בלאט 9 פון 12
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:47 pm
דורך זוכער
איך האב ארויפגעשטעלט איין שיעור פון החכם ר' אביגדור מיללער ז"ל, אין וועלכען ער קוואוט צענדליגער עוואלושיניסט און פעיליענטאליגסטן וועלכע זענען "מודה" אז מ'טרעפט נישט קיין שום פאסילס פון פיש ענסעסטארס.
נאך קוואוט ער אז אלע פיש סטראטא וואס מ'טרעפט זענען פון פול-פארמד פיש, נישט קיין סימנים פון פיש אין די פריע סטעידזשעס - א קלארער צייכן צו גאטס בריאה אלץ א פארטיגע מין.
מארגן וועל איך אויפשטעלן נאך א שיעור אין וועלכן ער גייט אריין אין די קושקעס פון נעטרול סעלעקשאן / רענדאם דזשין מיוטעישאן, פאנקטועטיוו עקוויליביריום און מאכט שאך-מאט מיט דארווין און גאולד - אלעס מיט קוואוטס פון זייערע ביכער.
שמעו ותחי נפשכם!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 8:42 pm
דורך יאיר
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר
עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:04 pm
דורך זוכער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:זוכער, ווי אזוי ביסטו מסביר אז ביליאנע מאמינים זעען איין די אמת פון עוואלושען אפילו ס'שטימט נישט 100 % מיט רעלגיע , אבער עס איז נישט דא קיין איין כופר וואס האלט אז עוואלושען איז א אויסגעטראכטע זאך??
עס איז דער נאטורליכער דראנג פון יעדן סייענטיסט צו זיין א כופר.
1) ווייל ער וויל נישט אננעמען תורת משה! ער וויל נישט גלייבן אין א מבול. ווייל א מבול ארבעט נישט מיט די געזעצן פון נאטור. ממילא מוז ער אלעס לייקענען - וועט ער זיך דראפען אויף גראדע ווענט.
2) מענטשן האבן אן EVIL אינקלינעישאן (יצר הרע) - אויב איז נישטא קיין גאט איז לית דין ולית דיין! און איך בין פינקט ווי א מאנקי. קיין עפטער-לייף, קיין דין וחשבון און קיין שום מאראלישע געזעצן עקזעסטירן נישט.
דער אטעאיסט און פילאזאף סיר אנטאני פלו האט מיט קארגע 10 יאא צוריק ארויסגעגעבן א בוך "עס איז דא א גאט", און האט רינאנונסדט זיין עוואלושען ביליף פון 70 יאר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:09 pm
דורך זוכער
יאיר האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר
עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.
עוואלושען זאגט אז מען איוואלווד נאר ארויף... פארוואס זענען האבן מיר נישט דעם כח פון לייבן, טיגערס, אדער אפילו פון די עיפ פאמיליע ווי טשימפס אדער גורילאס, וועלכע זענען בערך 20 מאל אזוי שטארק ווי מענטשן?
איך דארף נישט קיין תירוץ! ווייל עס איז א האוקס, און עוואלושען איז BS.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:11 pm
דורך זוכער
יאיר האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר
עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.
@יאיר, וועלכע הרב מיללער רעדסטו? אפשר מיללער ביער?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר
עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.
זענען די פייגלעך נישט א חלק פין די עוועלושענערי בוים פינעם מענטש?
וואס מיינט פארשווענדעט פארוואס מוז די מח גיין אויפן חשבן פין די פיזישע כוחות?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 10:51 pm
דורך מאטי
ס'מוז נישט אבער ס'איז אזוי געשען. בד"וו פארוואס האבן פייגלעך נישט עוואלווד אינטעליגענץ?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 10:55 pm
דורך זוכער
מאטי האט געשריבן:ס'מוז נישט אבער ס'איז אזוי געשען. בד"וו פארוואס האבן פייגלעך נישט עוואלווד אינטעליגענץ?
ווייל גאט האט נישט געוואלט!
