בלאט 9 פון 9

Re: מסעות ד'שש משזר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:21 pm
דורך אבי גערעדט
שש, א ריזן דאנק נאכאמאל, וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א שיינע פידיעף דערפון און עס לייגן אלס א ספעציעלע ביילאגע אינעם קומענדיגן קאווע שטיבל מאגאזין

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:35 pm
דורך chosen people
הרב אדנירם א גרויסן שכח פאר אלע דיינו אשכולות ספעציעל די אשכול וואס עס קען זיין נוגע למעשה אסאך.
אויב איך מעג פרעגן פון בר ששת און ארום איז נישט דא קיין בילדער?
נ. ב. איך וויל וויסן פארוואס איז די לייק קנעפל אנפאנג פון די תגובה איך לייק א תגובה לויט די אינהאלט און נישט ווער עס האט עס געשריבן אויב אזוי דארף די לייק זיין אינטען נאך די תגובה, פארוואס זאג איך עס ווייל אסאך מאל נאכן ליינען ר שש'ס תגובה וואס איז גווענדליך רייך אין לאנג דארף איך ארויף סקרוילן ביזן אנפאנג די תגובה אין געבן א לייק, און אויב איך ליין א פאר תגובות אויף אמאל איז נאך א גרעסערע פראבלעם..

Re: מסעות ד'שש משזר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:40 pm
דורך ירא שמים
האסט דא געגעבן אסאך לידס … כדארף עס נאך צוזאמשטעלן …

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:21 am
דורך [NAMELESS]
chosen people האט געשריבן:הרב אדנירם א גרויסן שכח פאר אלע דיינו אשכולות ספעציעל די אשכול וואס עס קען זיין נוגע למעשה אסאך.
אויב איך מעג פרעגן פון בר ששת און ארום איז נישט דא קיין בילדער?

שוין געשריבן, אז כ'האב פארגעסן צו נעמען א בילד צוזאמען מיט בר ששת, און כ'האב מיך געשעמט צו נעמען בילדער ביי אים אינדערהיים.
ווייטער אין בני ברק בין איך נישט עכט 'ארומגעגאנגען', און ס'נישטא קיין אינטרעסאנטע בילדער אן מיר.

כ'האף אז דער עולם האט טאקע הנאה געהאט פון די 'מסעות'. און ייש"כ פאר אלע וואס האבן זיך אנגערופן דורכאויס'ן מסע, מיט תגובות ולייקים, אזוי אז ס'האט מיר געשטופט צו שרייבן ווייטער.


אבי גערעדט האט געשריבן:שש, א ריזן דאנק נאכאמאל, וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א שיינע פידיעף דערפון און עס לייגן אלס א ספעציעלע ביילאגע אינעם קומענדיגן קאווע שטיבל מאגאזין

איך קען זיך אונטערנעמען צו מאכן א פי. די. עף. פון די מסעות, אבער די בילדער קען איך דערווייל נישט ארלעדיגן אז ס'זאל גיין אין ריכטיגן פלאץ. אויב איינער איז אינטרעסירט צו טון עפעס מער דערוועגן, אדרבה ואדרבה!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:12 am
דורך ירח בן יומו
וואס די האסט אזוי אויסגעשריבן וועגען האקן א לעבן איין נאכט, און דארפן גיין אין מקוה שפעטער פעלט נישט אויס צו דריקן אין א אויסגאבע וואס מיינע בחורים קון קינדער ליינען.
אגב, וואו האסטו געדאוונעט שחרית יענע טאג, פאר'ן מקוה אדער נאכ'ן מקוה? די האסט נישט געציטערט ארויצוגיין אויף דעם הייליגען בארג פאר א מקוה? ס'איז דאך דא שארפע זאכן פון אר"י אויף דעם?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:21 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי, לאמיך דיך מסביר זיין.

