בלאט 9 פון 94

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:25 am
דורך ישראל קאפקע
גוטער אנאליז @פאפיטעס.

ביי מיר האט האקאבי אויסגעזען נאך מער שווארץ און טונקל ווי קריסטי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:26 am
דורך ישראל קאפקע
כלבאשבוע האט געשריבן:האקעבי האט פיין אנגעצויגן דעם עולם, בעיקר טראמפ פענס, מיט זיין closing סטעיטמענט.

Yup, that was a sight to behold! :-)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:30 am
דורך chusid
איז אמעריקע צעדרייט????? דא איז א אנקעטע ווער עס האט געוואנען די דעבאטע: http://www.drudgereport.com/now.htm

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:32 am
דורך גר ותושב
@פאפיטעס העיקר שכחת טעד קרוז

Sent from my XT1056 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:33 am
דורך פוחת ועומד
chusid האט געשריבן:איז אמעריקע צעדרייט????? דא איז א אנקעטע ווער עס האט געוואנען די דעבאטע: http://www.drudgereport.com/now.htm

מיינסט דראג'ס איז אמעריקע???

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:50 am
דורך כלבאשבוע
גר ותושב האט געשריבן:ווער האט געווינען די דיבעיט

Sent from my XT1056 using Tapatalk

נישט שייך צו זאגן, קיין קלארע געווינער זענען דא נישט געווען.

מיין מיינונג:

Trump זייענדיג די העכסטע אין די פאולס האט נאר געקענט פארלירן און ער האט, ער קען נאר גיין מטה

Bush האט דא געהאט די ערשטע געלעגנהייט צו ווייזן פארוואס ער איז די מערסטע ראוי אבער ער האט עס שוואך באוויזן, נישט אזוי שטארק

Huckabee איז א מייסטער רעדנער, געווען פון די בעסטע ביים היינטיגן דיבעיט

Carson האט פיין אויסגענומען מיט דאס ביסל שאלות וואס ער האט באקומען, ער האט געמאכט דעם עולם שמייכלן אבער שטעלט נישט פאר א שטארקע קאנדידאט

Paul איז געווען אגרעסיוו אזויווי אלעמאל, שווער צו גלייבן ער האט זיך איינגעקויפט נייע חסידים

Christie איז געווען גאנץ אקעי, ער רעדט צום זאך און האט לכאורה נאר פארדינט פונעם דיבעיט

Walker האט געענטפערט יוצא זיין על פי רוב, טיפיקעל פאליטיקעל ענטפערס

Rubio איז געווען פון די שוואכסטע, שטייט נישט ארויס אויף קיין שום ערנסטע וועג

Cruz רעדט מיט שטארקייט אבער זיינע פוינט׳ס זענען אויסגעדראשן, אלעס וועט ער טון פארקערט ווי אבאמא, נאכאמאל און נאכאמאל

Kasich איז מיין געווינער, זיין בעיקגראונד איז שטארק און זיינע געדאנקן זענען געמאסטן מיט פארשטאנד, ער איז פרעזידענט מאטריאל

סך הכל, איז דא נישט געווען קיין מרפסין איגרא און רוב אויפן סטעידזש זענען שוואכע קאנדידאטן, א שאד אז Carly Fiorina איז נישט געווען צווישן זיי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 8:54 am
דורך וכדומה..
[tag]כלבאשבוע[/tag] איך בין ממש מסכים מיט יעגע איינציג ווארט וואס דו זאגסט, איך האב געקריגן די זעלבע אימפרעשין, נאר איין זאך, קארסאן האט זיך עפעס געהאלטן צו קאלט און ציניש, איך האב נישט ליב געהאט די עדיטוט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 9:48 am
דורך שעפטל
סאום האו האט מיר רוביא יא געפאלן, בין איך דער איינציגסטער דא???

און טראמפ האט מיך ביטער אנטוישט, איך בין גרייט געווען פאר א קנאקעדיגע סטענד אפ לייוו קאמעדי שאו....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 10:08 am
דורך ירח בן יומו
וואו קען מען יעצט זען די גאנצע דיבעיט?

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:23 am
דורך chaims
כלבא איך בין מסכים מיט דיר אז קעסיק האט זייער גוט אויסגענומען און ער גייט שטארק פארדינען
אגב עס איז געווען אינטערעסאנט ווען ער האט גערעדט פין געי וואס ער האט נישט געשטיצט אבער גערעדט היבש סימפאטיש האט איהם דער עולם שטארק אפלאדירט וואס איז א חידוש ביי די ריפובליקאנער
איך האלט אז קריסטי האט אויך פארדינט גענטפערט שארף אוןן פרעזידענטיש
וואלקער און רוביו און מיינע אויגען זענען ארויסגעקומען אביסל אומערפארן יונג

I can't believe I just said that...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:28 am
דורך ליפא
ירח בן יומו האט געשריבן:וואו קען מען יעצט זען די גאנצע דיבעיט?