עפטער אלל, HE IS THE BOSS
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:28 pm
דורך אחד העם
זוכער האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:זוכער, ווי אזוי ביסטו מסביר אז ביליאנע מאמינים זעען איין די אמת פון עוואלושען אפילו ס'שטימט נישט 100 % מיט רעלגיע , אבער עס איז נישט דא קיין איין כופר וואס האלט אז עוואלושען איז א אויסגעטראכטע זאך??
עס איז דער נאטורליכער דראנג פון יעדן סייענטיסט צו זיין א כופר.
1) ווייל ער וויל נישט אננעמען תורת משה! ער וויל נישט גלייבן אין א מבול. ווייל א מבול ארבעט נישט מיט די געזעצן פון נאטור. ממילא מוז ער אלעס לייקענען - וועט ער זיך דראפען אויף גראדע ווענט.
2) מענטשן האבן אן EVIL אינקלינעישאן (יצר הרע) - אויב איז נישטא קיין גאט איז לית דין ולית דיין! און איך בין פינקט ווי א מאנקי. קיין עפטער-לייף, קיין דין וחשבון און קיין שום מאראלישע געזעצן עקזעסטירן נישט.
עס איז א נאטורליכע דראנג פון יעדן וואס איז נישט קיין סייענטיסט צו זיין מאמין
א ] ווייל ער מוז אנעמען תורת משה! ער ער דריקט זיך צו גלייבען און א מבול, און ווייל די מבול שטימט נישט מיט די געזעצען פון נאטור וועט ער לייקענען די געזעצן און ער וועט זיך דראפענען אויף גראדע ווענט און נישט גלייבען און די געזעצן.
ב ]מענטשען האבען א GOOD אינקלינעישאן ( יצר טוב ) אויב איז דא א גאט איז אית דין ואית דיין סאיז דא עפטער-לייף, און מקען זיך אריינרעדן אז מאראלישע געזעצן עקזעסטירן.
דאס איז לשיטתך דער דיפערענץ פון כפירה און אמונה, און די די יידישע אמונה האט לדבריך וואס די האסט געשריבען קיינע ראציאנאלע איבערווייזונגען, און האט נישט קיין אינטעלעקטואלע יסודות, עס איז נאר געבויעט אויף עפעס אזא מין שפיל, איך גלייב און תורת משה גלייב איך נישט און נאטור, גלייב איך נישט און תורת משה גלייב איך יא און נאטור, די סיבה פאר וואס תורת משה איז אמת ביי מיר, איז נאר אויב טו איך מיר אן א טלית איבערען קאפ און איך שריי סייענטיסטען כופרים שקרנים נואפים, און די סיבה פארוואס איך לייקען תורת משה ווייל איך בין א מציץ מן החרכים, אזאנע כפירה האב כ'שוין לאנג נישט געהערט, ברח מן הארי ופגע בדוב, אנטלויפסט פון די שרעליכע כפירה פון עוועלאציע, און די שטויסט זיך מיט כפירה באמיתות תורת משה.
מורינו הרמב"ם האט מחבר געווען א גאנצע חיבור וואס זאגט פונקט להיפך, תורת משה שטימט מיט וואס חכמים און פילעזאפען און אויך סייענטיסטען זאגען, א גאנצע חיבור וואס ער זאגט קלאר און דייטליך ווען איך גלייב און תורת משה איז דאס נישט קיין סיבה צו לייקענען וואס די מציאות ווייזט קלאר, ונקטינן הלכה כמותו בפרט בעניני דיעות, וכן רבים וטובים האבען מפרש געווען דארוועניזעם און עוועלאציע על פי תורה, וכן תלמידו של הנשר הגדול ותלמידו של החוזה האלוקי רבי גדליה נדל ז"ל, האט גענומען עוועלאציע און איר אריינגעטייטש און בראשית ברא, בזה יצאתי ידי חובתי למחות על האי מלגלג על תורתינו תורת אמת.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:32 pm
דורך יאיר
גראדעמעכעלע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר
עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.
זענען די פייגלעך נישט א חלק פין די עוועלושענערי בוים פינעם מענטש?
וואס מיינט פארשווענדעט פארוואס מוז די מח גיין אויפן חשבן פין די פיזישע כוחות?
