בלאט 9 פון 16

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:21 pm
דורך ישמעאל הכהן
רעיגען אויף קארטער

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:21 pm
דורך יין שרף
63-ראנעלד רעיגן אויף קארטער

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:29 pm
דורך בשבילי!
(64) Use this quote as a signature so people will think you're smart

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:30 pm
דורך למדן
גימפל האט געשריבן:@למדן אז מיט איין גוגל סיורטש קומט ארויף דער נאמען פון דעם מחבר, איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט ,שרייב עס איבער אין אידיש אדער און לשון קודש איז עס אינטערסאנט.

ס' מיר נאר געווען אביסל אינטערעסאנט, ווייל כ' האב עס גיהערט פון איינער וואס האט עס געזאגט אין 1970 און דער מחבר איז דעמאלטס געווען א צוואנציגער, ס' מסתמא געווען ניי און הייס האט ער עס נאכגעזאגט שלא בשמו

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:35 pm
דורך ונבנתה העיר
65. זאג זיי וועגן דעם חלום, מארטין, זאג זיי וועגן דעם חלום.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:41 pm
דורך מאטי
ונבנתה העיר האט געשריבן:65. זאג זיי וועגן דעם חלום, מארטין, זאג זיי וועגן דעם חלום.


Mahalia Jackson

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:43 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 8:13 pm
דורך הערשי
berlbalaguleh האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. איך האב איהם פארטוישט מיט "גאנדי" , דעם באוואוסטן גרויסן גוי'אישן "צדיק"... וועלכער האט אויסגעדריקט סימפאטיע פאר די פאלעסטינער ליידן...און נישט פאר די אידישע צרות...!


ס'דא צוויי סארטן מענטשן אויף דער וועלט: אידן און גוים.
ס'דא צוויי סארטן גוים אויף דער וועלט: אידן סימפאטיקער און אנטיסעמיטן.
ס'דא צוויי סארטן מענטשן אויף דער וועלט: רעאליסטן און עטנאצענטריסטן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:02 am
דורך נח געציל
״למען השם! צי זענען מיר דען נישט ענקערע ברודער?! זענען מיר דען נישט קינדער פון איין טאטן?! זענען מיר דען נישט קינדער פון איין מאמען?! וואס זענען מיר אנדערש פון יעדעם איינעם אז איר טוט אויף אונז גוזר זיין אזאנע שווערע גזירות?!״

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:55 am
דורך מנחם
הפגנה בזמן רבי עקיבא (תענית?)
דרך אגב, איז כדי אנצומערקען די מהלך חז"ל כלפי הפגנות, אנשטאט שרייען 'נאצי'ס', שרייט מיין גאר 'ברודער'.
א שאנדע וויאזוי מען איז פארקראכן ממסורה המסורה לנו.
#משנהעתים

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:57 am
דורך מנחם
66. לויף קויף ריעל עסטעיט, זיי געלאסן ווען עס קומט צו קויפן א ווייב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:52 am
דורך שבת אחים
שבת אחים האט געשריבן:55. מיר זענען פאָרמירט דורך אונדזערע געדאנקען, מיר ווערן וואָס מיר טראַכטן. ווען די מוח און די מיינונג איז ריין, פרייד פאָלגט-נאך ווי אַ שאָטן וואָס גייט קיינמאָל אוועק


We are shaped by our thoughts; we become what we think. When the mind is pure, joy follows like a shadow that never leaves.

Buddha

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:45 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. איך האב איהם פארטוישט מיט "גאנדי" , דעם באוואוסטן גרויסן גוי'אישן "צדיק"... וועלכער האט אויסגעדריקט סימפאטיע פאר די פאלעסטינער ליידן...און נישט פאר די אידישע צרות...!



ר׳ בערל, בדרך אגב בודהא האט נישט וויי געטוהן קיין שום באשעפניש ער איז געוועהן פון די סאמע עלטסטע גוט־זאגערס אין די מענטשליכע היסטערי האבענדיג געלעבט 2500 יאהר צוריק איז ער געוועהן פון די סאמע ערשטע מענטשען צו פּראָמאָוטן פרידאָם און איקוואַלאַטי פאר יעדעם , די בודהא רעליגיע קאַנטרעדיקט נישט קיין שום אנדערע רעליגיע און עס איז בכלל נישט סותר צו אונזער אמונה אַנשטאָט טוט די בודהא רעליגיע פאָקוסן אויף ספּיריטשאַליטי און מעדיטאַציע Meditation און וויאזוי א מענטש קיין זיין בשמחה און צופרידן אפגעזעהן אין וואסערע מצב ער איז,

ס׳איז דא וואס זאגן אז אסאך שטיקלעך חז״ל און ספּעציעל פּרקי אבות זענען נאכגעזאגט פון בודהא עכ״פּ אסאך מוסר ספרים און ספרי חסידות זענען זיכער גע׳קאָפּיעט פון בודהא די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה און התבודדות איז איין שטיק בודהא וואס פארשידנע אחרונים האבן עס אריינגעברענגט /אריינגעגנב'ט אין אונזער רעליגיע דורך א אונטער־טירל,

כ׳האב געהערט אז דוד בן־גוריון איז געווהען א באַהאלטענע בודהיסט און אז ער איז געפאהרן קיין טיבעט זיך טרעפן מיט איינע פון די טיבעטן בודהא טיטשערס בשעת ער איז געוועהן די פּרעימער פון ישראל, קען איינער דאס קאָנפירמען ?

