בלאט 9 פון 9
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:03 pm
דורך שבת אחים
ירא שמים האט געשריבן:פארוואס בוסטו בכלל געגאנגען צו דין תורה ?! האסט מורה געהאט פון א סירוב?! [emoji6]
אז איך וועל דיר אלעס דערציילן היינט גיי איך נישט האבן וואס צו שרייבן מארגן. ס׳איז א לאנגע פארצווייגטע מעשה וואס איך פראביר באמת צו פארגעסן פון דעם , אבער איך קען נישט , איך האב אים געטראפן ערגעץ אויף א שמחה איך האב מיך ממש געדארפט איינהאלטן מיט אייזענע קייטן אים נישט צונדערלאנגען א געזונטע פארציע, אגם איך האב יא געלאזט פאלן אפאר ווערטער , און ער האט שנעל אפגעפיצט, ווען איך זעה אים אדער מ׳רעדט פון אים גייט מיר די בלוט ארויף אין קאפ! ער האט מיר צוגעגנבט מיין פרנסה על לא דבר! אגם איך האב מיך צוריק ארויפגעארבעט און איך שטיי נישט שלעכט היינט, אבער ער איז שולדיג אין דעם! קלאר ווי טאג! איך בין אסאך נעכט נישט געשלאפן וועגן אים!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:28 pm
דורך שבת אחים
moshav zekeinim האט געשריבן:שבת, דו רעדסט כאילו א טיטול ביי אונז איז געוואנדן לויט די ערליכקייט. א טיטל ר' איז אזוי ווי דער ענגלישער "סיר". און טאמער האלסטו אז א שופך דם קומט זיך נישט דעם טיטל, דאן פארוואס פארלייגסטו זיך דוקא אויף דעם יעניגן, וואו זענען די אנדערע רבי'ס ורבנים ימ"ש וועלעכע זענען שופכי דם מרבים? פארוואס נעמסטו זיך נישט צו זיי?
איך בין נישט קיין א.ט.ד. (דערווייל) און פון דעסטוועגן ערלויב איך מיר צו שענדן און לעסטערן אזעלעכע רבנים טאמער זענען זיי נישט ראוי לאותה אצטלי כדבעי, ספעציעל אז זיי ניצן זייער מאכט אן אחריות און אביוזן עס צו טון שלעכטץ.
!You are missing the point
רבש״ע זייט ווען איז אברהם ברוך ראזענבערג א רב ער איז קודם געוועהן א CPA און ער גייט נאך היינט אריין איין מאל אדער צוויי מאל א וואך צו די וויזניצע מוסדות אפיס אין מאנסי און פירט זייערע ביכער, ער איז א גיטער ביזנעסמאן, און פאר זיין פאך דארף ער קענען לערנען און חושן משפט פונקט ווי א טראק דרייווער דארף האבן CDL,
ער האט נישט קיין ביהמ״ד ער איז נישט קיין רב, ער האט נישט אין ערגעץ קיין פאסטן און אויב דארף מען שרייבן ר׳ אויף אברהם בארעך ראזענבערג דארף מען שרייבן ר׳ אויף א יעדעם!
!That's my point
Re: הפצת אמונה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:24 am
דורך ירא שמים
שבת אחים האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:פארוואס בוסטו בכלל געגאנגען צו דין תורה ?! האסט מורה געהאט פון א סירוב?! [emoji6]
אז איך וועל דיר אלעס דערציילן היינט גיי איך נישט האבן וואס צו שרייבן מארגן. ס׳איז א לאנגע פארצווייגטע מעשה וואס איך פראביר באמת צו פארגעסן פון דעם , אבער איך קען נישט , איך האב אים געטראפן ערגעץ אויף א שמחה איך האב מיך ממש געדארפט איינהאלטן מיט אייזענע קייטן אים נישט צונדערלאנגען א געזונטע פארציע, אגם איך האב יא געלאזט פאלן אפאר ווערטער , און ער האט שנעל אפגעפיצט, ווען איך זעה אים אדער מ׳רעדט פון אים גייט מיר די בלוט ארויף אין קאפ! ער האט מיר צוגעגנבט מיין פרנסה על לא דבר! אגם איך האב מיך צוריק ארויפגעארבעט און איך שטיי נישט שלעכט היינט, אבער ער איז שולדיג אין דעם! קלאר ווי טאג! איך בין אסאך נעכט נישט געשלאפן וועגן אים!
