בלאט 9 פון 30
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
שעפטל האט געשריבן:סענדי אפדעיטס:
איבער הונדערט פליגער רייזעס שוין אפגעזאגט.
איבער זעקס טויזענט פלייטס זענען שוין געקענסעלט. דערווייל. (מער איז ערווארטעט)
http://abcnews.go.com/WNT/video/hurrica ... t-17585027
These Are the 25 Worst Passwords of 2012
נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 7:21 pm
דורך זר זהב
1. password
2, 123456
3. 12345678
4. abc123
5. qwerty
6. monkey
7. letmein
8. dragon
9. 111111
10. baseball
11. iloveyou
12. trustno1
13. 1234567
14. sunshine
15. master
16. 123123
17. welcome
18. shadow
19. ashley
20. football
21. jesus
22. michael
23. ninja
24. mustang
25. password1
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:58 am
דורך דולה ומשקה
זר זהב האט געשריבן:1. password
2, 123456
3. 12345678
4. abc123
5. qwerty
6. monkey
7. letmein
8. dragon
9. 111111
10. baseball
11. iloveyou
12. trustno1
13. 1234567
14. sunshine
15. master
16. 123123
17. welcome
18. shadow
19. ashley
20. football
21. jesus
22. michael
23. ninja
24. mustang
25. password1
כ'פארשטיי נישט, ווטאס זענען די אלע אותיות און נומערן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:59 am
דורך פיקציע
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, ווטאס זענען די אלע אותיות און נומערן?
זר זהב האט געשריבן:These Are the 25 Worst Passwords of 2012
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:59 am
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ
איך טויש שוין מיינס
רעפ אפ פון נעכטן...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:29 pm
דורך שעפטל
נאך אלע וויצן די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה, איז סענדי דאהי געווען.
טראנזיט, באנען, באסעס. בריקן און טאנעלס זענען אלעס הערמאטיש פארשלאסן געווען.
די סטאק מארקעט איז געווען פארמאכט נעכטן. אקיופיי אויסגעפירט...
'סטארבאקס' האט פארמאכט אלע זייערע געשעפטן אין מאנהעטן און לאנג איילענד.
איבער צוויי מיליאן אן לעקטער אין ניו יארק.
קאן-עדיסאן האקט אפ לעקטער פון זעקס-אהאלב-טויזענט אין לאוער מענהעטען.
די 'מעריטאן' לויפערס לייגן שטארקע האפענונג פאר א זויבערע סיטי קומענדיגע זינטאג. סענדי שרעקט זיך נישט, "די לויפער לאזן אויך נישט איבער די גאסן זויבער נאך זיי".
די טראנזיט באנען זענען טאקע פארמאכט. אבער די איינגעשטעלטע זענען באזארגט אז ס'זאל נישט אריינקומען קיין וואסער פון די ריווער, וואס איז זאלציגע וואסער. און די שאדנס קען נעמען צו פארעכטן איטליכע טעג/וואכן.
א פיר שטאקיגע בילדינג צועפענט זיך פונעם פארענט זייט. ערשטע שאדן: די לעכט פארלעשן זיך.
א קרעין אויף א פונעף-און-זיבעציג שטאק בילדינג פאלט צוזאם.
ערשטע סענדי-טויט-פאל אין ניו יארק סיטי, נאך וואס בוים פאלט אויף א הויז אין איסט-פלאשינג.
די נייעס איז געספאנסערד דורך: סאנדערס בעקערי. מיט פיורניטשור פון סאנדערס, וועט אונז סענדי נישט אפשרעקן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:43 pm
דורך שעפטל
נאכווייען פון סענדי.
ניין פארברעכער וואס האבן פרובירט אויסצוניצן די צייט. זענען ארעסטירט געווארן אין קווינס.
אכצן טויט פעלער אין ניו יארק. צווישן זיי א פאליס אפיציר וואס איז געווען אויפן וועג ארויסהעלפן א משפחה מיטגליד. דאס איז א דורכשניטליכע טאג, אן סענדי אויך..
קאן-עדיסאן זאגט אז די לעקטער קען נעמען איבער א וואך צו פאררעכטן.
די באן שינעס זענען געווארן איבערגעפולט מיט וואסער, און ווי שוין געשריבן נעכטן, שאדט דאס שטארק. און קען נעמען לאנג צו אפקלינען. אויף דערווייל בלייבט עס פארמאכט.
די באסעס וואס מ'האט צוריק געעפענט, זענען פריי מארגן דורכן טאג. ס'איז ערווארטעט צו זעהן מענטשן פארן צוויי מאל, מ'כאפט מציאות.