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:47 am
דורך ישמעאל הכהן
67. הער אויס דיין פאציענט, ער זאגט דיר די דייעגנאסיס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:43 am
דורך נח געציל
נח געציל האט געשריבן:״למען השם! צי זענען מיר דען נישט ענקערע ברודער?! זענען מיר דען נישט קינדער פון איין טאטן?! זענען מיר דען נישט קינדער פון איין מאמען?! וואס זענען מיר אנדערש פון יעדעם איינעם אז איר טוט אויף אונז גוזר זיין אזאנע שווערע גזירות?!״


מנחם האט געשריבן:הפגנה בזמן רבי עקיבא (תענית?)
דרך אגב, איז כדי אנצומערקען די מהלך חז"ל כלפי הפגנות, אנשטאט שרייען 'נאצי'ס', שרייט מיין גאר 'ברודער'.
א שאנדע וויאזוי מען איז פארקראכן ממסורה המסורה לנו.
#משנהעתים


ראש השנה, יט,א:
בעשרים ותמניא ביה אתת בשורתא טבתא ליהודאי דלא יעידון מאורייתא, שגזרה המלכות גזרה שלא יעסקו בתורה ושלא ימולו את בניהם ושיחללו שבתות; מה עשה יהודה בן שמוע וחביריו? - הלכו ונטלו עצה ממטרוניתא אחת שכל גדולי רומי מצויין אצלה; אמרה להם: בואו והפגינו בלילה! הלכו והפגינו בלילה; אמרו 'אי שמים! לא אחיכם אנחנו ולא בני אב אחד אנחנו ולא בני אם אחת אנחנו? מה נשתנינו מכל אומה ולשון שאתם גוזרין עלינו גזירות קשות? - וביטלום, ואותו היום עשאוהו יום טוב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 5:21 pm
דורך ונבנתה העיר
68. אשה כי תזריע - אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר - וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 5:43 pm
דורך ישמעאל הכהן
מ'זאגט אויף נייטרא ר''י..

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 6:53 pm
דורך שבת אחים
ונבנתה העיר האט געשריבן:68. אשה כי תזריע - אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר - וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה.


69 . עס דערמאַנט מיר א מעשה וואס כ׳האב אמאל געהערט פון א צווייטען ראש ישיבה וואס האט זיך אמאל אויפגערעגט אויף א תלמיד האט ער אים געזאגט דבר אחר (דו) ביד חזקה שתים און אים דערלאנגט צוויי קלינגעדיגע פּעטש

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 6:56 pm
דורך ונבנתה העיר
און אז מען רעדט שוין, אמאל ווען איינער האט נישט גערעדט צו די זאך פלעגט מען איהם חתונה מאכן מיט א דבר אחר, ווי רש"י זאגט: עורבא פרח - השיאו לדבר אחר...

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:32 pm
דורך געוואלדיג
א בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:35 pm
דורך געוואלדיג
70. איך חלום טאקע אבער איך שלאף נישט
פאנעווזשער רב הרב כהאנמאן

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 8:07 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. איך האב איהם פארטוישט מיט "גאנדי" , דעם באוואוסטן גרויסן גוי'אישן "צדיק"... וועלכער האט אויסגעדריקט סימפאטיע פאר די פאלעסטינער ליידן...און נישט פאר די אידישע צרות...!



ר׳ בערל, בדרך אגב בודהא האט נישט וויי געטוהן קיין שום באשעפניש ער איז געוועהן פון די סאמע עלטסטע גוט־זאגערס אין די מענטשליכע היסטערי האבענדיג געלעבט 2500 יאהר צוריק איז ער געוועהן פון די סאמע ערשטע מענטשען צו פּראָמאָוטן פרידאָם און איקוואַלאַטי פאר יעדעם , די בודהא רעליגיע קאַנטרעדיקט נישט קיין שום אנדערע רעליגיע און עס איז בכלל נישט סותר צו אונזער אמונה אַנשטאָט טוט די בודהא רעליגיע פאָקוסן אויף ספּיריטשאַליטי און מעדיטאַציע Meditation און וויאזוי א מענטש קיין זיין בשמחה און צופרידן אפגעזעהן אין וואסערע מצב ער איז,

ס׳איז דא וואס זאגן אז אסאך שטיקלעך חז״ל און ספּעציעל פּרקי אבות זענען נאכגעזאגט פון בודהא עכ״פּ אסאך מוסר ספרים און ספרי חסידות זענען זיכער גע׳קאָפּיעט פון בודהא די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה און התבודדות איז איין שטיק בודהא וואס פארשידנע אחרונים האבן עס אריינגעברענגט /אריינגעגנב'ט אין אונזער רעליגיע דורך א אונטער־טירל,

כ׳האב געהערט אז דוד בן־גוריון איז געווהען א באַהאלטענע בודהיסט און אז ער איז געפאהרן קיין טיבעט זיך טרעפן מיט איינע פון די טיבעטן בודהא טיטשערס בשעת ער איז געוועהן די פּרעימער פון ישראל, קען איינער דאס קאָנפירמען ?

שבת אחים:קודם כל. זייענדיג א מאמין אין אמת פון די חז"ל לאזט זיך מיר נישט גלייבן (כ'האב אפילו נישט קיין הוה אמינא) אז די חכמי המשנה האבן עפעס א שמץ גענומען פון בודהא'ס לערעס אין מוסר און עטיקעט. חוץ פון דעם בין איך א אידישער נאציאנאליסט. און יא, א ציוני אויך. אזוי אז איך האלט נישט אז אונזערע חכמים האבן געדארפט צוקומען צו די גוי'אישע געלערנטע אפצלערנען זיך פון זיי שיינע מידות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 8:10 pm
דורך מאטי
71 איך שעץ אסאך מער די דיעות פון דעם סאטמער'ן רב, ווי די דיעות פון בן גוריון.