בלאט 9 פון 10

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:49 pm
דורך סאו וואט
דו מערסטע נארישע אויסגאבע ס'איז נאר דו צו באקומען.
אויב טרעפן זיי שוין יא עפעס א גוטע נושא. צוטיילן זיי עס אויף אפאר פארזעצונגען.

אגב, דו בעל הבית פון דער בליץ, א סאטמארער מיט א שטאפענע היט, האט מיר אליינס מודה געוועהן,
אז דעיס וואס זיי שרייבען אז ס'ווערט איבערגעקוקט דורך מחנכים משפיעים מורה הוראה. מיינט עס אים אליין.
בין איך דען נישט א מחנך און מיין הויז?....
כ'האב זיין ווערטער איבערגעגעבן פאר שמעון ראלאניצקי

ואידך פירושא...
רשעים, משיגי גבול, מחרחרי ריב פארן וועלן אונטערברענגען דער שטערן און שפאקטיוו

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:50 pm
דורך זר זהב
סאו וואט האט געשריבן: משיגי גבול

????

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:52 pm
דורך סאו וואט
זייער גאנצע מהלך און אויסשטעל און וואספארע מיני ארטיקלען און דער גאנצע איידיע קומט פון דער שטערן שפאקטיוו

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:53 pm
דורך זר זהב
דאס איז נארישקייטן, ביזט אפשר שמעון ראלניצקי?

די צייטונג איז אויך א מסיג גבול פון דער איד

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:29 pm
דורך קרעקער
באקומען א טוויט פון א בעסערע בילד פונעם קאווער
https://twitter.com/hasidic1/status/374 ... 16/photo/1

קען איינער זאגען איבער וואס די ארטיקעל פון הירש איז געבעיסט?
כקען נישט פארשטיין פארוואס איינער איז זיך גרייט צו באשרייבען זיינע צרות אין פאבליק

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:47 pm
דורך דעת תורה
די ארטיקל אונטן איבער די אידן אין בערלין אונטערן שוץ פון די נאצי'ס, איז געשטאנען אין די ערשטע אדער צווייטע אויסגאבע פונעם בליץ.

גייטס לערנען מיט די חזרה חברים!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:38 pm
דורך סאו וואט
דער בליץ דער חודש חשוון באשרייבען זיי דער שטאט בודאפעסט.
און דער עפילאג שרייבען זיי, אז ס'איז שוין דא דארט בנינים דירות
מוסדות. טא, אפשר זאל מען דארט מאכען דער נייע אידישער ישוב
שטעטל. ממש הומראסטיש, גאר פאני. נעבעך א קליין קעפיק שרייבער.

להערה בין איך מוחה ווי זיי באטיטלען הרה"ק רבי ברוך האדמו"ר ממונקאטש זי"ע
פלעין ר' ברוכ'ל. איז ער אפשר ענקער חבר? שעמט'ס ענק. נאך אזוי חשוב געוועהן
ווי דו היינטיגע ווילי רעביס, וואס ווערן באטיטעלט כ"ק אדמו"ר.
אן אויסגאבע אן קיין שום קלעסס און דיגניטי.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:25 pm
דורך וויליאמסבורגער
זעהט אויס אז קיינער האט נישט געכאפט די דזשאוק ווען די זעלבע ארטיקל איז ערשינען אין דער בליק פאר פיר יאהר צוריק, האט ער עס יעצט געמוזט איבער'חזר'ן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:55 pm
דורך סאשי פיש
די בליץ האט אסאך מאל גאנצע שטיקער פון די אידישע פלאם ווארט ביי ווארט, די גאנצע אויסשטעל - וועג פון (נישט) שרייבען איז די זעלבע ווי דער פלאם,
איך מיין אז עס איז די זעלבע בעל הבית?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 3:20 pm
דורך פרישער
דער בליץ פון חודש כסליו,

עס שטערט מיר זייער, ווען איך זעי ווי מען מעקט בילדער, זיי לייגן אריין בילדער פון א מענטש, סטייטש אז מען מעיג, אבער פליצליג כאפט א הירהור תשובה, כאפט מען א רינדיגן לעכל מאכר, און מיט א לשם יחוד אראפ מיטן קאפ, און עס ווערט מותר, אלזא פארשטייען מיר שוין אז דער בליץ מיט בילדער איז א סתורה, גיט אבער וואס איז דער פשט אז עס איז יא דא בילדער, און דייקי בילדער וואס זענען זייער אפענסיוו, בילדער פון דו סאמע טמאים שבאימות העולם, און אין פוצה פה לשטן, פארוואס ברויכען זיי אריין לייגן בילדער פון יאשקען מיט דו צוועלעף דיסייפלען, ווי איז דאס דערהערט געווארן, ווען אזא זאך וואלט פאסירט און דו שטערן אדער דו שפאקטיוו וואלט דאך דו וועלט געשוידערט, און ביי דער בליץ איז עס מותר, פארוואס האבן זיי דארט ביי דעים בילד נישט גברויכט ניצן דעים לעכל מאכער.

ווי איז דו פרוי וואס איז זייער מקפיד אויף נאקעטע קאראקטארן, א שטייגער ווי נאקעטע פענגווין'ס, זיי האבן אפילו א בילד, ווי איין פענגווין קיקט ווי מען טאר נישט, אן אנדערן בילד ווי א פענגווין ווערט פארגעוואלטיגט.

