בלאט 9 פון 16

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 6:56 pm
דורך געוואלדיג
ר' מנשה, איך האב גארנישט געמיינט, איך פרעג ווען מען האט אנגעהויבן די קבלה טובה/מנהג פון מאכן א הדלקה פאר די קינדער אין סקווירא.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 7:03 pm
דורך בונדל
מיט קרוב צו צען יאר צוריק איז עס איין געפירט געווארן פאר די קינדער אין חדר, און אויב געדענק איך גוט - דורך א מנהל ר' וועלוועל האלצלער און א מלמד ר' וועלוועל שמעלצער. קודם פלעגן עלטערע אידן עס אנצינדען. שפעטער האט זיך עס געטוישט צו עלטערע מלמדים. יעצט איז עס געריקט געווארן צו דעם שוהל געגנט, אנגעפירט דורך די 'לטהר' וואס ארבעטען קעגן טעכענאלגיע, און דער דיין האט עס אנגעצינדן.
עס איז געווען א שיינער מארש פון די חדר צו דעם מעמד הדלקה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 7:08 pm
דורך מנשה לוסטיג
יעצט גייט זיין די טיש

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 7:46 pm
דורך חאצקעל שניידער
יש שידור?

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 7:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גערעכט, דער טענה איז טאקע אויף יעדער חדר, כולל מיין קינדער'ס חדר. אבער קיינער האט נישט די חוצפה און טפשות דאס אנצורופען א קידוש ה'. מ'קוקט עס אן ווי א ביליגער ענטערטעימענט פאר די קינדער, נישט מער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 8:40 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך שעם זיך אפילו, אבער מיין יונגעל זאגט מיר פריער, אז ער האט אונטערגעשריבן די קבלות טובות, וואס מ'האט געטיילט פארן מארטש, נישט צוצורירן די טעכנאלאגישע כלים וואס זענען אסור.
מער וויל איך נישט ניצן מיין זון פאר מיינע אקטיוויטעטן, זאל ער זיין א גוטע יודעלע אמן.

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'הייסט קינדער חתמנ'ען?! קאללעקטיוו מאלעסטעישען?! און דאס איז נאך דער קידוש ה'?!
און דאס נישט וויסען קיין חילוק צווישען אן איסור, א חומרא, א גדר וסייג און א הנהגה טובה איז א מקור פאר אסאך פראבלעמען וכמו''ש רבינו יונה. ובפרט בחינוך הבנים כמובן לכל בר דעת.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:24 pm
דורך מנשה לוסטיג
חאצקעל שניידער האט געשריבן:יש שידור?

די געווענליכע נומער, אוואו מ'קען אלעס מיטהאלטן = פארווער ס'קען נישט קומען צום טיש.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
חאצקעל שניידער האט געשריבן:יש שידור?

די געווענליכע נומער, אוואו מ'קען אלעס מיטהאלטן = פארווער ס'קען נישט קומען צום טיש.

און פאר ווער ס'אינטרעסירט, כמובן... :lol: :roll:

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:05 pm
דורך חאצקעל שניידער
וואס איז די געווענליכע נומער?
מנשה קאם אן וואלסט שוין געמעקט מאכן אויף צום זען אויך ,מזאל קענען זען די צורה פונ׳ם העיליגין רבי , וואו ער עסט וואו ער וועינט דאס אלס געיט נישט אריבער אויפן טעלעפאן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
אה, ס'קומט דעם שבת די הילולא רבתי פונעם קודש הקדשים מרן המגיד הקדוש מצ'רנוביל זצוקללה''ה זי''ע ועכ''י.
מוצאי שבת וועט זיין דאס היסטארישע מעמד פון התחלת לימוד מאור עינים בעיון רב.

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:36 pm
דורך חקרן
איר האט נישט ארויס די טענה פון לוטוואק. ער פרעגט היתכן אז מען מאכט א הדלקה לכבוד 'רבי שמעון' אין הייליגן שטעטל, בשעת דער רבי איז דארט. מ'העט דאס ווען געדארפט מאכן לכבוד דעם רבי'ן. איז רבי שמעון העכער פונעם רבי'ן?

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:53 pm
דורך חאצקעל שניידער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
חאצקעל שניידער האט געשריבן:יש שידור?

