בלאט 9 פון 9

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 3:00 am
דורך [NAMELESS]
קאך_לעפל האט געשריבן:נישטא ווער עס זאל לאכען.......

אודאי!
רוב חברי הקאווע שטיבל לאכן פון דיר, אזש מתים וועקן זיך אויף פון דעם הילכיגן געלעכטער.

ווען זיי ווערן געוואויר פארוואס און פון וועם מיר לאכן, זינקען זיי איין פאר בושה אז ס'נאך דא אזעלכע שטירמער'ס ווי דיר אין כלל ישראל, און פאקן זיך גלייך צוריק אין ערד.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 7:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'קען איינער זאגען פונקט וואס האט מען אפגענארט דער בעלזער רב? וואס פארא שקר האט מען איהם געזאגט אז ער האט מסכים געווען צו טרעטען אויף אן אפענער איסור אין תורה, א יהרג ואל יעבור? מ'רעדט און מ'רעדט פון אפנער'ן אבער קיינער קען מען נישט זאגען וועלכע שקר מ'האט איהם געזאגט! דער בעלזער רב איז לכו"ע נישט געווען קיין נער, מ'האט זיכער א געזונטע שטיקל דא אפגעטוהן, ניין?

און דער בעלזער רב'ס התנגדות צום אגודה, אפילו אינדערהיים, איז גארנישט אזוי באשטעטיגט. יא, זיין טאטע איז געווען קעגען לויט יענער אומשטענדען, אבער זיין זוהן האט גארנישט געזאגט קעגען, און די אומשטענדען אין א"י איז אזוי ווייט פון פוילין, אז דער צושטעל פון ביידע זייטעו, די תומכים און די מתנגדים שטימט נישט.

וועגען איטשע מאיר איז אם אינטרעסאנטע זאך. איך קען עסקנים פון דער נאנט און איך בין גאנצליך נישט נתפעל. אבער ביי איטשע מאיר ווערט א גאנצע טאראראם. אדער איז ער א חכם מכל אדם א תלמיד חכם שאין כמוהו און א משונה'דיגע ערליכע צדיק וכו' וכו' וכו', אדעק איז ער פון די ערגסטע זייפנים ושקרנים וואס איז נאר מעגליך. ס'איז נישט מעגליך אז ער איז געווען א פלעינע עסקן, געליינט דער דעת תורה אין צייטונג און געטוהן פאר'ן אידישע געזעלשאפט וואס ס'האט גענויט, טאקע פונקט ווי הרב משה דוד נידערמאן וכדו', נישט מער און נישט ווייניגער? Try that one on for size

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 8:57 am
דורך געוואלדיג
וועגן בעלזאער רב'ס מיינונג בנוגע בחירות האב איך שוין דא געשריבן

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 11:44 am
דורך גאנצל
קפה נמס האט געשריבן:@גאנצל
איינער וואס רוב דבריו איז געשטעלט צו פארהוילן און פארדרייען די אמת, פעלט נישט אויס צו ברענגען איינציגע משלים.

ווען דו וואלסט געקענט די מציאות פון דער נאנט, און וואלסט געהערט ווי ער שילדערט פאר די בחורים מוצ"ש ווער רב שטיינמן איז וואלסטו געבראכן פאר עקל.

ער שטייגט איבער לדעתי אלע מזייפים, ווייל לויט די מאס ידיעות וואס ער האט, מוז זיין אז ער ווייסט דעם אמת, און איז במזיד מסלף.

נעם א משל די אויבנדערמאנטע מאמר ווי ער טרעפט אויס אז אלע גדולים זענען געווען עטוואס איינשטימיג מיט'ן רבי'ן. ווי ער לאזט אויס אלע קלארע עדות'ן פון אלע וואס האבן זיך טעגליך געדרייט פאר יארן לאנג ארום די גדולים און ער כאפט זיך ארויף אויף צוויפלהאפטיגע מימרות מיט שוואכע מקורות. דארפסט מער פון דעם ??


גענטפערט ווי א סאטמארער........ מ'דארף נישט אויפווייזן

הער מיך אויס דער הר' טעלער ברענגט מעשה'ס און מאמרים פון מענטשען מיט נעמען אז דו קענסט עס אפווענדן איז גוט אז נישט איז עס יור פראבלעם

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 12:40 am
דורך אלס ווייסער
אדנירם האט געשריבן:פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען דעם פראבלעם וואס איז מער נפוץ אין סאטמאר ווי אין אנדערע קרייזן, דארף נישט מער ווי ליינען איש את רעהו'ס ווערטער צו כאפן פונקטליך דעם פראבלעם. ב"ה די סארט שמאלקעפיגקייט ווערט ווייניגער און ווייניגער, און מער און מער סאטמערע אידענטיפיצירן זיך נישט מיט פיליפינע"ן און טעלערלע"ך [ווער געדענקט?], אבער דאס איז אין קורצן זייער פראבלעם.

