בלאט 9 פון 11

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:49 am
דורך געוואלדיג
איך מיין אז די אשכול איז צו ארויף ברענגען אינטרעסאנטע מנהגים און פארשטיין זייער טעם "לשיטתם", אפפרעגן און חוזק מאכן קען מען אויף צימעס.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 12:19 am
דורך שמעקעדיג
אין דער בלאט לייען איך איבער א מנהג אין סקווירא צו כשר'ן אלע בגדים וועלכע קומען אין בארירונג פסח מיט עסן, ווי אויך דאס קיטל (וועלכע ווערט פילייכט חמצ'דיג ביים אויספאסטן מוצאי יוהכ"פ). מען לייגט אלעס אריין אין קאכעדיגע וואסער וואס רופט זיך "זאלען", און נאכדעם וואשט מען עס אפ 3 מאל מיט קאלטע וואסער, און מען רופט אויס "כשר". אויב אזא בגד פאלט אראפ אויף דער ערד אום פסח קען מען עס מער נישט נוצן מיט עסן.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 12:24 am
דורך שמעקעדיג
עוד במנהג הנ"ל

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:15 am
דורך מנשה לוסטיג
שמעקעדיג האט געשריבן:אין דער בלאט לייען איך איבער א מנהג אין סקווירא צו כשר'ן אלע בגדים וועלכע קומען אין בארירונג פסח מיט עסן, ווי אויך דאס קיטל (וועלכע ווערט פילייכט חמצ'דיג ביים אויספאסטן מוצאי יוהכ"פ). מען לייגט אלעס אריין אין קאכעדיגע וואסער וואס רופט זיך "זאלען", און נאכדעם וואשט מען עס אפ 3 מאל מיט קאלטע וואסער, און מען רופט אויס "כשר". אויב אזא בגד פאלט אראפ אויף דער ערד אום פסח קען מען עס מער נישט נוצן מיט עסן.

ס'הייסט ''זאָלן''.
אלע טישטוכער וואס מ'עסט דערויף אדער מ'לייגט דערויף מאכלים, און די בגד עליון וואס מ'גייט דערמיט ביים עסן.
מ'קאכט אויף זודיגע וואסער, און מ'לייגט אריין א פארבינדענע טיכל מיט אש, און די וואסער וואס קומט ארויס דערפון איז נאך שארפער פון בליטש.
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%A3

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:35 am
דורך הוגה
[justify]באבובער רביס האבן געהאט אן אינטערעסאנטע מנהג צו פארציילן נאכן סדר אזעלכע זיסע פאני מעשה'לעך און ווערטלעך. איך געדענק אלץ בחור בין איך צוגעגאנגן צו רבי שלמה באבובער'ס סדר נאך מיין סדר. עס, זענען געזעצן דארט אפאר הונדערט אידן, און נאך א יעדע מעשה האט מען זיך צולאכט.

איך ווייס נישט וואס די סיבה פון דער מנהג איז. אבער היי יאר האב איך מקיים געווען דער מנהג. אונטער מיין מצה טאש איז געווען דער פה-סח אויפגעמישט צום ארטיקל פון [tag]סאו וואט[/tag], און נאך א יעדע פאר שטיקלעך הגדה האב איך פארגעליינט נאך א ווערטל. עס האט געברענגט אז דער עולם איז געווען גאר אויפגעלייגט און אין א גוטע שטימונג. דאס האט געהאלפן אז אלעס אנדערש איז געגאנגען גרינג און געשמאק. בעסער ווי אלע יארן. הזכות תלוי בך.


.[/justify]

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 4:35 am
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:איך מיין זיי טייטשן אז די פלאם פון טאטן איז גענוג דיבור

געוואלדיג: וויאזוי קענען זיי טייטשן...? זיי רעדן דאך נישט... :lol: :roll:

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 4:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'האט מיר איינער אויפגעמערקט, אז דער אמרי חיים איז דאך געווען באוואוסט אלץ איינער וואס האט געקאכט אינעם פסח א גאנץ יאר, עד כדי כך, אז די ווארט 'בסדר' האט ער ליב געהאט נאר אלץ דעם.
און זיין סדר אליין איז געווען טאקע מיט פלאם און זיסקייט, אבער אנע רעדן, און גאנץ שנעל אקעגן אנדערע חסידות'ר, און אקעגן זיינע טישן לענגאויס די יאר.
מ'האט געזאגט, אז ס'זענען אזעלכע גרויסע זאכן נשפע ביים סדר, מיטן זאגן די הגדה, אז ס'לוינט נישט צו פאר'פאטשקענען מיט איבריגע ווערטער.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 5:51 pm
דורך סאו וואט
הוגה, כ'האב מיר איינגעשריבען דיר צו קענען געבען א לייק.