קודם כל, מוזט דאס נישט געבן פאר דיינע קינדער צו ליינען.
צווייטנס, מ'קען דאס מגיה זיין [סייווי וואלט מען עס געדארפט מגיה זיין].
דריטנס, האסט נישט גוט געליינט. כ'האב געשריבן אז איידער כ'בין ארויף די בארג בין איך געגאנגען אין מקוה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:57 pm
דורך שמעקעדיג
בעטער לעיט דען נעווער, כ'בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ענדיגן דעם רייכן הערליכן אשכול וועלכע איז איבערגעשטיגן אלע מיינע ערווארטונגען! איך בין מלא רגש נאכן זעהן די פענאמענאלע בילדער פון אונזער הייליג לאנד, מיט די ווייסע ציגל און די הערליכע טייטלביימער, אויך האט מיר באנומען די בילדער פון די מילך פאר די קעצלעך, וואס כידוע די ארץ ישראלדיגע קעצלעך פארכטן זיך גאר ווייניג פאר מענטשן, זיי זענען תובע בפה ווען זיי זעען א גוט שטיקל מאכל, סאברישע שנארערס, וכמ"ש כאן.

שש, איך ווייס נישט ווי אזוי דיר צו באדאנקען, דו האסט מיר גענומען אויף א פרי רייד, א הערליכע נסיעה קיין ארץ ישראל, איך האב זיך ממש געשפירט דארטן לייוו, איך האב מאמענטאל פארגעסן פון מיין טאג-טעגליכע סטרעסס, איך האב געהאט א ווירטואלע טריפ וואס האט זיך געלוינט.

זאלן מיר זוכה זיין, כאשר זכית לסדר את הנסיעה, כן נזכה לעשותו, פדויים לציון ברנה אמן!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:07 am
דורך [NAMELESS]
נאך א היבש-לאנגע ארבעט, האב איך באוויזן צאמצושטעלן די גאנצע 'מסעות ד'אדנירם', מיט אירע פילע קאפיטלען, [לעת עתה, אן קיין בילדער], אין איין גרויסן פי. די. עף. [30 בלעטער!].

להנאת הציבור:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:11 am
דורך באשטעטיגט
אדנירם האט געשריבן:נאך א היבש-לאנגע ארבעט, האב איך באוויזן צאמצושטעלן די גאנצע 'מסעות ד'אדנירם', מיט אירע פילע קאפיטלען, [לעת עתה, אן קיין בילדער], אין איין גרויסן פי. די. עף. [30 בלעטער!].

להנאת הציבור:

יישר כח פאר דיין ארבעט היינט נאכט צוזאמען שטעלען די אלע pdf's ,אין עליך אדנירם !

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 9:43 pm
דורך Big Boy
אדנירם האט געשריבן:זונטאג פרשת בה"ב.


אויב דאס אלס איז נאכנישט גענוג געווען, זענען מיר נאכדעם געגאנגען אויפן זעלבן וועג וואס - ווי חוקרים טענה'ן - אונזערע עלטערן זענען געגאנגען מיט זייערע קרבנות צום בית המקדש!!! אההה, די הרגשים זענען נישט מעגליך איבערצוגעבן! ס'האט טאקע גע'סרח'עט, אבער די ידיעה אין וואספארא וועג מיר פלאסטערן אונזערע טריט, האט אונז אימיונד פון יעדן שמעק און יעדן בערגל. ס'איז א וועג פון ארום 20-30 מינוט, און מען קען עט-עני-טיים מאכן א יו-טורן און צוריקגיין צום אנהייב פונקט פון עיר דוד.



נעקסטע קאפיטל: בית השרוף [בית קתרוס], מנהרות הכותל.


How did you know which way is the path that they walked? Are there signs for this? Is it safe to walk now?

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 8:47 pm
דורך [NAMELESS]
די תשובה אויף ביידע איז 'יא'.

אגב, כ'קען שוין שרייבן א פרישע 'מסעות ד'אדנירם'...
כ'בין נעכטן צוריקגעקומען פון ארץ ישראל.

Re: מסעות ד'שש משזר.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:21 pm
דורך גר ותושב
אדנירם האט געשריבן:די תשובה אויף ביידע איז 'יא'.

אגב, כ'קען שוין שרייבן א פרישע 'מסעות ד'אדנירם'...
כ'בין נעכטן צוריקגעקומען פון ארץ ישראל.

ברוך הבא
Welcome back

Re: מסעות ד'שש משזר.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:25 pm
דורך יעלה ויבא
Welcome back we missed you. Please start writing ASAP.

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 3:45 pm
דורך יודישע שרייבער
יעלה ויבא האט געשריבן:Please start writing ASAP.


PLEASE

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:44 am
דורך דער דאס
יעצט דורך געליינט, wow ס'בענקט זיך! אונזער הייליג לאנד, ש'כח @אדנירם! הערליך שיין..