You tube

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 11:53 am
דורך כלבאשבוע
[tag]וכדומה..[/tag] קארסאן האט געוויזן אז ער איז זייער קלוג אבער אזויווי די זאגסט קען מען אים נישט אננעמען אלץ א ערנסטער leader, אלץ דאקטאר נעם איך אים מארגן

[tag]שעפטל[/tag] רוביאו רעדט אפשר געשליפן אבער ער איז יונג און זיין רעדן איז הוילע לופט, ער האט נאך נישט קיין רוקענביין, קיין אגענדע, אפשר אין 20 יאר ארום

[tag]chaims[/tag] טאקע די וועג וויאזוי ער האט געענטפערט יענע פראגע מיט אמתדיגקייט ווייזט אז ער איז א שטאטסמאן וואס פארדינט רעספעקט

איך וויל זעהן א דיבעיט צווישן Bush-Kasich-Carly, אפשר אפילו אויך Huckabee-Carson-Christie הגם זיי האבן נישט קיין שאנס אין מיינע אויגן אבער איך האב הנאה זיי צו הערן, און זאלן די צוויי בעסטע ארויפשווימען.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 4:35 pm
דורך רויטע וואנצעס

24million Watch GOP Debate on Fox News; Most-Watched Cable News Program Ever


http://money.cnn.com/2015/08/07/media/g ... s-ratings/

The GOP primary debate nabbed a higher rating than both the Women’s World Cup final and NBA Finals.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:11 am
דורך לבלר
דאס איז אלץ בזכות רבי דאנאלד טראמפ.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 5:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
:lol:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DP6S3KE2DaI[/youtube]

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:38 pm
דורך פאפיטעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן::lol:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DP6S3KE2DaI[/youtube]



זייער זיס,
אבער איך האלט אז הרב טראמפ איז איבערגעטריבן מיטן באשמיצן מעגען קעלי פארן פרעגן נארישע אימאקטועלע פראגעס,
יעדע קאנדידאט איז געפרעגט געווארן פראגעס וואס האט בארירט זיין פריערדיגע היסטאריע, ווי למשל קארסן איבער דאקטורישע ענינים, בוש איבער משפחה זאכן, אין אלע קאנדידאטן איבער זייער פריערדיגע פאליטישע קאריערע, זייערע פראזן און מיסטעיקס,
משע"כ דער צודראדעלטע טראמפ וואס האט אין זיין לעבן נישט געהאלטן קיין פאליטישע זיץ, אין זיינע היילייטס זענען געווען נארישע טעמעס און פראזן האט מען אים אויך געפרעגט איבער זיין "פאליטישע" היסטאריע...
יעדעם פרעגט מען צו וואס ער טויגט, אין טראמפ האט טאקע באקומען די פאסיגסטע פראגן וואס אמעריקע וויל וויסען!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 1:43 pm
דורך שעפטל
נייע PPP פאול אין אייווע:
Trump 19
Carson 12
Walker 12
Bush 11
Fiorina 10
Cruz 9
Huckabee 6
Rubio 6
Kasich 3
Paul 3
Jindal 2
Perry 2
Santorum 2
Christie 1
און צוויי פראצענט האבן נאכנישט באשלאסן...

און Gilmore, Graham, Pataki צוטיילן זיך מיט די פארבליבענע 1 פראצענט....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 5:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
טראמפ רעדט שוין ענדלעך עפעס דיטעילט פאליסי... (לאז די נעקסטע פאר קליפס לויפן.)

http://www.cnn.com/2015/08/11/politics/ ... VODtopLink

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 5:19 pm
דורך פאפיטעס
היינט נאכט 10:00 נוי יארקער זייגער וועט פארקומען א איינס אויף איינס אינטערוויו מיט דאנעלד טראמפ אויף פאקס נויז ווי דארט פלאנט ער אויסצישמיסען די טענות וואס ער האט אויף זייער דזשורנאליסט מעגען קעלי

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 6:37 pm
דורך שטילע אינגערמאן
.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 6:43 pm
דורך שבת אחים
נאך איין מזל! כ׳קען ממש נישט ווארטן צו הערן וואס דער חכם מכל אדם האט צו זאגן, ער איז ממש דו מענטש וואס אמעריקע וואלט געדארפט האבן פאר פרעזידענט דעמאלסט וועט אלעס זיין בסדר! (חוץ אז ס׳וועט נישט זיין ווער ס׳וועט קלינען די ביסקיסיע און די מקוה און נאך אסאך ארבעט וואס טראמפ וואלט קיינמאל נישט געטוהן) ער האט אליינס געזאגט אזוי אז איינמאל ער ווערט פרעזידענט וועט גאנץ אמעריקע שטיין פעסט אויפן פלאץ פונקט ווי די קאסינאוס אין אטלענטיק-סיטי וואס טראגן זיין נאמען, איך קען נישט ווארטן פאר אים צו געווינען און אנהייבן בויען די וואנט אין טעקסעס אז רעפיסט זאלן זיך מעהר נישט דרייען פראנק און פריי אויף די אמעריקאנע גאסן! און איך האף אז ער נעמט נחום ראזענבערג פאר ווייס פרעזידענט דאן וועט טאקע זיין א דבר השלום!!! :לייק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 7:39 pm
דורך chusid
זשוליאני זאגט אז טראמפ איז א שטיקל ראנעלד רעיגאן וואס מענטשן שעצן נישט גענוג....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 8:24 pm
דורך smart
chusid האט געשריבן:זשוליאני זאגט אז טראמפ איז א שטיקל ראנעלד רעיגאן וואס מענטשן שעצן נישט גענוג....

איך האף ער מיינט עס נישט אמתדיג

קען זיין ער זאגט עס נאר ווייל ער ווייסט באמת גייט טראמפ נישט אין ערגעץ.. כאטש זאל ער האבן אריינגעכאפט ארינצוחנפענען אין אים..