ואליכם [tag]איך אויך[/tag], [tag]דעת תורה[/tag], [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], ושאר חברים אקרא בקול גדול: זייטס מונע דעם נארישן ויכוח, מיט א נארישן ניק, וואס רעדט נארישקייט אויף איינער פון די גרעסטע גדולי הדור. זיין פלאץ איז אין צימעס, דארט קען ער עסן מייערן מיט צימעס אנעם עפענען א גמרא, און דארט קען ער פסק'ענען וויפיל ער וויל ווער איז א 'הגה"ק' און ווער איז בלויז א 'ר'.

איך שרייב נישט דא כמעט אבער איך דריי זיך אסאך, דאס איז וואס מיר באדערט פון קאווע שטיבל, איעדעס מאל וואס די סאטמארע נושא קומט ארויף (און עס קומט אסאך ארויף) איז אויב ביזטו קעגן סאטמאר ביזטו וועלקאם צו שרייבן וואספארא שטותים/שקרנות און קללות קעגן סאטמאר איר ווילט, די מינוט וואס איינער קומט זאגן די אנדערע זייט הייבט זיך אן א גאנצע מערכה ״גיי קיין צימעס״ אדער ״שמאל קעפיגער סיקריק״ וכו׳ וכו׳, העלאו??? הזאת קאווע שטיבל? קען מען טאקע מער נישט האבן א נארמאלע ארגומענט דא?

לעניננו: ליינט דורך דעם אשכול וועט איר זען אז קיינער האט נישט געברענגט קיין שום באווייזן צו בארעכטיגן זיין זייט, פארוואס זאל דאס זיין אזוי? מיר לעבן היינט אין די ״אינפארמעישן עידזש״ וואו כמעט אלעס איז אוועילעבל אנליין, פארוואס זאל זיך קיינער נישט מיען צו פירן א נארמאלע אינטעליגענטע שמועס אן קיין העיט?
איך דריי זיך שוין דא פונעם טאג וואס קאווע שטיבל האט זיך געעפנט און איך מוז אייך זאגן אז די קוואליטי דא האט געדראפט צו למעטה מעשרה טפחים, א ״healthy argument " איז ״די״ סיבה פארוואס קאווע שטיבל איז געגרינדעט געווארן, פארוואס זיך נישט האלטן דערצו עכ״פ למחצה לשליש או לרביע?

אגב נאטינג פערסאנעל קעגן רב אדנירם, איך האלט איר זענט א גוטער שרייבער, עס איז פשוט די ענווייראמענט דא איז פאר׳סם׳ט

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:56 am
דורך [NAMELESS]
קודם כל, האסט דאך דאס געקענט שרייבן ווען דער אשכול איז געווען אקטיוו, לשיטתך אז דו ליינסט אקטיוו זייטן אנהייב פונעם התייסדות פון קאווע שטיבל.

לגוף דבריך, חוץ פונעם באזונדערן ייש"כ פארן האקן אויפן שטיבל וואו דו דרייסט דיך מיום הווסדה - אנעם צוגעבן עפעס צום שטיבל, פארשטיי איך נישט וואס דיין יעצטיגע תגובה האט געזאלט צוגעבן. כ'האב שוין געשריבן קלאר - אויף אן ענדליכן טענה פון א צווייטער, אינעם אשכול - אז ער זאל אהערברענגען סיי וועלכע ארטיקל פון 'איז דער חוב טאקע אזוי קדוש?' פון שש"ט, וואס איז געווען א 'פראנט ראנער' ארטיקל אין בלאט גאר א לאנגע צייט, און איך וועל אויפווייזן זיין ליצנות, שקרנות, וסילופים, אין 'נאו טיים'.
איך גיי נישט נאכפלאפלען זיינע בויך וויי, כדי זיי אפצואווענדן. ברענג דו זיין לשון, און איך וועל אים צומאלן אין א מינוט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:18 pm
דורך שמעקעדיג
כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:37 am
דורך אדונינו
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

איר מיינט ׳דער בלאט׳??

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:48 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם: האלאו. דו ביסט דאהי. שוין לאנג נישט געהערט פון דיר...!
אדורכבלעטערנדיג האביך באמערקט דיין תגובה פון מאי 21. 11:26 ביינאכט. (בערך) דו ברענגסט אן אויסצוג פון דעם שטירמער שרייבער וועלכער הייסט קאך לעפל. (א חוצפה אנצורופן ר' איטשע מאיר לעווין שייגעץ און אנדערע כינויים של גנאי.(
דו האסט אבער פארגעסן מוסיף צו זיין דאס ווארט.בעיבי. איך ווייס נישט אויב יוליוס שטרייכער ימח שמו (א קאלעגע פונ'ם קאך לעפל) איז געווען אזא בעיבי ווי די בהמות זענען... :roll:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:56 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געוווען מיט אפיקורסים? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! אצינד קען איך מיך גיין לייגען!

ווען איך וועל שטיין פארן בית דין של מעלה און מען וועט מיך פרעגן, האסטו דיך מתווכח געווען מיט אוממענטשן? וועל איך מיטן פילן מויל קענען זאגן ניין! מיט אומערצויגענע חיות וואס שרייבן שר"י אויף רי"מ לוין און הגה"צ אויף שש"ט, האב איך מיך נישט מתווכח געווען!


#שטירמער יארע 2015 אלערט.

אדנירם: ליינענדיג דיין תגובה פון פאראיאר, האט זיך מיין האנט אינסטינקטיוו גערוקט צום לייק קנעפל. אבער איך האב באמערקט אז איך האב שוין פאריאר געדרוקט דעם לייק קנעפל. און אונז ווייסן דאך דעם כלל פון .."כל היתר כניטל דמי"..." ווען איך וואלט געווען א מגיד שיעור (א בעל עגלה א מגיד שיעור)... :lol:
וואלט איך געברענגט דעם משל. ס'נישט דא א מער צוגעפאסטע משל. נאר מיט 40 יאר צוריק האט מען נישט געקענט מסביר זיין פאר תלמידים וואס ס'מיינט א ..."לייק"... באטטאן... :lol: :roll:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:04 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

שמעקעדיג: יא. זיכער. ס'איז נאר דא אן איינציגער. אחד יחיד ומיוחד.
מהאי טעמא האביך טאקע נישט געשריבן די וואך מיינע קאמענטארן אויף זיין פערדישן ארטיקל... :roll:
ער איז אזוי פרעדיקטעבל. אז ווען כ'האב אפגעליינט די ערשטע פאר שורות האביך כאילו געמאכט א ..."בעט/וועט" מיט מיר אליין אז איך ווייס וואו אהין דער ארטיקל צילט. און ווער זיינע סובדזשעקטס גייען זיין. למשל, דער חמור, דער מלך החיות וועט זיין נתניהו מיט די מדינת ישראל רעגירונג און די חברי כנסת המינים פון די אגודה. און פארשטייצעך אויך דער ..."פרייער" צר החינוך נפתלי בענעט...! אזוי איז א יעדע וואך ער איז פרעדיקטעבל. ווייל ער קייעט איבער די זעלבע שטותים והבלים וואך איין. וואך אויס. ככלב שב על קיאו...!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:16 am
דורך שמעקעדיג
אדונינו האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

איר מיינט ׳דער בלאט׳??

ניין. איך האב געמיינט דער איד. און דעריבער פרעג איך טאקע.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:18 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'זעה א מזל טוב אין 'דער איד' פאר שש"ט. איז עס טאקע פאר דעם יעניגן?

איר מיינט ׳דער בלאט׳??

ניין. איך האב געמיינט דער איד. און דעריבער פרעג איך טאקע.

וואסי..? הרב ישראל מ. סופר האלט שוין ביי ריטייערן...?!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:56 pm
דורך קפה נמס
דברים כדרבונות פון ידידינו @שיטה מקובצת:
דברי מחאה על מחאות ההבל של בעל האשכול

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
אין די אויסגאבע פון בלאט פון די פארגאנגענע וואך פ' בראשית, האט הרב טעללער שליט"א זיך צולאזט מיט א מאדנע העדליין. ...,נישט קיין מאראטאן. און נישט קיין כאפצעם...נאר...!

כדרכו ב'בהמה'שקייט קומט ער אייביג פונ'ם ..."לינקן פעלד"...און מאכט א מאדנע נקודה שלא מן העניין. געוויינליך נאכ'ן אדורכליינען דעם 2'טן פאראגראף ווארף איך עס אוועק. ווייל איך כאפ שוין זיין נקודה. און ס'עקלט מיך א יעדעס ווארט וואס ער זאגט. יעצט, אבער האט מיך געצויגן דאס נייגעריגקייט. און כ'האב מיך געצווינגען אדורכצוליינען זיינע אלע שטותים וואס ער בראקט דארט. נאר פאר מ'גייט ווייטער האביך באמערקט אז ער הייבט אפילו נישט אן צו וויסן וואס ער רעדט. שמועסנדיג איבער די 3 געהויבענע טעג פון הושענא רבה, שמו"ע און שמחת תורה, האט ער געוואלט ווייזן זיין גאונות. און ער ברענגט צו א בלע"ז פון רש"י הק'. ס'איז אבער די ראנג בלע"ז...! איך וועלל נישט אראפברענגען די פרטים. ווייל פאר אונזערע חשוב'ע ליינערס און שרייבערס פון קאווע שטיבל (עפ"י רוב. רובא דרובא.) ליגט די גאנצע בלע"ז ביזנעס נאך ווייניגער ווי אין די לינקע פיאה. שוין. אריינגייענדיג טיפער אין די סוגיא, ברענגט ער אראפ א מחזה הוד וואס ער האט געזעהן. אז הונדערטער יונגעלייט זענען געלאפן אום שמחת תורה פארטאגס. האט ער צוערשט געמיינט (מיט זיין פאלשן, געמאכטן תמימות. אזוי וויל ער איינרעדן פאר'ן עולם.) אז מ'לויפט צו א כאפצעם. אדער ח"ו צו א מאראטהאן. ביז ער האט מכח נייגעריגקייט געפרעגט עטליכע יונגעלייט וואס איז די געלויפעניש. האבן זיי איהם (דעם תמימות'דיגן יונגל) געזאגט אז זיי לויפן אהיים נאך צו קענען מאכן קידוש און עסן די יו"ט'דיגע סעודה פאר'ן עלות...!

אט יעצט צופיהרט ער זיך די הענט. און ער הייבט אן צו שילדערן בשבחם פון אט די יונגעלייט. אבער ביי איהם, מאכן א פאזיטיווע נקודה אן אראפצוקלאפן א צווייטן. אדער א צווייטע גרופ איז דאך נישט מעגליך. זאגט ער אזוי. דאס איז א שינע מחזה הוד. לעומת די אנדערע היימישע אידן וועלכע פלעגן, נאך בימי רביה"ק זי"ע, אפדאווענען א שנעללן מעריב. און מאכן שנעללע הקפות (כלשונו). און אהיימגיין מאכן קידוש. עסן די סעודת יו"ט און נאכדעים צוריקקומען צו די הקפות פון רעבי'ן זי"ע. שרייט ער אז דאס טויג נישט. און אגב, וויינענדיג און קלאגנ'דיג באוויינט ער שוין אויכעט די אלע איבעריגע פירצות פון כלל ישראל.די פירצות בעניני צניעות. מיט די לאנגע, פריצות'דיגע שייטלעך (כלשונו). און די סמארטפאונס. און די אלע איבעריגע נגעי ה'טעכנאלאגיע. יא. אויכעט די פירצה אז די מענער רעדן צו די שוועגערינס און שוועסטערס. מיט די קרובי המשפחה פון די ווייבער שול. (כלשונו)...!

אבער... אט די ינגעלייט וועלכע זענען געלאפן שמח"ת פארטאגס אריינצוכאפן קידוש און די סעודת יו"ט פאר'ן עלות. זיי האבן אט די אלע אויסגערעכנטע מעלות (היפוך פון די חסרונות פון די אנדערע גרופס ביי כלל ישראל. כלשונו)...זאגט ער זיי אז זיי זאללן זיין שטאלץ און זיין בבחינת ויגבה לבו בדרכי ה'. ואל יבושו מפני המלעיגים. כאילו ס'איז דא איינער וואס שטערט זיי. אדער קוקט זיי אראפ...!

יא. נאך א נקודה פאר זיין קיטרוג אויף כלל ישראל האט ער געמאכט. אז רוב פון די היינטיגע יונגעלייט גייען מיט אויסגעפוצטע בערד. און אויסגעביגלטע העמעדער...!

לידיעתך. הרב ש.ב. מרגליות שליט"ע. לויפן שמח"ת פארטאגס כדי אריינצוכאפן קידוש און די סעודת יו"ט פאר'ן עלות. ניין. דאס טוה איך ליידער נישט. ווייל יענע שעה כראפעץ איך ב"ה גוט אוועק אין מיין בעט. איך דריי מיך אפשר אויס אויף די צווייטע זייט. אבער מיין בארד איז היפש צולאטשעט. (אזוי זאגט מיין משפחה). און איך האב שוין נישט אנגעטון א געביגלטן העמעד פאר די לעצט 30 יאר (לכה"פ. מיינע אלע העמעדער זענען פערמאנענט פרעסס. און זיי ווערן אנגעטון פונקט אזוי ווי זיי קומען ארויס פון די וואש מאשין...!