כ״ק אדמו״ר מויזניץ סטעטן איילענד שליט״א ,וואו בוסטו ?! סאיז שוין כמעט איבערמארגן …
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 2:53 pm
דורך diff
הקטן האט געשריבן:diff האט געשריבן:די תורה טאר נישט געטוישט ווערען אפי' איין אות
פ"ו ניצט די נישט אויך דאס אלס ראי' אז די גוים היטן נישט ז מצוות
פונוואען ווייסטו וואס איז גוט פאר מיר
צו וועם שרייבסטו דאס?
צו וואס ווילסטו ברענגען א ראי'
"פונוואען ווייסטו וואס איז גוט פאר מיר"
וואס מיינסטו?
כ'מיין מימוני (שנעלם כמו מפץ) וואס זאגט, ער'ס נאר יידיש ווייל איינער האט געזאגט ס'די בעסטע גלויבן
נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 3:39 am
דורך רביה''ק זי''ע
יויש איז דאס א זיסקייט פון אן אשכול, מ׳קען מיינען כאילו מ׳הערט אויף גלייבן וועגן קשיות און מ׳פאנגט אן צוריק גלייבן פון די תירוצים. א נעכטיגן טאג, מ׳גלייבט אין וואס ס׳פילט געשמאק צו גלייבן (אמונה פשוטה) און מ׳לייקנט אין וואס ס׳פילט זיך גוט צו לייקענען. דער וואס ווען ער פארציילט א מעשה פונעם בעש״ט ווי ער איז געפלויגן מוצאי שבת באקומט ער אזא ווארימע פאזי פילינג אינעווייניג דער וועט טרעפן אלע תירוצים אויפ׳ן וועלט צו גלייבן, דער אנדערער וואס קאננעקט נישט עמאוציאנאל מיט די מעשה וועט טרעפן אלע קשיות אין דער וועלט נישט צו גלייבן. און די זעלבע זאך איז מיט יציאת מצרים, מתן תורה, בריאת העולם, ושאר מיטאלאגיעס. דער קריסט גלייבט אז יאשקע איז געפלויגן ווייל דאס גיבט איהם די פאזי פילינג, דער בודדהיסט גלייבט אז די שאטן פונעם בוים איז געבליבן העכער׳ן בודדהא אגאנצן טאג ווייל דאס גיבט איהם די פאזי פילינג, און דער איד באקומט די פאזי פילינג פון טרייבן לצנות פונעם קריסט און דעם בודדהיסט און זיך ברענגען כלומפרשטע הוכחות פון א כוזרי וואס האט עס יא אדער נישט געזאגט (איינער דא האט שוין אמאל נאכגעקוקט אינעם כוזרי צו ער זאגט עס טאקע, צו מ'בעבלט סתם נאך פשטים וואס אמנון יצחק האט אריינגעקוועטשט אינעם כוזרי?) און פאכענען מיט תורה קאודס. וואס יא, צומאל איז דא איינער וואס דארף validation פונעם ראציאנלן שכל פאר זיין ווארימע פאזי פילינג דערפאר פאנגט ער אן צו פרעגן קשיות אדער ענטפערן תירוצים, אין אזא פאל קען יא זיין כדאי צו געבן די עמאושינעל סופפארט און זיך צוטוהן מאכן פון די קשיות און תירוצים. אפשר איין טאג ווען כ׳וועל האבן צייט (ליין: געדולד) וועל איך עפענען צוויי אשכולות, איינס פאר די וואס ווילן בלייבן (אדער ווערן) מאמינים צו פארענטפערן זייערע קשיות אין אמונה, און א צווייטע פאר די וואס ווילן ווערן (אדער בלייבן) כופרים צו פארענטפערן זייער ספיקות אין כפירה, אבער נאר מיט איין תנאי אז קיינער זאל נישט מגיב זיין אינעם אשכול וואו ער באלאנגט נישט. די מאמינים זאלן זיך האלטן צום הפצת אמונה אשכול, די כופרים זאלן זיך האלטן צום הפצת כפירה אשכול, און אזוי וועט יעדער ארויס צופרידן.
Re: הפצת אמונה
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 3:48 am
דורך תוהו ובוהו
דערנאך זענען פארהאן אזעלכע וואס באקומען דעם פאזי פילינג טאקע דורך זיך שפירן ראציאנאל, און דערגיין דעם א.ג. 'אמת'.
און זיי דארפן די קשיות און תירוצים צו דערגיין דעם אמת און דורכדעם זיך שפירן גוט.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk