בלאט 9 פון 10
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:37 pm
דורך איש את רעהו
די ווארט שטייט נאך פון פריערע פינעם סאטמאר רב, עניוועי עס קוקט נישט אויס אז מיר האלטן ווייט פון דעם
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 10:39 pm
דורך diff
.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 10:44 pm
דורך [NAMELESS]
אויב אזוי וואלט שוין די מלחמה געדארפט געשען נאך ביים ריזינער.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 11:22 pm
דורך איש את רעהו
מען דארף זיין א
טיפש
און שיכור
חולה מסוכן
ועוד ועוד
צו פארטייטשען אזעלכע הבלים אינעם הייליגען גאון וצדיק זצוק''ל
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 11:42 pm
דורך diff
זה מבואר היטב בויואל משה
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 11:48 pm
דורך איש את רעהו
diff האט געשריבן:זה מבואר היטב בויואל משה, אני לא חושב שהוא היה כזה
אתה לא למדת הויאל משה מימיך
דען א ווינדער דו רעדסט אזוי?
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 9:38 am
דורך matovu
ליטוואק,
אסאך רבי'ס קומען אין אלע שטעט יעדער שבת, בארא פארק, ווילי, אין אויך לעקוואד, וכו'... אלע מיני רבי'ס, גרויסע קליינע, אין אויך wanna be's...
אלע האבען אביסעל שחצנות, מיט זייערע מנהגים, אלע קומען מיט גבאים אזוי ווי איר זאגט.
אבער קיינער טראכט נישט אריין אזוי טיהף אין דעם ווי ענק.
קיינער איז נישט offended, אין מען פארט וויטער.
די פראבלעם איז ענק ליטוואקעס. די שנאה איז דארט. לערענטס ענק אויס אביסעל ווי אזוי מען נעמט אויף רעבעליך אויף א שבת פין די וויליאמסבורגער יודעליך. עס פעלט אביסעל ריכטיגער הכנסת אורחים.
ואהבתך, מיט אלע דיינע צידרייטע משלים, איז נאר א תוצאה פין אריינלערנען טיהף פשט אין שטותים, וואס א געוועטליכע יודל טראכט נישט צוויי מאל.
And this my freind is called שנאת ישראל
נעבעך אויף ענק
Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 10:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אהבת ישראל פאדערט אז ווען איינער קומט ביי מיר אין שטוב מוז איך אננעמען זיין משוגעת'ן ווי נארמאל? מ'האט מיר פארקויפט אז דער טשערנאבעלער רעבע איז א נארמאלער מענטש, און איך האב געגלייבט און איך גלייב אז מסתמא איז דאס געבויט אויף עפעס. מסתמא איז ער גאנץ נארמאל, איידעל וכדו'. אבער וויבאלד ער איז פון די גזע, ממילא ווען ער איז געווארען א רעבע און מאכט א מסע מלכות מיט זיין נאכפאלגער, ווערט ער די זעלבע שחצן ווי אלע אנדערע. אוודאי זענען אלע רעבע'ס שחצנים, אבער אזוי האבען זיי אנגעהויבען. ר' לייבוש פון אנטווערפען (איך בין נישט זיינ'ס א חסיד, איך רעד סתם פונדערויסען) האט אנגעהויבען מיט אן אנדערע מהלך און אזוי איז ער מער ווייניגער געבליבען. אבער די טשערנאבעלער אייניקלאך, ברגע זיי זענען אריין אין רעביסטיווע מיט די מעגליכקייט פון זיין אזוי, זענען זיי גלייך אריינגעפאלען. מיר האט נישט געשטערט זייער משוגעת'ן מיט ואהבתך (איך בין א ליטוואק, איך פיהר נישט אויס די ברכה מיט'ן חזן בכלל, איך ענטפער אמן געהעריג, פארשטייט זיך שטילעהייט אין א שול וואס פיהרט זיך נישט ווי מיר), אבער א ווייז אויף וואס פארא מענטשען מיר האבען צו טוהן איז דאס.