ניין.
אזוי ארבעט עוואלוציע. עס קען זיך נאר ספראווען מיט די כלים וואס עס פארמאגט, עס קען נישט באשאפן קיין נייע איברים פון דינע לופט, נאר טראנספארמירן די איברים אויף אן אנדער אופן. אויב מען פארנוצט ענערגיע אויפ'ן מח, מוז דאס דער מענטש נעמען פון ערגעץ. נאר א בורא קען באשאפן יש מאין.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:34 pm
דורך זוכער
אחד העם האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:זוכער, ווי אזוי ביסטו מסביר אז ביליאנע מאמינים זעען איין די אמת פון עוואלושען אפילו ס'שטימט נישט 100 % מיט רעלגיע , אבער עס איז נישט דא קיין איין כופר וואס האלט אז עוואלושען איז א אויסגעטראכטע זאך??
עס איז דער נאטורליכער דראנג פון יעדן סייענטיסט צו זיין א כופר.
1) ווייל ער וויל נישט אננעמען תורת משה! ער וויל נישט גלייבן אין א מבול. ווייל א מבול ארבעט נישט מיט די געזעצן פון נאטור. ממילא מוז ער אלעס לייקענען - וועט ער זיך דראפען אויף גראדע ווענט.
2) מענטשן האבן אן EVIL אינקלינעישאן (יצר הרע) - אויב איז נישטא קיין גאט איז לית דין ולית דיין! און איך בין פינקט ווי א מאנקי. קיין עפטער-לייף, קיין דין וחשבון און קיין שום מאראלישע געזעצן עקזעסטירן נישט.
עס איז א נאטורליכע דראנג פון יעדן וואס איז נישט קיין סייענטיסט צו זיין מאמין
א ] ווייל ער מוז אנעמען תורת משה! ער ער דריקט זיך צו גלייבען און א מבול, און ווייל די מבול שטימט נישט מיט די געזעצען פון נאטור וועט ער לייקענען די געזעצן און ער וועט זיך דראפענען אויף גראדע ווענט און נישט גלייבען און די געזעצן.
ב ]מענטשען האבען א GOOD אינקלינעישאן ( יצר טוב ) אויב איז דא א גאט איז אית דין ואית דיין סאיז דא עפטער-לייף, און מקען זיך אריינרעדן אז מאראלישע געזעצן עקזעסטירן.
דאס איז לשיטתך דער דיפערענץ פון כפירה און אמונה, און די די יידישע אמונה האט לדבריך וואס די האסט געשריבען קיינע ראציאנאלע איבערווייזונגען, און האט נישט קיין אינטעלעקטואלע יסודות, עס איז נאר געבויעט אויף עפעס אזא מין שפיל, איך גלייב און תורת משה גלייב איך נישט און נאטור, גלייב איך נישט און תורת משה גלייב איך יא און נאטור, די סיבה פאר וואס תורת משה איז אמת ביי מיר, איז נאר אויב טו איך מיר אן א טלית איבערען קאפ און איך שריי סייענטיסטען כופרים שקרנים נואפים, און די סיבה פארוואס איך לייקען תורת משה ווייל איך בין א מציץ מן החרכים, אזאנע כפירה האב כ'שוין לאנג נישט געהערט, ברח מן הארי ופגע בדוב, אנטלויפסט פון די שרעליכע כפירה פון עוועלאציע, און די שטויסט זיך מיט כפירה באמיתות תורת משה.
מורינו הרמב"ם האט מחבר געווען א גאנצע חיבור וואס זאגט פונקט להיפך, תורת משה שטימט מיט וואס חכמים און פילעזאפען און אויך סייענטיסטען זאגען, א גאנצע חיבור וואס ער זאגט קלאר און דייטליך ווען איך גלייב און תורת משה איז דאס נישט קיין סיבה צו לייקענען וואס די מציאות ווייזט קלאר, ונקטינן הלכה כמותו בפרט בעניני דיעות, וכן רבים וטובים האבען מפרש געווען דארוועניזעם און עוועלאציע על פי תורה, וכן תלמידו של הנשר הגדול ותלמידו של החוזה האלוקי רבי גדליה נדל ז"ל, האט גענומען עוועלאציע און איר אריינגעטייטש און בראשית ברא, בזה יצאתי ידי חובתי למחות על האי מלגלג על תורתינו תורת אמת.
