בלאט 9 פון 9
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 7:54 pm
דורך שמעקעדיג
היות ס'איז ר"ח דאנערשטאג און פרייטיג (שוין אנגעהויבן פון מארגן נאכט), מאכט אייך דעם חשבון ווען צו שניידן די נעגל.
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 8:22 pm
דורך געוואלדיג
אלערט
מארגן איז די טרויעריגסטע טאג אין יאר
זייט געווארנט
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 8:25 pm
דורך שמעקעדיג
נישט דאנערשטאג? פרייטיג איז דאך באמת א' אדר.
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:07 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:אלערט
מארגן איז די טרויעריגסטע טאג אין יאר
זייט געווארנט
געוואלדיג: אונז אידן האמיר 2 מאל אין יאר וואלענטיינ'ס דעי. חמשה עשר באב. און יום כיפור. דאס איז געווען אין די צייטן פון די גמ'. היינט איז מען נאך ביזי פון סעלעברעיטן שבת נחמו אין די קאונטרי. און יום כיפור נאכמיטאג זיצט מען אין ביהמ"ד און מ'זאגט די עבודה פון יוהכ"פ. אדער כאפט מען א דרימל ביי הפסקה...!
אפשר וועט נאך זיין א היימישער ביזנעסמאן/ענטרעפענור, וואס וועט אראנזשירן חמשה עש באב און יום כיפור טריפס אין די גרויסע האטעללן אין די קעטסקיללס...! )נישט חלילה אז מ'זאלל פארן אום יום כיפור. נאר ס'וועט זיין א וויקענד פעקידזש מיט סעודה המפסקת און מוצאי יום כיפור אויספאסטן. און יום כיפור נאכמיטאג וועללן די יונגע קאפללס ארויס גיין אין די גינות וכרמים און מקיים זיין וואס די גמ' זאגט. אויב די וויליאמסבורג'ער רבנים, צוזאמען מיט די
התאחדות וועללן לאזן (פארשטייצעך, נאכ'ן געבן דעם ריכטיגן סכום אין אפצאל אין די ריכטיגע הענט אריין.)
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:08 pm
דורך berlbalaguleh
אוי, אנטשולדיגטס. ס'האט געדארפט צו זיין א קורצע מעלדונג...וה' הטוב יכפר...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:25 pm
דורך ברוך שפינוזה
די איזראעליס מאכן א גאנצע מצב פון חמשה עשר באב, זיי רופן עס אן "חג האהבה".
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:48 pm
דורך איסר האטלקי
שמעקעדיג האט געשריבן:היות ס'איז ר"ח דאנערשטאג און פרייטיג (שוין אנגעהויבן פון מארגן נאכט), מאכט אייך דעם חשבון ווען צו שניידן די נעגל.
נר מצוה פארקויפט א פעקל פון פארטיגע געשניטענע נעגלעך, אין פאל איר האט פארגעסן צו שניידן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:23 pm
דורך שמעקעדיג
יפוצו מעיינותיך חוצה
.
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:25 pm
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:יפוצו מעיינותיך חוצה
.
א חוצפה און א העזה!
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:50 am
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:יפוצו מעיינותיך חוצה
.
אין שו"ת זאב יטרף איז ער מערער אויף "נר מצוה" ווייל מ'איז צירוק זוכה צו די נעגל אלס א צירוף פון זכייה מטעם יד און גוד אסיק למ"ד גודו וידו באין כאחת..
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 2:09 am
דורך וואלווי
געוואלדיג האט געשריבן:אלערט
מארגן איז די טרויעריגסטע טאג אין יאר
זייט געווארנט
ווענד זיך פארוועם...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 12:32 pm
דורך שמעקעדיג
viewtopic.php?p=55969#p55969שמעקעדיג האט געשריבן:די אלע וועלכע זענען מקפיד נישט צו מאכן קידוש צווישן 6 און 7 אזייגער, דארפן געדענקען אז יעצט "בעפאר" מען רוקט דעם זייגער, מאכט מען נישט קידוש צווישן 7 און 8.
נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2019 1:24 pm
דורך שמעקעדיג
לייגטס ברעקלעך פאר די פייגלעך לכבוד שבת שירה
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 11:55 am
דורך איש חזון
איך דארף פארן פאר דעם ביז קיין פלארידע?
(נשלח מצפון)
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 1:55 pm
דורך איסר האטלקי
ס'דא וואס פארן קיין פלארידע אויף שבת שירה מקיים צו זיין דעם 'ראתה שפחה על הים'...
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 1:51 am
דורך berlbalaguleh
איך קען איינעם וואס פארט קיין פלארידא מקיים צו זיין דעם ראה שפחה על הים...! פארוואס פארט ער? ווייל ער האט געזעהן אין איד דעם איסור פון התאחדות הרבנים צו פארן קיין פלארידא. האט ער זיך דערמאנט...! ראה מעשה ונזכר הלכה...!