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 10:26 am
דורך [NAMELESS]
די אלע זאכן וואס ליטוואק טענה'ט, האלט איך אויך אזוי (אין הארצן). אבער ווען א ליטוואק זאגט עס, איז עס שוין א פראבלעם.
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 10:46 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז מסתמא דא פילען פאר די פראבלעמען.
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 11:06 am
דורך [NAMELESS]
אין חכם כבעל הניסיון...
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 11:37 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בן אדם האט געשריבן:די אלע זאגן וואס ליטוואק טענה'ט, האלט איך אויך אזוי (אין הארצן). אבער ווען א ליטוואק זאגט עס, איז עס שוין א פראבלעם.
אבער דיין הארץ האט דאך נישט קיין צלם דערין, ממילא מעגסטו....
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 6:01 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק שיין העלמיר אויסזעהן ווען מען וועט אפ'פסקענען די גזע למעלה בקודש לויט וויאזוי די היינטיגע גדעלים פירן זיך אין די ליטא, עס איז א שאנדע צו מייחס זיין חלילה צו די הייליגע גדולים פון די ליטא אזא נארישע און שחצנותדיגע מהלך וואס די היינטיגע ליטפישע גדעלים האבן גענימען.
די דורות פאלן נישט נאר ביים המון נאר פי כמה ביי די וואס זיצן ביים שרביט הזהב
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 6:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס זאל א ליטווישע זיין משועבד צו מענטשען וואס קומען פון זיין מדינה? דא רעדט מען פון אייניקלאך און מענטשען וואס זאגען זיי פיהרען זיך אזוי ווי זיי האבען געזעהן ביי זייער זיידע'ס.
אויכ'ט מ'קען ליינען די היסטוריא און די מעשה'ס פון פריערדיגע טשערנאבעלער רעבע'ס, און ס'שטימט טאקע לויט'ן היינטיגע גאנג.
אגב, אז מ'נעמט די גרעסטע שחצן פון אלע ליטווישע ראשי ישיבות און די גרעסטע ענוותן פון אלע חסידישע רעבע'ס און מ'שטעלט זיי צוזאמען, שטייט דער ליטווישער נאך אלס אסאך קלענער אין שחצנות. ס'נעמט נאך אסאך צייט ביז מ'וועט אניאגען אונזער חסידיש'ער שוועסטער-קינדער.
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 7:29 pm
דורך חקרן
ליטוואק און די אנדערע חברים:
איך בעט נאכאמאל, ביטע נישט פארוואנדלען דעם הערליכן היסטארישער אשכול אין א מנשה-לוסטיג סטייל שמוץ-באד. אויב איר ווילט, קענט איר באוואשן שיינדלען, אויב איר ווילט, באוואשט דעם סאדיגורער אדער דעם ליעווער אליין. פארוואס זאלט איר שמועסן שלא לגופו של ענין און פארשמירן אזא שיינעם אשכול מיט פאליטיק? - אויב איר ווילט דוקא, דאן עפנט א באזונדערן אשכול, ליידנט אהין מנשה לוסטיג וחבריו און פראסקעט אייך אויס עד אשר יצא מאפכם, אבער לאזט מיין לאט קלין ביטע...
האלט דעם דאזיגן אשכול פאר דעם ספעציפישער געשיכטע און די היסטארישע פאקטן ארום, שמירט נישט ארום אין אנדערע זאכן.
א גרויסן דאנק פארן צוהערן צו מיינע ווערטער.
חקרן
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 7:44 pm
דורך diff
זאג מיר נישט אז האסט נישט געוויסט וואס קומט. יעצט זיי מוחל תבוא אמו ותקנח את הצואה
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 11:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די תכלית פון היסטוריא איז אויפצודעקען די היינטיגע מציאות. אנדעריש איז דאס סתם אלטע פארשטויבטע נערישקייטען. נאר אז מ'קען אפלערנען אויף דער צוקונפט לוינט זיך עס. דעריבער האט עס א פלאץ אויסצושמועס'ן די זאכען.
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:02 pm
דורך יהושע חיים
@ליטוואק פון בודאפעסט די מיינסט צו זאגן אז דא לערנט מען היסטאריע אליבא דהלכתא
געוואלדיגע געדאנק!!!!