פייער לעשער אין קווינס האבן זיך געספראוועט מיט דריי-און-צוואנציג פייערס, און איבער אכציג הייזער וואס זענען צוזאמגעפאלן ביי די שטארקע ווינטן.
איטליכע הינט זענען דערהארגעט געווארן אין 'דיטמעס פארק' אין ברוקלין, נאך וואס א בוים איז אראפגעפאלן אויף זיי.
די 911 סיסטעם זייענדיג אפען בלויז פאר אמערזשענסי. זענען ניינציג פראצענט פון די קאלס זענען געווען איבער אראפגעפאלענע ביימער אויף די בייק ליניעס. און איבער אומלעגאלע קאלער סאודע פארקויפער.
קענעדי און ניוארק לופט פעלדער זענען ערווארטעט צוריק צוגעפענט ווערן מארגן זיבענע אינדערפרי. לעגווארדיע בלייבט דערווייל פארשפארט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: דזשארדזש בוש. זינט קלינטאן איז פאראנטוואורטליך אויף די בענגאזי אטאקעס. בין איך פאראנטוואורטליך אויף דעם שטורעם.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:43 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:סענדי אפדעיטס:
איבער הונדערט פליגער רייזעס שוין אפגעזאגט.
איבער זעקס טויזענט פלייטס זענען שוין געקענסעלט. דערווייל. (מער איז ערווארטעט)
ס'האלט שוין איבער 12,000
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:50 pm
דורך שעפטל
קאן עדיסאן: ס'וועט נעמען דריי טעג (ביז שבת) פאר די 323 טויזענט אין מענהעטען און ברוקלין צוריק צושטעלן די לעקטער. איבער א וואך פאר בראנקס קווינס און סטעטן איילענד.
קאן עדיסאן פארטיילט אייז אין אלע געגענטער, פאר פאמיליעס אן לעקטער.
בלומבערג: נאר קארס מיט דריי מענטשן אדער מער, ווערן אריינגעלאזן אין מענהעטען די קומענדיגע דריי טאג. ס'ווערט געזיכט בודקעס צו ארויסשרייען 'קאר-פאאל' מיט נאר צוויי מענטשן.
טויזענטער אין אפסטעיט שטעטלעך בלייבן אן לעקטער. ארענזש-ראקלענד פארטיילט 'ביזנעס-קארדס' פאר פאמיליעס אן לעקטער.
הונדערטער מענטשן האבן היינט געווארט לאנגע שעות ארויפגיין אויפן דעק פונעם עמפייער סטעיט בילדינג, וואס האט זיך היינט געפענט זינט דעם שטורעם.
בלומבערג קלינגט דעם 'גלאק' ביים סטאק עקסטשעינדזש. פרייע זעכצן אונס וואסער איז פארטיילט געווארן פאר אלע ביים סטאק מארקעט.
סעל פאון געשעפטן אין מענהעטן ריפן קאסטומערס אן לעקטער, זאלן קומען ריטשארדזשן זייערע סעל-פאונס אין געשעפט.
פאבליק שולעס וועלן זיין פארמאכט ביז קומענדיגע וואך. שולע-אפיצירן צוריק ביים ארבעט, פארקויפן אפגעשיילטע עפל.
פאליציי קאנטראלירן די אנקומענדע געז ביי די סטאנציעס, ווי טויזענטער ע מענטשן שטייען פאר א לאנגע צייט ווארטענדיג צו קענען אנפילן ס'טאנק נאכן הערן די נייעס אז ס'וועט מסתמה נישט זיין קיין פרישע גאז דעליווערי ביז סוף וואך, צוליב די פראבלעמען ביי די צענטערן אין ניו ג'ערסי
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די טרעוול-לעכט. מיר נעמען אן אפליקאציעס פאר אייער קומענדיגע לעקטעריק ביל.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:54 pm
דורך שעפטל
שמעקעדיג האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:סענדי אפדעיטס:
איבער הונדערט פליגער רייזעס שוין אפגעזאגט.
איבער זעקס טויזענט פלייטס זענען שוין געקענסעלט. דערווייל. (מער איז ערווארטעט)
ס'האלט שוין איבער 12,000
ס'האלט שוין איבער 18,000
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 9:33 am
דורך שעפטל
מעיאר בלומבערג האט נעכטן פארארדענט אז אין די שטאט וואס שלאפט שוין איינמאל - מאנהעטטן קען מען נאר אריינקומען "קאר פול" (HOV) ד.מ. נאר קארס מיט דריי מענטשן און העכער. אבער זיך אויסגעדריקט אז חוץ אויפן דזשי דאבעליו ברידזש, דער מעיאר האט אבער פארגעסן צוצולייגן אז פונעם דזשי דאבעליו אן קיין דריי מענטשן קענסטו נאר פארן ווייטער צו די בראנקס! נישט קיין מאנהעטטן.
