בלאט 9 פון 23
Re: דער אייוועלט אשכול
נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 3:07 pm
דורך גראף
איך אויך האט געשריבן:א
אשכול איבער קויפן פילן אנליין פאר ED און PE.
פאר כ''ג, וואס מיינט דעס?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 3:44 pm
דורך איך אויך
כוח גברא= erectile dysfunction.
נשלח: מאנטאג מאי 15, 2017 6:12 pm
דורך קאווע טרינקער
וואו זיצט מען שבעה?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:10 am
דורך newkave
דער עוילעם אין אייוועלט איז ווילד. סנישט דא קיין מעגליכקייט צו קויפן טיקעטס צום אונטערן שפיל.
צוקערמאן סטראשעט מיט סועסייד.
קיקיון זאגט אז ער וועט זיי ווייזן, און נישט ברענגען זיין אור אייניקלעך.
מיללער זאגט אז טאמער וועלן זיי אדווערטייזן זיין מוירעישעס, וועט ער זיין אויף זייער זייט אזויווי ביי די מאמענט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:32 pm
דורך diff
@מנשה פארפירט דארט אז מטארניש גיין צו פליעס אלס חוקת הגוי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:10 am
דורך איסר האטלקי
אויב קקיון ברענגט נישט אלע זיינע איר-אייניקלעך - וואס אגב האט ער יעדן מאנטאג נאכאיינס - זענען זיי טאקע אויף צרות
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 12:03 am
דורך תנחום
חכמי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען מטכס עצה צו זיין ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט'ן קאווע שטיבל שוואגער ביים חנוכה פארטי
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 3:00 am
דורך קאצקע ציקער
דער אשכול האט שוין צוויי בלעטער איך זאג נביאות ביי מארגן איז שוין דא אכט בלעטער
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 6:26 am
דורך איסר האטלקי
תנחום האט געשריבן:חכמי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען מטכס עצה צו זיין ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט'ן קאווע שטיבל שוואגער ביים חנוכה פארטי
כ'האב געבראכן קאפ וועלכע שוואגער ס'איז געווען דער מחוצף...
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 5:05 pm
דורך צפור בודד
תנחום האט געשריבן:חכמי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען מטכס עצה צו זיין ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט'ן קאווע שטיבל שוואגער ביים חנוכה פארטי
וואס איז דען דא צו דעבאטירן? הלעיטהו לרשע וימות, הקהה את שיניו, מעלין ולא מורידין, דינו בשריפה, סטראשע דעם שווער אז טאמער קומט יענער קום איך נישט. פעלט עצות?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 6:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א ניק דארט, לכאורה א לץ, מיט'ן נאמען 'מתון מתון', עיי"ש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:17 am
דורך שמעון וואלף
די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...
דאס צביעות שרייט עד לב השמים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:37 am
דורך קאצקע ציקער
פארוואס?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 4:00 am
דורך לבי ובשרי
תנחום האט געשריבן:חכמי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען מטכס עצה צו זיין ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט'ן קאווע שטיבל שוואגער ביים חנוכה פארטי
דאס איז פאר אונז א חיזוק אז ק"ש לעבט אויף אלע באקן (?)
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 6:46 am
דורך איסר האטלקי
שמעון וואלף האט געשריבן:די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...
דאס צביעות שרייט עד לב השמים
פאר דיין אינפארמאציע, ראבינאוויטש האט בעיקר געהאקט אויף 'סמארטפאונס', נישט אזוי ווייט אויף אינטערנעט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:16 am
דורך ונתנהתוקף
איסר האטלקי האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...
דאס צביעות שרייט עד לב השמים
פאר דיין אינפארמאציע, ראבינאוויטש האט בעיקר געהאקט אויף 'סמארטפאונס', נישט אזוי ווייט אויף אינטערנעט.
דאס איז ווייל סמארטפאנס ניצט מען צו כאפן בילדער פין רעביס ווען זיי עסן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:20 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...
דאס צביעות שרייט עד לב השמים
געפעלט מיר ווי איינער דארט שרייבט אז איינער וואס ניצט אינטערנעט שלא לצורך פרנסה קען טאקע ליידער נישט פארשטיין די גדלות פון ראבינאוויטש..... און דאס שרײבט יענער אויפן אינטערנעט שלא לצורך פרנסה....
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 11:07 am
דורך גדליה
איסר האטלקי האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...
דאס צביעות שרייט עד לב השמים
פאר דיין אינפארמאציע, ראבינאוויטש האט בעיקר געהאקט אויף 'סמארטפאונס', נישט אזוי ווייט אויף אינטערנעט.
זיין עיקר מערכה איז געווען קעגען די טעקס מאשינען.
איינמאל האט ער גערעדט ביי מיין מנין קעגן טעקס און כבין אזוי מתפעל געווארן אז אויפן ארט האב איך ארויסגענומען מיין טעקס מאשין און צובראכען. נישטא קיין טעקס מער!
איי וועלט ציטאט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:02 pm
דורך לבי ובשרי
יידישע קהילות האט געשריבן:לאמיך אראפברענגען עטליכע פון זיינע פנינים. נאר די לייכטערע.
- "נישטא קיין שום סיבה אנצוהאלטן מנהגים בלויז ווייל פריערדיגע האבן זיך אזוי ג'פיהרט. זיי האבן ג'טוהן זאכן וואס איז זיי געווען געשמאק, מיר טוהן וואס איז אונז געשמאק"
- "איך וואלט נישט גקענט מקריב זיין א קרבן, נעמען א אומשולדיגע בהמה און הרג'ן ווייל איך וויל אזוי?"
- "דער רבי ר'... (זי"ע - איינער פון די גרויסע חסידישע ריזן פון דריטן דור תלמידי הבעש"ט זי"ע) איז אין מיינע אויגן גארנישט מער און גארנישט ווייניגע ווי דער ר.... רבי שליט"א פון ירושלים און און דער ס... רבי שליט"א פון בארא פארק. (ער מיינט נישט אז די צוויי היינטיגע רבי'ס זענען אזוי גרויס ווי יענער, וק"ל.
- "אסאך פארצייטישע רבי'ס זענען געווען עמיהארצים גמורים!"
- "קיין שום עוולה צו לערנען ספרים פון מזרחי'סטישע רבנים, זיי זענען פונקט אזוינע ערליכע יידן ווי דו און דיינע רבי'ס. די גאנצע מחלוקה איז איבער כבוד און געלט".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:07 pm
דורך איסר האטלקי
נאך יארן וואס אונז האבן דא דעם אייוועלט אשכול, האבן זיי דערלעבט א קאווע שטיבל אשכול! שהחיינו.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:40 pm
דורך גדליה
עס קיקט מיר אויס ווי די זעלבע מענטשען שרייבען אויף אייוועלט און קאווע שטיבעל. דארט שרייבט מען פרום און דא שרייבט מען אויפגעקלערט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 1:52 pm
דורך היכי דמי
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:41 pm
דורך איסר האטלקי
שוין לאאאנג פארמעקט...