דער סקווירא מנהג איז נאך א רינגעלע און דער קייט צו קענען האלטן דער ווייב פאר א שלאק. און זיי צו קענען אביוזען.
פיל מיט קינדער קוויטשענען ארום, דארפן, זוכען, ווילען, אבער דער מאן ווייזט מיטן פינגער גיי צו מאמי, וואס דארף סערווירען, טיילען, אנגערייטען, און שוין ממילא איבערגעשטרענגט,
ווייל איך דארף זיין שטיל, כלומרשט ביניך הייליג, און כ'בין און הימעל, ווייל אזוי האט דער רבי וואס האט ממילא גבאים און דער רעבעצין וואס האט ממילא משרתת געזאגט.
פישש מורא'דיגע פלאם..., אה, ביי נשמת כל חי קען מען זעהן כלות הנפש, עטס זענעטס גוט משוגע. איר זאלט נאר וויסען אז גרויסע עולם קויפט נישט אפ אייערע ריטאריק, און דערפאר שרייב איך עס.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 7:48 pm
דורך שמעקעדיג
הוגה פאר דיר

.

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 5:05 pm
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:הוגה פאר דיר

.


[tag]שמעקעדיג[/tag], יישר כח. איך בין זיכער אז אין די ווערטלעך פון [tag]סאו וואט[/tag] ליגן אויך באהאלטן סודות נשגבים. ועוד והוא העיקר איך האב אויך געדארפט אראפ קומען פון די עולמות העליונים, דו מיינסט אז איך בין עפעס א מצה כרעמזל?


.

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:01 pm
דורך בן נריהו
"בקהילה" וואך-צייטונג האט - צום בעפארגייענדע יום טוב - געווידמעט א צוגאבע צו ערקלערן - אויף וויפיל עס ערקלערט - אפאר צענדליג "אינטרעסאנטע מנהגי ישראל", אנגעדייטעט גענוי ווען, ווי, און פארוואס, עס האט זיך געשאפען.

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:23 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'דא א מנהג אין פארשידענע היימען, כ'ווייס נישט צו אין קהילות, אז ליל שביעי של פסח, גיסט מען וואסער און מ'זינגט בבקעך ים סוף.
ווער ס'ווייסט אויב ס'שטאמט פון א ריכטיגע מסורה, קען מוסיף זיין

Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:55 pm
דורך יעלה ויבא
מובא בספר דרכי חיים ושלום שכן נהג הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע

Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 7:04 pm
דורך שמערל
מנשה, די מקור אז אש וואסער איז שארפער פון בליטש, איז גאר פון א וויקיפידיע ארטיקל וואס האסט אליין אויפגעטייפט?
כ'מיין אמת'דיג פון ווי נעמט דיר אזא וואזשנער המצאה, ווייל מען האט זיך אזוי געפירט אין דערהיים אין סקווער פארלאנגט אזא אמונה צו גלייבן אז עס איז נאך שטארקער פון בליטש?

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 10:38 pm
דורך מנשה לוסטיג
א פאקט דארף נישט קיין מקור.
נעם אש און קאך אויף וואסער ביז ס'זאל באבלען, לייג אריין א זעקל אש, און נאך אפאר מינוט לאז עס אויסקילן, און זאג דו מיר, אויב ס'איז נישט ווי אמאניע. [געב אכטונג אז זאלסט נישט צורירן דערמיט צו די אויגן]

Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 11:56 pm
דורך שמערל
אויב דארף עס נישט קיין מקור, דאן לינק נישט צו דיינע וויקיפידיע ארטיקלן אלס כלומר'שטער מקור.

אבער לעצם הענין האבעך עס ספעציעל נאכגעקוקט אויף אמת'ע מקורות ( וויקי ערך wood ash ועוד) און לאחר העיון נראה אז עס איז טאקע א שטארקער רייניגונג מיטל, אבער נאכאלטס נישט קיין קלארין.

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 12:07 am
דורך קאסטנער
אויב האט מען אמאל געניצט די אש נאר פאר א זייף היינט וואס איז שוין דא אסאך בעסערע ריינוגונגס מאטריאל פארוואס בלייבט מען ביי אש ? דיינע ציין בארשטו אויך מיט אש?

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 8:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
שמערל האט געשריבן:אויב דארף עס נישט קיין מקור, דאן לינק נישט צו דיינע וויקיפידיע ארטיקלן אלס כלומר'שטער מקור.

אבער לעצם הענין האבעך עס ספעציעל נאכגעקוקט אויף אמת'ע מקורות ( וויקי ערך wood ash ועוד) און לאחר העיון נראה אז עס איז טאקע א שטארקער רייניגונג מיטל, אבער נאכאלטס נישט קיין קלארין.

איך האב געלינקט אהין, נישט אלץ מקור בכלל, נאר אלץ מער הסבר וואס איז שטייט דארט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:28 am
דורך [NAMELESS]
קוקט אויס אז סאיז געוועהן אזעלעכע וואס ביי מרור זו האט מען געוויזען אויף די ווייב

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 2:26 pm
דורך ירח בן יומו
אין נדבורנה פירט מען זיך פסח שני צו פראווען כאילו ס'איז פסח מ'רעכט אפ א סדר מיט מצה מרור כוסות וכו'

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 2:29 pm
דורך [NAMELESS]
אין קלויזענבורג / צאנז לאזט מען אויס די ווערטער לקיים מצוות עשה ... ביי ספירה ציילן וויבאלד היינט צוטאגס איז עס מער נישט קיין דאורייתא ,

Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:03 am
דורך חאצקעל שניידער
בילד
פון לוח דבר בעתו אויף ר״ח סיון

Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:59 am
דורך חאצקעל שניידער
סאיז דא מנהג פון רייזעלעך אויף שבועות , מער פרטים?