א דאנק פאר דיין ווארימע מחאה. איך בין זיכער אז עס מאכט א רושם אדיר ווי ס'דארף.
יעצט דארף איך איין זאך: ברענג מיר איין גדול וואס נעמט אן אז עוואלושען איז נישט קייןסתירה מיט בראשית ברא אלקים.
ביטע ווער נישט אנטרינען יעצט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:37 pm
דורך זוכער
יאיר האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר
עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.
זענען די פייגלעך נישט א חלק פין די עוועלושענערי בוים פינעם מענטש?
וואס מיינט פארשווענדעט פארוואס מוז די מח גיין אויפן חשבן פין די פיזישע כוחות?
ניין.
אזוי ארבעט עוואלוציע. עס קען זיך נאר ספראווען מיט די כלים וואס עס פארמאגט, עס קען נישט באשאפן קיין נייע איברים פון דינע לופט, נאר טראנספארמירן די איברים אויף אן אנדער אופן. אויב מען פארנוצט ענערגיע אויפ'ן מח, מוז דאס דער מענטש נעמען פון ערגעץ. נאר א בורא קען באשאפן יש מאין.
@יאיר, ווער איז מילער?
2) פארוואס איז א מענטש נישט אזוי שטארק ווי די עיפס, (וואס לויט די דארוויניסטן קומען מענטשן פון זיי)? עיפס /נען 20 מאל שטערקער פון מענטשן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:15 am
דורך זוכער
שריי נישט, ווייל איך הער דיין ווייטאג!
פלו האט ארויסגעגעבן א בוך: יא עס איז דא א גאט!
דאס מיינט אז ער לייקנט אין עוואלושען.
נעם עס דיר אין קאפ -דארווינס עוואלושען מיט א גאט איז א סתירה!
קלאר?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:25 am
דורך זוכער
הער ר' אביגדור'ן ווי ער איז מסביר פארוואס די וועלט נייגט צו עוועלאושן. די מידיא, און די רעגירונג פאנדינג, די קאלעדזשעס, אלע ארבעטן אלל די וועי פאר עוואלושען.
נאכאמאל קיין איין אנערקענטער רב איז נישט מודה צו דארווינס עוועלאושן. אין גם אחד.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:11 am
דורך diff
זוכער, שכוח פאר אונז אויפדעקען [ווער זענען] די רשעים פונעם פורום. אבער, לא יחפוץ כסיל בתבונה כי אם בהתגלות לבו
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:20 am
דורך יידל
זוכער האט געשריבן:נאכאמאל קיין איין אנערקענטער רב איז נישט מודה צו דארווינס עוועלאושן. אין גם אחד.
הרב שמשון רפאל הירש.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:51 am
דורך זוכער
יידל האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:נאכאמאל קיין איין אנערקענטער רב איז נישט מודה צו דארווינס עוועלאושן. אין גם אחד.
הרב שמשון רפאל הירש.
@יידל מוזט ברענגען פרוף פון זיינע ספרים וואס ערהאט ארויסגעגעבן. סליפקין איז א פראוד!
ער האט געשריבן אסאך בחייו. א וועלט מיט רעקארדס איז דא פון אים. כאטש איינמאל ווי "ער" שרייבט עס געב איך זיך אונטער.
דערווייל איז נישטא קיינער. זילטש. נאדא.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:01 am
דורך זוכער
diff האט געשריבן:זוכער, שכוח פאר אונז אויפדעקען [ווער זענען] די רשעים פונעם פורום. אבער, לא יחפוץ כסיל בתבונה כי אם בהתגלות לבו
@diff ניין. זיי זענען נישט קיין רשעים, זיי זענען אומוויסנדע יונגעלעך וואס ווילן ציין אז זיי זענען נישט צוריקגעשטאנען. - זיי זענען נישט גלויביג און פאנאטיש! זיי זענען פון די אויפגעקלערטע סייענטיפישע ראסע
רעדענדיג מיט אלע פון זיי בין איך געקומען צו די הכרה אז זיי הייבן נישט אן צו וויסן וואס זיי רעדן. זיי באמבלען נאך טערמינען און באגריפן און פארשטייען בכלל נישט וואס זיי זאגן נאך!
מיסטער מילער גלויב איך האט דעם ישרות'דיגן, עמקות'דיגן און פשוט"ן מהלך זיי צו שטעלן גראד.
נאכאמאל, זיי זענען נישט קיין קיין רשעים.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:16 am
דורך ישראל קאפקע
האט איינער מצד העוואלושניסטן געהערט דעם שיעור?
קען מען ביטע אויס שמועסן די פונקטן פון וואס ער רעדט דארט,
ער זאגט דארט בשם עטליכע אויטאריטעטישט פאלעאנטאלאגן אז די פאסיל רעקארד פון פיש צייגט אז די ערשיינונג פון פיש איז פלוצלינג, און מיט פילע דעפינירטע זגאלן (distinctive species) פארוואס איז נישט דא קיין פאסילס פון פיש עלטערן, אדער איבערגאנג זגאלן פון פיש צו העכערע פארמען, איז עס אן אוטדעיטעד טענה? האט מען שוין יא געפונען?
ער זאגט דארט אז עס איז נישט וועגן פאסילס זענען זעלטן, און מען האט נאכנישט געטראפן, ער זאגט אז מען האט געטראפן מיליאנען פאסילס, אבער נישט די וויכטיגסטע, וואס זאלן ווייזן די זגאלן פון וואו פיש שטאמט, און די זגאלן וואס זענען די טראנזישן פון פיש צו 'שפעטערע ' פארמען,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:01 pm
דורך יתרו
זוכער האט געשריבן:שריי נישט, ווייל איך הער דיין ווייטאג!
פלו האט ארויסגעגעבן א בוך: יא עס איז דא א גאט!
דאס מיינט אז ער לייקנט אין עוואלושען.
נעם עס דיר אין קאפ -דארווינס עוואלושען מיט א גאט איז א סתירה!
קלאר?
איך מיין אז דא ליגט די הינט באגראבען. לפי זה שטייט דאך אין תורה שבכתב און תורה שבעל פה און אלע ראשונים ואחרונים אז עוועלאשען איז פאלש.
די פראבלעם איז נאר אז די צוויי זאכן האט נישט איינס מיטן צווייטן והא ראי' איך און נאך ביליאנען מענטשן גלייבן אין גאט און גלייבן אויך אין עוועלאשען.
ווילאנג די קענסט נישט אויפבויען א קעיס אז עוואלשען איז א סתירה מיט גא-ט איז א שאד די טענה'רייען
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:12 pm
דורך זוכער
יתרו האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:שריי נישט, ווייל איך הער דיין ווייטאג!
פלו האט ארויסגעגעבן א בוך: יא עס איז דא א גאט!
דאס מיינט אז ער לייקנט אין עוואלושען.
נעם עס דיר אין קאפ -דארווינס עוואלושען מיט א גאט איז א סתירה!
קלאר?
איך מיין אז דא ליגט די הינט באגראבען. לפי זה שטייט דאך אין תורה שבכתב און תורה שבעל פה און אלע ראשונים ואחרונים אז עוועלאשען איז פאלש.
די פראבלעם איז נאר אז די צוויי זאכן האט נישט איינס מיטן צווייטן והא ראי' איך און נאך ביליאנען מענטשן גלייבן אין גאט און גלייבן אויך אין עוועלאשען.