הונדערטע קארס שלאגן זיך יעצט מיט די פאליציי אז מ'זאל זיי אריינלאזן.
סי. בי. עס האט יעצט געמאלדן אז די טשעק-פוינט פאראורזאכט אריבער זעקס מייל פון טרעפיק! און ווי ס'קוקט אויס גייט מען עס יעצט אראפנעמען!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 9:37 am
דורך אריק
מען האט שוין אוועקגענומען דעם טשעקפוינט ביים וואשינגטאן בריק.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 9:53 am
דורך שעפטל
ניו יארקע איינוואוינער זענען שטארק אויפגעברויזט ווען די סיטי האט געמאלדן אז "פארקינג מיטער רעגולאציעס" זענען אין "אפעקט" היינט! נאכן זיין סוספענדירט פאר די לעצטע 3 טעג. (אלטערנעט סייד איז נאכאלץ סוספענדעט היינט און מארגן פאר 'אלל סעינטס דעי')
די איינוואוינער טענה'ן אז אויב ס'דא אזא מאנגל אין גאז, און מ'קען נאר אריינפארן אין די סיטי מיט 3 מענטשן צו מער, לאזן גאר אסאך מענטשן איבער זייערע קארס פארקירט אויף זייער פלעצער. נו ווער וועט שפייזן די מיטערס פאר זיי איבערן טאג?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 9:55 am
דורך שעפטל
קאן עדיסאן האט געמאלדן אז אויף שבת וועט שוין זיין לעקטער אין גאנץ מאנהעטען. דערווייל איז נאך דא ארום 1.6 מיליאן קאסטעמערס אן קיין לעקטער, אראפ פון אריבער 2.1 מיליאן.
און מאנסי האט שוין רוב חלק צוריקבאקומען לעקטער קראפט נעכטן נאכט. אין קרית יואל זענען נאך צענדליגע געגענטער נאך אפעקטירט און אן לעקטער.
אינטערסאנטע נייעס האט די ען. וויי. פי. די. איבערגעגעבן אז טראץ די דיזעסטער און בלעק-אוטס איז נישט געווען קיין איין מארד אין שטאט!
ס'לוינט זיך שוין באלד אזעלעכע סענדי'ס...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 11:09 am
דורך פיקציע
שאקינג ווידיאו: א קראון הייטס ישיבה בחור ווערט ברוטאל צושלאגן און בארויבט פאר אן אייפאון אין די צייט וואס ער יאגט זיך אהיים צוליב די אנקומענדע האריקעין סענדי.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9g8mjfPHFXw[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 11:15 am
דורך פיקציע
פיקציע האט געשריבן:שאקינג ווידיאו: א קראון הייטס ישיבה בחור ווערט ברוטאל צושלאגן און בארויבט פאר אן אייפאון אין די צייט וואס ער יאגט זיך אהיים צוליב די אנקומענדע האריקעין סענדי.
דער בחור ירמי' פרוכטגאט, 21, איז ברוטאל צושלאגן און צוקלאפט געווארן דורך 5 אפריקען-אמעריקען טינעידשערס. נישט גענוג וואס זיי האבן אים מיאוס צושלאגן און בארויבט זיין בערזעל און אייפאון, האט איינער פון די גרופע געפילט פאר וויכטיג צו האקן מיטן פיס אויף ירמי' קאפ, פון וואס ער האט פארלוירן זיין באוויסטזיין.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 11:48 am
דורך קפנדריא
פיקציע האט געשריבן:פיקציע האט געשריבן:שאקינג ווידיאו: א קראון הייטס ישיבה בחור ווערט ברוטאל צושלאגן און בארויבט פאר אן אייפאון אין די צייט וואס ער יאגט זיך אהיים צוליב די אנקומענדע האריקעין סענדי.
דער בחור ירמי' פרוכטגאט, 21, איז ברוטאל צושלאגן און צוקלאפט געווארן דורך 5 אפריקען-אמעריקען טינעידשערס. נישט גענוג וואס זיי האבן אים מיאוס צושלאגן און בארויבט זיין בערזעל און אייפאון, האט איינער פון די גרופע געפילט פאר וויכטיג צו האקן מיטן פיס אויף ירמי' קאפ, פון וואס ער האט פארלוירן זיין באוויסטזיין.
שוידערליך! קוקט אויס מיר זענען נאך יע אין גלות.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 11:53 am
דורך שמעקעדיג
שעפטל האט געשריבן:ניו יארקע איינוואוינער זענען שטארק אויפגעברויזט ווען די סיטי האט געמאלדן אז "פארקינג מיטער רעגולאציעס" זענען אין "אפעקט" היינט! נאכן זיין סוספענדירט פאר די לעצטע 3 טעג. (אלטערנעט סייד איז נאכאלץ סוספענדעט היינט און מארגן פאר 'אלל סעינטס דעי')
די איינוואוינער טענה'ן אז אויב ס'דא אזא מאנגל אין גאז, און מ'קען נאר אריינפארן אין די סיטי מיט 3 מענטשן צו מער, לאזן גאר אסאך מענטשן איבער זייערע קארס פארקירט אויף זייער פלעצער. נו ווער וועט שפייזן די מיטערס פאר זיי איבערן טאג?
אונזער הויכגעשפריצטער מעיאר האט זיך קיינמאל געקימערט מיט די אויפברויז פון זיינע אונטערטאנען. אויב עפעס, איז דאס נאר שטאף און מער אויל אויפן פייער, ווי מער אויפברויז, אלס שטרענגער די גזירות.
מיין וואונטש: ער זאל ווערן אן ארעמאן, קוים קענען אדורכשטופן דעם טאג מיט ברויט, ער זאל האבן א קליינע קארעלע כדי מחיתו, און זאל באקומען יעדן טאג טיקעטס און מען זאל עס אוועקשלעפן איינמאל א חודש.
זאל ער עסן וואס ער האט אפגעקאכט.
רבש"ע! האסט טאקע נישט געטראפן קיין פאסיגערן מענטש פאר וועמען צו שענקען די ביליאנען?
מ'עט דאך געקענט העלפן אזויפיל מענטשן.
אבער איך פרעג נישט קיין קשיות אויפן באשעפער ח"ו.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 12:11 pm
דורך שעפטל
איך בין צומישט אויף טויזענט, וואס ס'טיצעך מיט די מיטערס היינט:
ביידע פון NYC.gov
דא שטייט אפעקט

- Effect.jpg (78.84 KiB) געזען געווארן 1675 מאל
דא שטייט סוספענדעדט

- Suspended.jpg (87.17 KiB) געזען געווארן 1675 מאל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 12:15 pm
דורך קליגער איד
לעצטע נייעס: O&R האט זיך אין די מינוטן באוויזן אין קרית יואל צום ערשטן מאל זייט די שטורעם!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 5:29 pm
דורך שמעקעדיג
קליגער איד האט געשריבן:לעצטע נייעס: O&R האט זיך אין די מינוטן באוויזן אין קרית יואל צום ערשטן מאל זייט די שטורעם!
זיי טוען עפעס אויף דארט פאר אידישקייט?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 1:54 am
דורך שעפטל
די נעשאנעל-גארדס האבן אהיים דעליווערט איבער א מיליאון פארציעס מאלצייטן פאר געליטענע אין ניו יארק סיטי.
עסן און וואסער ווערן פארטיילט אויף לאקאציעס אין אלע געגענטער.
קאן-עדיסאן זאגט אז די איבער 675 טויזענט אן לעקטער בלייבן נישט אויפן וואסער (די וואסער איז שוין אראפ), און האפן אז ביז צעהן טאג וועט אלעס שוין זיין צוריק.
די קווינס-מידטאון טאננעל איז געווען דער גרעסטער מכניס אורח אין די שווערע טעג, אריינעמענדיג אכט מיליאון גאלאן וואסער, וואס האט אנגעפולט די גאנצע צוועלעף פיס הייעך. ארבעטער ארבעטן דורכאויס דעם טאג, איצט האלט דאס ביי דריי פיס וואסער.
די ברוקלין בעטערי טאננעל איז אויך נישט געווען הונטערשטעליג אריינעמענדיג אויף די לענג פון א מייל אנפולענדיג מיט וואסער ביז אויבן. ס'נישט דא קיין צייט ווען מ'גייט צוריק עפענען.
די ציפער פון טויטע האט היינט דערגרייכט צו זיבן-און-דרייסיג. נאכן אפגעפינען צוויי קינדער וואס די וואסער האט ארויסגעריסן פון די מאמע'ס ארעם בשעתן אנטלויפן מיט זיי, נאך וואס א בוים איז ארויפגעפאלן אויף זייער קאר. זי האט געקלאפט ביי א שכן, וואס האט זיי נישט געוואלט אריינעמען.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: משמחי לב. אונז ווערן נישט געקלאפט ווען ס'קומט צו פארטיילן עסן, אונז בלייבן די ערשטע.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:09 am
דורך עפל פאי
שעפטל האט געשריבן:די נעשאנעל-גארדס האבן אהיים דעליווערט איבער א מיליאון פארציעס מאלצייטן פאר געליטענע אין ניו יארק סיטי.
עסן און וואסער ווערן פארטיילט אויף לאקאציעס אין אלע געגענטער.
טיילן מיט א הכשר אויך?