בלאט 9 פון 24

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 7:07 pm
דורך לעיקוואד
באריסטא האט געשריבן:"Drycup" איז נישט קיין פאסיגער ניק.

פארוואס נישט? נאר פאר דער גאונות פון צאמשטעלן א טריקענע גלאז מיט א רינדעכיגע קאפ קומט זיך עס עם.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 7:15 pm
דורך באריסטא
אמת, מיר שעצן שעפערישקייט, און איך האב דערפאר געהאט א ספק. אבער נאכדעם וואס צוויי אנדערע מנהלים האבן נוטה געווען אז מ'זאל עס נישט אננעמען האב איך מקבל געווען זייער דעה.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:48 pm
דורך באריסטא
ניקס מיט דעם נאמען יעקב/יאנקל/יענקל ווערן נישט אנגענומען.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:43 am
דורך גבאי שני
"skver" קען נאר אקטיוויזירט ווערן אויב מ'קען איבערווייזן אז עס רעפרעזענטירט אפיציעל די חסידות מיט דעם נאמען.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:05 am
דורך גבאי
"זאנבעל טרעגער" ווערט נישט אנגענומען ווייל עס איז שוין דא א ניק "זאנבעלע דער טרעיגער".
"האמת" איז צו ענדליך צו "באמת".

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:03 am
דורך טאמבל סאס
וואס האט זרש איינגעשטויסן מיט כסף?
אפשר אז א שלעכטע ווייב איז א געלט זויגער?

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 12:55 am
דורך שמעקעדיג
זרש האט גע'עצה'ט המן צו געבן עשרת אלפים ככר כסף. ודו"ק וק"ל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:48 pm
דורך באריסטא
"בשמחה" זאל ביטע מאכן עפעס אנדערש ווייל עס איז שוין דא צופיל ענליכע ניקס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:26 pm
דורך זר זהב
באריסטא האט געשריבן:"Drycup" איז נישט קיין פאסיגער ניק.

דאס האט מיר געמאכט שמייכלען... א מעסעדזש צו דעם יעניגן: מ'קען הייסן ז"ז און זיין א דריי-קאפ. אדער אפשר האט ער געמיינט צו זאגן א ''טרוקענע קאפ''? ער האט געזען אז ס'דא מאראנצןזאפט איז ער שנעל געקומען צו לויפן...

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:11 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:א נייע תקנה? מ'מעג נישט נוצן קיין דאפעלט לשון?

ניין. ווייל ס'איז א לשון של גנאי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:42 pm
דורך מאראנצןזאפט
זר זהב האט געשריבן:דאס איז אזוי ווי צו זאגן אז דער ניק "קארופטירט" איז צו ענליך צו דער ניק "פאליטישאן"

ביטע!! ...


טעמיש! ביזטו נישט געווען דער וואס האט ארויסגעשטעלט דעם לעיקוואד ארענדזש זשוס פלעשל פאר מאראנצןזאפט ?!
איך ווייס בידוע אז ער ווערט צומאל אנגערופן מיט אזעלכע נעמען ווי ארענדזש זשוס, מיץ תפוזים, און תפוחי זהב, און ס'קומט אים ס'זאל נישט הערשן קיין צעמישעניש.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:47 pm
דורך זר זהב
גערעכט א נקודה פון די קוק-ווינקל! אבער ס'איז נאך אלץ נישט ''ענליך''... אבער די מנהלים האבן טאקע ווייטע אויגן!

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 9:46 am
דורך קאווע טרינקער
"ברלאנד", ווערט נישט אנגענומען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:52 pm
דורך איך אויך
איז נישט 'ריינער' צו ענדליך צו 'איינער'?

ואולי יש לומר עס איז היינו הך נאר עס האט זיך עם פארשמעקט א ר' איינער.

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2013 11:15 pm
דורך באריסטא
"סטארבאקס" איז צו ענליך צו Starbucks.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 1:18 pm
דורך באריסטא
"ליידיגייער" איז נישט קיין פאסיגער ניק.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 1:34 pm
דורך זר זהב
אדער קעמען זאגן: "ליידיגייער" איז צו ענליך צו כמעט יעדע ניק

....

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 5:40 pm
דורך גבאי
"pupener" איז נישט קיין פאסיגע ניק.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 5:55 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 5:45 pm
דורך גבאי
"אלטץ ווייסער" איז צו ענדליך צו אן אנדערע ניק.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 7:59 pm
דורך קאווע טרינקער
חברה.... א סנייפער האט זיך אריינגעריקט. כ'ציטער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:35 am
דורך קאווע טרינקער
AppleCider4Seder איז אנגענומען געווארן.
פארוואס?

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:39 am
דורך sefish
cuz he promised to write only in Tzimes