מען זאגט נאך פון א חסידשע רבי ער האט געהייסן הרב יואל טייטלבוים זצ"ל פון די באקאנטע סיגעטער גזע ער האט נאך די קריג געהאט עפעס מיט די גדולי ליטא אויך איז אפשר האסטו געהערט פון עהם (איך מאך סתם א ווערטל)
הוא היה אומר אז מען דארף לערנען נ"ך (א זאך וואס מען האט ביי געוויסע חסידישע מקומות נישט געהאלטן) פארוואס האט ער געזאגט אז היסטאריע חזרט זיך איבער יעדער פאר יאר און מען דארף זיך לערנען וואס נישט צו טיהן ודפח"ח
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:09 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די תכלית פון היסטוריא איז אויפצודעקען די היינטיגע מציאות. אנדעריש איז דאס סתם אלטע פארשטויבטע נערישקייטען. נאר אז מ'קען אפלערנען אויף דער צוקונפט לוינט זיך עס. דעריבער האט עס א פלאץ אויסצושמועס'ן די זאכען.
איך טו אביסל אנדערש, איך קוק אויף די היינטיגע ליטוואקעס, און דורך דעם פארשטיי איך די אמאליגע...
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאקע ריכטיג. אז מ'נעמט די העלדען און די שטרעבונגען פונ'ם חסידישע ציבור, זעט מען וואס מ'איז מחשיב און וואס מ'האט מקבל געווען. ווען מ'זעט די העלדען און די שטרעבונגען פונ'ם ליטווישע ציבור, זעט מען וואס מ'איז מחשיב און וואס מ'האט מקבל געווען.
איהר זענט געליידענט צוצושטעלען דער סקולענער רבי מיט הרב שטיינמאן און דערנאך קען מען שמועס'ן. אין קענשאפט פון תורה, אין ארנטליכקייט אין געלט (רייסען געלט פון פארצרה'טע אידען פאר מוסדות וואס עגזיסטירען נישט?!), אויסגעהאלטענער הדרכות עפ''י תורה, אחריות פאר אנדערע אידען, און הכנעה צו תורה בכלליות.
(פארצופאל איז הרב שטיינמאן נישט מיין העלד, אבער פאר'ן ציבור יא, און אויפצוווייזען דער חילוק צווישען דרכי התורה און דער אנדערע דרך איז ער גענוג)
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
די כאפסט אן יסודות'דיגע חילוקים. די גדולים "ליגען" און לערנען און די רבי'ס (סקולען) "ליגען" און עבודה און אביסל צדקה. הצד השווה שבהן אז ביידען'ס מקורבים קענען זיי פארדרייען א קאפ וואס זיי נעמען נאכדעם אן באמונה שלימה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 8:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און דאס האב איך געמיינט. מיט'ן 'ליגען' אין צדקה רייסט ער (נישט זיין גבאים און נישט זיין קינדער, ער אליינס זאגט עס אלס א סגולה פאר שטערבליכע קראנקע) געלט פון פארצרה'טע מענטשען פאר מוסדות וואס עגזיסטירען נישט. איך בין נישט זיכער וואס דער עבודה איז, תפלה האט געזעצען און מהלכים. איך ווייס נישט וואס דער עבודה פון מאכען ניגונים איז, אבער ווען מ'קוקט אין ספרי מוסר ויראה במאערקט מען נישט קיין שום חלק פון זיין סדר היום. ס'איז א באנקראטער קולטור, און מ'דארף נאכפארשען די היסטאריע און ריכטיגוויאזוי מ'קען פארשטייען ווען די זאך האט זיך אנגעהויבען, אויף וואס איז עס געגרינדעט, און עס אויסמיידען אין די חלקים פונ'ם ציבור ווי ס'איז נאך נישט איינגעווארצעלט.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 01, 2015 11:35 pm
דורך diff
פארוואס ביי דיינע זאכען פארמאכסטו ס'מויל. אזוי זענען די ליטוואקס ?י
viewtopic.php?f=4&t=9384כאטש ביזטו מודה אז מהאט געדארפט בטל מאכען די קהילות