די געווענליכע נומער, אוואו מ'קען אלעס מיטהאלטן = פארווער ס'קען נישט קומען צום טיש.

כזעע כבאקום נישט די נומער מן הסתם ווייל כוואלטעך געקענט קומען וואוזוי ווייסטע אפשר האב איך ניטש געקענט קומען?[emoji39][emoji39][emoji39][emoji39][emoji39][emoji39]

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:01 am
דורך מנשה לוסטיג
יעצט קומט פאר די 'גורל', דורך דעם רבי'ן זז''ג.
עמער זען וואס א מסכתא כ'וועל באקומען...

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:09 am
דורך חקרן
כ'קען זיך נישט סטאפן צו פרייען.

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 4:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חקרן האט געשריבן:איר האט נישט ארויס די טענה פון לוטוואק. ער פרעגט היתכן אז מען מאכט א הדלקה לכבוד 'רבי שמעון' אין הייליגן שטעטל, בשעת דער רבי איז דארט. מ'העט דאס ווען געדארפט מאכן לכבוד דעם רבי'ן. איז רבי שמעון העכער פונעם רבי'ן?

דו האסט יא ארויס צו נישט? דו פרעגסט צו דו ענטפערסט?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 7:05 am
דורך diff
ער פוסטעוועט דא אויף ק"ש ותבן, אבער טיילט איין אנדערע וואס צוטון מיט צייט

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 7:13 am
דורך diff
מסתם ברויגזטו בכלל אויף דער חשיבות פון חסידישע שחיטה. נאר שעמסטך ארויפצוברענגען וויזוי ספלעג זיין

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 7:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאקע ווי פלעגט עס זיין? לאמיר הערען. און ווען פלעגט דאס זיין? פאר מ'האט גע'עפענט דער סקווערער שחיטה? הייסט'ס סאטמארער שוחטים טויגען נישט? ווער איז יורד לחיי חבירו?

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 7:52 am
דורך diff
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טענו בחיטין והודה לו לזכר קדשו

דער פתגם פאסט מער דא

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 8:09 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האלט שוין אין די ניינטער בלאט פון די אשכול און ביזדערווייל ווייסט מען פון א גורל וואס דער רבי וועט פיהרען (שאלה לחדודי, ווער נאך אין נ"ך האט געמאכט א גורל?), עפעס אן אומקלארער זיכוך המדות און א פארוואלקענטע מסורה פון בע"ש, מיט אן אויסשטעל פון שוחטים וואס האבען א יראת שמים וואס קיינער קען נישט אדער וויל נישט ערקלערען מיט וואס ס'שטייט. איך פארשטיי אז ס'איז נישט דא קיין סאך סקווערער חסידים דא אין שטיבל, זיי פאסען טאקע אריין מער אין אייוועלט, אבער יעצט וואס מ'האבען מיר דער זכייה צו א נייער טרינקער אשר בשם [tag]בונדל[/tag] יכונה, אפשר קען מען האפען פאר א נייער גייסט ווי מ'וועלען איין מאל פאר אלעמאל זיך דערוויסען די יסודות פון חסידות סקווער.

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 8:18 am
דורך diff
זיי פאסען טאקע אריין מער אין וועלט,

איר שימפט שוין זעקס און צוואנציג בלאט אויף סקווער. מוייסט נאכאלס נישט פארוואס. אבער שימפט ווייטער

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 1:29 pm
דורך בונדל
שכויעך ר' ליטוואק פאר אייער ברוך הבא. איך וואוין טאקע אין סקווירא, אבער איך בין א נייטראלער. פרעג מיר נישט די הייקעלע פראגעס, איך בין נישט פון די פארשטייער. איך גיי אין שפאן, וואס מען הייסט - דאס טוה איך.
מוצאי שבת וועט זיין א צענטראלער שמועס דורכ'ן רבי'ן, לכבוד דער יארצייט פון דער טשערנאבילער מגיד. מאכט זיך נישט יעדן טאג אזא שמועס.
שטארקע מעגליכקייט אז דער רבי וועט אויך דערמאנען איבער די מייל ארום סקווירא, אז מען זאל נישט קויפן דארט קיין הייזער. און אז מען זאל טון נאר היימישע שידוכים.