בלאט 9 פון 214

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
די באשעפער האט ליב א צובראכן הארץ, וועגן דעם לייגט מען דיר אויפן ארון קודש. חזק!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 5:50 pm
דורך אויסגערוט
שלום עליכם

איך בין אויסגערוט פשוטו כמשמעו. איך האף עס דא צו פארטיילען אויף א ברייטע פארנעם פאר אלע אידן אינעם שטובל וואס שטייען אויף מיד

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 5:53 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין די ערשטע אין די ליין

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:47 pm
דורך משיב לשואל
א גוטן
אני הקטן בין אמאל געווען א משגיח אין א ישיבה אין ניו יארק. בחורים האבן געהאט צוטרוי אין מיר און געפילט זיכער אז מ'קען מיט מיר רעדן איבער אלעס. איך בין געווארן א אוזן קשבת, ימין מקרבת, און א סבר-פנים-יפות, אזוי ארום אז בחורים וואס האבן זיך געעפענט פאר מיר זייער אינערליכע געפילען און זיך געטרויט צו פרעגן פארשידענע שאלות, פון אמונה ביז חסידישע פאליטיק. גדיים נעשו תיישים, און איך באקום אימעיל'ס פון יוצאי הישיבה, אינגעלייט, וואס פרעגן מיך אן פון צייט צו צייט על דא ועל הא.
פון פראקטיק, און למען ה'קלארקייט, איז מיר אויסגעקומען אז די שו"ת זאלן ווערן אויסגעשמועס בכתב. במשך הזמן איז מיר אויסגעקומען צו שרייבן גאר אסאך בריוו, אין אידיש און אין לשון הקודש.
---
נישט לאנג צוריק האט זיך די אינטערנעט בכלל, און קאווע שטיבל בפרט (דורך א שואל), אנטפלעקט צו מיר, און איך בין נבהל ונשתומם ווי רייך די וועלט איז מיט געלונגענע אינגעלייט, שרייבער'ס, ידענים, לצים און סתם זיסע...
צווישען ליינען איין וויקפעדיע בלאט און צווייטען, וועל איך פראבירן ארויפצולייגן דא בריוו וואס איך האב - בעניי - גע'ענטפערט לשואלי דבר. ואין אני אומר קבלי דעתי, נאר אדרבה, תעיתי כשה אובד, בקש עבדך און צוזאמען לאמיר טוהן וואס איז ריכטיג, און די ריכטיגע מינוט און ריכטיגע צייט.
הק'
משיב לשואל

נ.ב. אויב איינער איז אינטערסירט צו פרעגן שאלות, שיקט צו מיין אימעיל אדרעסס answeringletters @ גמעיל.קאם

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:40 pm
דורך מנחם
האמיר שוין א ראש ישיבה און א משגיח, יעצט פעלט זיך אויס נאר אפאר בחורים.
איינער האט א פושקע ציגעראטלך?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 8:25 am
דורך המלוכה והממשלה
פשיהא! שלום עליכם משיב. לאמיר הערן!!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 8:44 am
דורך אתא קלילא
מנחם האט געשריבן:האמיר שוין א ראש ישיבה און א משגיח, יעצט פעלט זיך אויס נאר אפאר בחורים.
איינער האט א פושקע ציגעראטלך?

סאיז דא ביי אונז לעצטענס א אדמו״ר אויך אין אפילו א משב״ק נאר דער ׳הויז בחור׳ פעלט נאך אויס

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:23 pm
דורך חזקואמץ
איך בין שטארק פארינטערסירט אין חסידישע נייעס און פאליטיק פין חסידישע הויפן בכלל. איך וויל אויך האבן די געלעגנהייט להוסיף נופך משלי. אויך האב איך זייער ליב חסידישע זינגערס און מוזיק און אלס מוזיקאנט מיין איך אז איך קען מוסיף זיין אין דעים סאבדזשעקט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
א מוזיקאנט! געוואלדיג! וואס שפילסטו?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:38 pm
דורך ראשעקאל
[tag]משיב לשואל[/tag]
כ'קען קוים ווארטען זאלסט אנפאנגען רעדן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:02 pm
דורך משיב לשואל
ראשעקאל האט געשריבן:[tag]משיב לשואל[/tag]
כ'קען קוים ווארטען זאלסט אנפאנגען רעדן

א יישר כוח פאר אייך און פאר אלע וואס זענען אזוי שיין מקבל א נייע שרייבער דא אין קאווע שטיבל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 1:20 am
דורך גבר ישראל
איך בין ב"ה א יונגערמאן וואס שמועסט אסאך מיט אנדערע מענטשן וואס לויבען אויס דאס וועבזייטעל "קאווע שטיבעל" האב איך מחליט געוועהן פארוואס זאל איך נישט אויך הנאה האבען

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 1:22 am
דורך געלע באס דרייווער
איך דריי מיך שוין דא א קנאפע פינעף-זעקס יאר אבער יעצט האביך מחליט געווען אז שתיקה האט אויך א שיער, סאו עלמיר פראבירען צו רעגיערען דא און דארט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 1:24 am
דורך סימפל
היי עווריוואון!