ווילאנג די קענסט נישט אויפבויען א קעיס אז עוואלשען איז א סתירה מיט גא-ט איז א שאד די טענה'רייען
אויב האלססטו אז גאט האט נישט באשאפן קיין מענטש, נאר עס איז "אליין" באשאפן געווארן אין לויף פון ביליאנען יארן דורך דזשין מיוטעישאן אדער נעטרשול סעלעקשאן ווי דארווין זאגט, איז עס א גלאטע סתירה צו בראשית ברא אלקים.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:14 pm
דורך ישראל קאפקע
וואס א ביליאן קריסטן גלייבן איבער עוואלושן איז נישט וויכטיג, ווייל זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט פילע מצות און לאוין וואס שטייט קלאר ארויס אין די תורה, (חוץ פון דעם וואס אסאך קריסטן זענען טאקע קריעישאניסטס) זייער רעליגיע איז לויז באגרונדעט אויף די תורה,
בפשטות איז בראשית ברא אין גענצליכע קעגנזאץ צו עוואלושן, אז/ווען דו וועסט מיר איבערצייגן אז עוואלושן איז באשטעטיגט אן קיין צווייפל, וועל איך דעמאלט מוזן איינזעצן בראשית ברא (פעינפולי טוויסטעד) שלא כפשוטו,
וואו איך האלט יעצט, בין איך נאך אין גאר אנפאנג, פארוואס פעלן פאסילס פון די פיש עלטערן, און פון פיש צו העכערע העכערע/שפעטערע זגאלן (species), אין די אוצר פון מיליאנען פאסילס וואס מען האט געטראפן ביז היינט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:24 pm
דורך זוכער
זוכער האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:שריי נישט, ווייל איך הער דיין ווייטאג!
פלו האט ארויסגעגעבן א בוך: יא עס איז דא א גאט!
דאס מיינט אז ער לייקנט אין עוואלושען.
נעם עס דיר אין קאפ -דארווינס עוואלושען מיט א גאט איז א סתירה!
קלאר?
איך מיין אז דא ליגט די הינט באגראבען. לפי זה שטייט דאך אין תורה שבכתב און תורה שבעל פה און אלע ראשונים ואחרונים אז עוועלאשען איז פאלש.
די פראבלעם איז נאר אז די צוויי זאכן האט נישט איינס מיטן צווייטן והא ראי' איך און נאך ביליאנען מענטשן גלייבן אין גאט און גלייבן אויך אין עוועלאשען.
ווילאנג די קענסט נישט אויפבויען א קעיס אז עוואלשען איז א סתירה מיט גא-ט איז א שאד די טענה'רייען
אויב האלססטו אז גאט האט נישט באשאפן קיין מענטש, נאר עס איז "אליין" באשאפן געווארן אין לויף פון ביליאנען יארן דורך דזשין מיוטעישאן אדער נעטרשול סעלעקשאן ווי דארווין זאגט, איז עס א גלאטע סתירה צו בראשית ברא אלקים.
לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט... און גאט האט נישט באשאפן קיין מענטש, נאר ס'האט זיך אליין באשאפן ווייל גאט האט באשאפן א פארטיקעל פאר טריליאן יאר צוריק.
פארוואס ביזטו מחויב אין א תורה, דו ביסט דען דער "מענטש" וואס גאט האט באשאפן. די יוניווערס האלט זיך אין איין טוישן. בשעת מיר רעדן (לויט דיר) ווערן דאך געטוישט נאך מיליאנען צעלן דורך דזשין מיוטעישאן, דיין אור-אור אייניקל וועט דאך זיין סאך א אנדערע מענטש, ער וועט (מעגליך) געבוירן ווערן אז ער וועט נישט דארפן עסן... ער וועט שמעקן לופט און וועט לעבן און לאכן. וועט דאך מער נישט זיין אזא זאך ווי פאסטן יום כיפור? די משלים זענען טאקע פאני, אבער די תורה וואס גאט האט געגעבן (אויב אין דעם גלייבסטו יא) איז נאר באזירט אויף די מענטשן פון די לעצטע 40 טויזענט יאר (לויט דיר) און די קומענדיגע מיליאן יאר וועלן זיין אנדערע מיני מענטשן.
מוזט מיר נישט ענטפערן - ענטפער דיר. ביי מיר איז עוואלושן א האוקס. עס איז א BS וואס איז אויך כפירה. - אפילו עס וואלט נישט געווען כפירה וואלט עס אויך געווען BS.