענע פאל.
.
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 10:39 am
דורך גראף
@שמעקעדיג איך מיין אז האסטעל איז יא ריכטיג נאר מסתם האט ער נישט גענומען געלט פון די פליטים. אפשר האט איינער געצאלט דערפאר. אדרבה אפשר ווייסט איינער מער היסטאריע פון די פליטים אין ענגלאנד.
![בילד](http://uploads.tapatalk-cdn.com/20160722/9742f68df92ab7a08330572fc55b33c9.jpg)
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 10:54 am
דורך שמעקעדיג
א דאנק, גראף.
טעות לעולם חוזר, אבער איך מיין אז 95٪ פון אונזער ציבור פארשטייט נישט וואס דער ווארט מיינט. איך האב געמיינט אז ער וויל שרייבן 'האטעל'.
סארי מר. טריביון!
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 12:04 am
דורך א איד
ווען איך האב עס געליינט, האב איך געטראכט דאס איז עפעס אן ענגלישער ווארט, בערך ווי האאט, און לארי, נאר איך פארשטיי עס נישט.
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 12:09 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. איך האב געוואלט קאמענטירן איבער דעם ווארט ..."האסטעל"...וועלכער שיינט לכאורה צו זיין א טעות. אבער איז א אפט-באנוצטע ווארט אין ענגליש. נאר כבר קדמוני אחר. מאן אחר. גראף, אין דעם פאל. אבער דיינע אנדערע הערות איבער דעם נארישן בלעטל וועלכער רופט זיך ...אידישער טריביון"... זענען ריכטיג. איך קויף עס לעצטנס נישט. ס'איז אבער אינטרעסאנט דער פאקט אז זיי האבן אנגעהויבן בערך איין צייט מיט'ן מאמענט. און דער מאמענט האציך ב"ה שיין ארויפגעארבעט. די סיבה איז לפענ"ד ווייל זיי האבן נישט קיין אריגינעלע שרייבערס וועלכע שרייבן ארטיקלען וואס דער עולם איז אינטרעסירט צו ליינען. רוב פון זייער סחורה איז ..."געבארגט"... פון אנדערע מקורות, און ניטאמאל גוט צוגעפאסט אדער איבערגעזעצט. מ'קען נישט אפנארן די וועלט. ס'דערקענט זיך אז זייער סחורה איז נישט אריגינאל...!
אפילו זייער סלאגאן אויפ'ן שער בלאט איז אויך נישט געשריבן לפי כללי הדיקדוק פון אידיש. למשל די שורה..."די מערסטע פארשפרייטסטע" וואכנבלאט איז פעלערהאפטיג . ס'וואלט געדארפט צו שטיין..."די מערסט-פארשפרייטע". ווייל דאס ווארט ..."פארשפרייטסטע" זאגט שוין אז זיי זענען די מערסטע...
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 11:51 am
דורך מודיעין
שמעקעדיג האט געשריבן:דער טריביון, אויסער וואס כ'קען שוין לאנג נישט פארנעמען זיין סטיל פון מספיד זיין לעבעדיגע מענטשן (ווי די וואך מיט הרב פרישוואסער), ווערט עס כסדר ערגער אין פארשידענע הינזיכטן.
.
די טענה פון מספיד זיין לעבעדיגע מענטשן, פארשטיי איך נישט (שטייצעך אחוץ אויב דער קרבן איז נישט מסכים) ווייל עס איז דא מענטשן וואס דאס איז זיי זייער אינטערעסאנט. און ווי אויך אין אונזער אכסניא איז פארהאן א ספעציעלע מדור אנשי שם, מספיד צו זיין את החיים ואת המתים, (וואס איז באמת זייער אינטערעסאנט), איך ווייס נישט פונקטליך די חילוק פון א פארום ביז א פאפירענע אויסגאבע, וביותר אז דער פאפולערער וועקער האט אויך אריינגעלייגט די באשרייבונג אויף הגרא"מ רוטנער שליט"א ומאי שנא אלו מאלו?
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 11:56 am
דורך [NAMELESS]
זייער פשוט. אין קאווע שטיבל עקזיסטירט נישט אזא מושג ווי 'עין הרע', משא"כ אין גאס. וכידוע מאחז"ל מאן דלא קפיד וכו'
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 2:37 pm
דורך קורץ און שארף
פרישוואסער באטראכט דעם טריביון......
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:29 am
דורך שמעקעדיג
נאך אפאר גרייזן די וואך, אלעס אין איין ארטיקל
לא יאומן
.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:32 am
דורך שמעקעדיג
און די בעסטע צום סוף....
.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:40 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: דא רעדט מען פון 2 סארטן טעותים. איינס: א טעות הדפוס. וואס מ'רופט אויף ענגליש..."טייפאו". דאס קענמען מתקן זיין דורך בעסער עדיטן. די צווייטע איז א טעות/ים מכח עם הארצות. אויף דעם העלפט נישט עדיטן. אויב דער עדיטאר איז אן עם הארץ אין אידישקייט אדער אין מילי דעלמא...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 3:01 pm
דורך קורץ און שארף
רבי חיים יענקל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:33 pm
דורך קאמענטירער
איך בין נייגעריג צו זיי נעמען רשות פון יענעם וועמען זיי זענען מספיד
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 9:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פרישוואסער'ס האסטעל איז געווען ברייט באקאנט. מיין זיידע איז דארט געווען און רי"מ האט איהם געשיקט אין ישיבה און חתונה געמאכט, זייענדיג פון די פיאנירען וואס זענען געגאנגען אין כולל אין יענע טעג.
אינטרעסאנט אז דער בילד האבען זיי געמאכט פון די 'שוואכערע ברודער'. ר' שלמה איז א שיינע ת"ח און א רעדנער
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 10:47 am
דורך קאמענטירער
@ליטוואק ווער איז רי''מ?
אין א סייד נאוט אלטס איינער וואס איז נישט צופיל באקאנט מיט די פרישוואסערס האב איך נישט געקענט כאפען פון די ארטיקעל פון וועלעכע ברודער זיי האבען גענומען די בילדער פון דער בעלבעתישער אדער פונעם לערנער...