ווען די פרעגסט מיר, וואלט איך דיר געזאגט אז איך בין גארנישט אזוי סימפל... (ביי דע וועי ס׳איז ״סימפל״ מיט א ס׳ נישט מיט א ג׳...)

די לעצטע שטיק צייט, קום אסאך אריין דא אין שטיבל צונעמען א קאווע. איך שטיי אין די זייט ביי א ווינקעל. איך מאך זיכער קיינער קוקט נישט אויף מיר. איך מאך זיך כאילו איך בין דא נאר צו טרינקען א קאווע. אבער און אמת׳ן בין איך דא נאר צו הערן וואס די אלסווייסער האבן צו פארציילען. אלץ שעמעדיגער רוף איך זיך גארנישט אן. (דער עכטער אמת איז, אז איך האב נישט דער קאנפידענס זיך אן צו ריפן...) אבער זענדיג אז מען האנדעלט דא מיט אזעלעכע געשמאקע, פרענדלי, יונגעלייט. האב איך דיסיידעד זיך אן צו ריפן, און צוגעבן א קוואדער. איי האופ וויל העוו עי גוד טיים טוגעדער!

מיין עיזש: פריער צוואנציגער.

חסידות: סאטמארע בעקראונד.

אינטערעסע: ס׳איז א לאנגע ענטפער. אבער בעיסיקלי אויב איז עס, שכלדיג, תוכנדיג, אינטעלעגענט, איז עס מיר אינטערעסאנט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 1:37 am
דורך יין שרף
פלאי פלאים ווי איינער דרייט זיך שוין דא פינף זעקס יאר...
נאר וויאזוי האט די משב״ק גענפערט ווען מען האט אים געכאפט טיילן קוואדערס פון בעל דברי יואל פונעם יאר 1995? ״די רבי האט געהאט א ווייטע בליק״...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 1:38 am
דורך רויטע וואנצעס
געלע באס דרייווער האט געשריבן:איך דריי מיך שוין דא א קנאפע פינעף-זעקס יאר אבער יעצט האביך מחליט געווען אז שתיקה האט אויך א שיער, סאו עלמיר פראבירען צו רעגיערען דא און דארט


קנאפע פינעף-זעקס יאר?! די סייט האט נאכנישט געהאט די אפשערן. לפי דעם פארשטיי איך שוין פארוואס מיין קינד'ס באס דרייווער זאגט איך ווארט שוין 10 מינוט, ווען ס'איז קוים 30 סקונדעס. באס דרייווערס מעסטן צייט אנדערש ווי פשוטע מענטשען.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 1:59 am
דורך אפטעמיסט
כ'האב מורא ער צעמישט זיך מיט אונזערע שונאים...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 2:02 am
דורך יין שרף
אונז האמיר נישט קיין שונאים, אני שלום! והמה למלחמה...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 6:42 am
דורך טעפל
יין שרף האט געשריבן:אונז האמיר נישט קיין שונאים, אני שלום! והמה למלחמה...

יא! אני שלום, יא המה למלחמה!
(יעצט קומט ארויס א קונטרס פון זיי פארקערט!)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:35 pm
דורך מקבציאל
עס ווערט מיר קאלט אין אלע גלידער ווען איך זעה אז איך דארף ברבים שרייבן איבער מיינע טאלאנטן. טאלאנטפול? דאס איז דאך יעדער חוץ מיר.
אבער לאמיר ענדיגן מיט די ענוה פסולה, דערוואגן זאל זיך א צווייטער צו זאגן אויף מיר אז איך בין טאלאנטלאז...

איך בין אין די נידריגע דרייסיגער יארן, וואוין אין וויליאמסבורג, בין המצרים צווישן אלט וויליאמסבורג און ניי וויליאמסבורג, בין המצרים אין פיזישן זין און אין פיגוראטיווע זין. זאל איך ציען אויף רעכטס צו אויף לינקס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:28 am
דורך שמואל צבי
איך בין 22 יאר אלט ארבעט שווער פאר פרנסה איך געהער קיין באבוב אן קיין שיעבודים. איך האב נישט קיין ספעציעלע טאלאנטן וואס זענען מער פון א צווייטען

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:30 am
דורך אני מאמין
א מיטל יעריגע איד פון א אידיש שטעטל וואס וויל זיין א חסידישער איד און וואוינען אין א חסידישער שטעטל. איך בין אינטערעסירט אין אידישע שפראך, איסטאריע און מנהגים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 4:10 pm
דורך חלה דעקל
I'm 19 years old I just love this site nothing special about me just wanna join the shtiebel!! איך בין נישט א שרייבער כוויל קענען לייקען און קאמענטען