איך פריוו ארויפלייגן דו בילדער איך מאך דערווייל מיט

דו בילד איז פון גוגל, זיי האבן אריין געלייגט דו בילד אן קיין קאלירן אינעם ארטיקל פון זאלץ מינעס

האט דער בליץ נאכגעשריבן די נייעס פון ק"ש?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 11:05 am
דורך שמעקעדיג
עס קוקט מיר אויס אז מען האט גענומען די נייעס פון דא, און נאר אביסל פארדרייט די ווערטער. איך פארשטיי פארוואס ער האט געטוישט פון "פריינדינע" צו "זיין פרוי"; אויך פארשטיי איך אז ער האט געטוישט פון "נישט געפאניקט" צו "יא געפאניקט", כדי עס צו מאכן מער דראמאטיש; אבער בדרך כלל קוקט עס אויס נאכגעשריבן פון דא.

דא האב איך געשריבן ווי פאלגענד:
שמעקעדיג האט געשריבן:א מאן (זעהט אויס ער האט גענומען שלאף-פילן) איז איינגעשלאפן אויף א פליגער אינמיטן פליען, און געבליבן שלאפן ביז נאכדעם וואס יעדער איז אראפגעגאנגען, די פליגער איז געווארן פארשלאסן און פארלאשן די לעקטערס... און ער האט זיך שפעטער דערוועקט מיט א פחד אין א פארשלאסענעם טונקעלע פליגער...
אבער ער זאגט אז ער האט נישט געפאניקט. ער האט געזוכט אין די טונקל די בית הכסא, וואס איז צו מזל געווען אפן.
דערנאך האט ער געקאלט זיין פריינדינע, וועלכע האט אנגעהויבן לאכן פון אים, נישט גלויבנדיג די געשיכטע, און אים געהייסן אויפהערן טרייבן קאטאוועס פון איר. אבער ער האט געשריגן אז ס'איז ערנסטע מעשיות...

צופעליג האבן עטליכע מעינטענענס ארבייטער געעפנט דעם פליגער, און זענען ערשטוינט געווארן פון וואס זיי האבן געטראפן.. און ער איז ענדליך באפרייט געווארן.

.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 11:18 am
דורך דער (פינטעל) איד
זיי האבן דיר טאקע נאכגעשריבן ווייל ביידע פון ענק באריכטן עס נישט גוט. מ'האט נישט "פערצופאל" געפנט דעם פליגער פאר מעינטענעס, זיין פריינדינע האט אנגערופן דעם עירליין און דע פלייט קרו איז געקומען צו לויפן.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 11:25 am
דורך שמעקעדיג
ריכטיג, אבער טראץ דעם - לייען די נייעס - האבן די מעינטענענס ארבייטער קא-אינצידענטלי געעפנט דעם פליגער און פארוואונדערטערהייט געפרעגט וואס ער טוט דא.

אבער פארוואס שרייבן זיי ענגלאנד? יוסטאן איז אין ענגלאנד? אנשטאט א יונייטעד עראפלאן לייגן זיי בילדער פון בריטיש ערוועיס? מאדנע.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 11:35 am
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:ריכטיג, אבער טראץ דעם, לייען די נייעס, האבן די ארבייטער קא-אינצידענטלי געעפנט דעם פליגער


Wagner reportedly called his girlfriend, who contacted the airline, which sent a crew to let him out of the dark cabin.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 12:04 pm
דורך שמעקעדיג
-

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקי, ס'קיקט מיך נישט ממש אויס ווי נאכגעשריבען פון דיר

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 4:34 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב נישט געזאגט ממש נאכגעשריבן, ער האט צוגעפוצט און אביסל מוסיף געווען, אבער עס איז גאנץ בולט אז דער תמצית און אופן קומט פון אונז.
ווי איז [tag]יידל[/tag]? אפשר קען ער נאכפארשן :( :?:

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 7:57 pm
דורך קרעקער
כבין שיעור נישט געשטארבען פין שרעק ביים ליינען די ארטיקעל פון קינדער וואס געדענקען זייער פאריגע גלגול

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:03 pm
דורך טאמבל סאס
וואס? האסטיך דערשראקן אז די זכרון ארבעט דיר שוין נישט?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:03 pm
דורך קרעקער
זעיער גוט געזאגט טאמבי

ביי אינדז ווייסט מען אז דער ישמח משה האט געדענקט ווער ער איז געוועהן ביים חורבן ביהמ"ק און ביי די מחלוקה פון קורח און לעבען וועם ער איז געשטאנען ביי קבלת התורה
אבער סתם מענטשען זאלען געדענקען? און נאכדעצי מיט אלע דיטעילס, וואס ווי מען זעהט איז עס אמת? סהאט מיר געמאכט טשילס

ביי דע וועי טאמבי זאג אויס ווער און וואס ביסטי געוועהן אין פריערדיע גולגיל?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
די בליץ איז נישט ווערד דאס פאפיר אויף וואס ס'איז געדרוקט.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:15 pm
דורך טאמבל סאס
קרעקער האט געשריבן:ביי דע וועי טאמבי זאג אויס ווער און וואס ביסטי געוועהן אין פריערדיע גולגיל?

איך בין נאך אסאך מסופק דערין. אבער מסתמא בין איך געווען אזא סארט צימערמאן, דערפאר איז מיין לעבן אזא גיהנום.

עה, מיין לעבן איז ברוך השם געוואלדיג! מסתמא בין איך א צימערמאן געווען, און זה שכרו.
איך זאג "איך האב מורא פונעם שטארבן, אויב וועל איך נישט קענען צוריק מגולגל ווערן נאכאמאל אין "טאמבל סאס!"

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 4:34 pm
דורך סלינקי
image.jpg