בלאט 81 פון 213
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 12:54 am
דורך קליגער אינגערמאן
[tag]מאטי[/tag]
מאטי האט געשריבן:קליגער אינגערמאן האט געשריבן:[tag]ונבנתה העיר[/tag]
אז עס זאל ארבייטן אזוי ווי די קאמערשעל ביה"כ דארף די פייפ זיין באלד 4 מאל אזוי דיק (1 1/4 אינטש) ווי די סטענדערד וואס איז ארים א פערטעל\האלבע אינטש.
פארשטאנען ? קענסט איבערפרעגן!
דו נעמסט אן פריוואטע זשאבס? מיין טוילעט איז צובראכן.
איך בין אביסל פארנימען יעצט. קענסט טרייען יאהאא!
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:13 am
דורך its me
גאלד האט געשריבן:ווען מ'באצאלט די חודשליכע מארטגעדש איז א חלק דערפון איז וואס מ'צאלט צוריק די הלואה, דאס רופט זיך די "פרינסיפל בעלענס", און א חלק איז די רבית וואס די באנק מאכט געלט, דאס רופט זיך "אינטרעסט",
אטער די רבית וואס מ'צאלט איז טעקס דידאקטעבל, דאס מיינט אויב לאמיר זאגן אז דורכן יאר האסטו באצאלט $20,000 אינטרעס, ווערט פארעכנט כאילו די האסט פארדינט דורכן יאר מיט $20,000 דאלאר ווייניגער און באצאלסט נאר מכס אויף דיינע הכנסות מיינוס $20,000
Keep in mind that this is only true if you itemize. As opposed to taking the standard deduction.
וויאזוי עפלייעד מען פאר Vouchers פאר די בעבי פלעי גרופס? ווע
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:08 am
דורך shlomyg
וויאזוי עפלייעד מען פאר Vouchers פאר די בעבי פלעי גרופס? ווער קען העלפען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:29 am
דורך רויטע וואנצעס
קודם זעה די לינק פאר מער אינפא איבער די וואטשער פראגראם:
viewtopic.php?p=146638#p146638יעצט צום עפלייען חלק:
אויב דו וואוינסט אין בארא פארק קענסטו אליין אראפגיין צו 6740 4TH AVE (יעדע פאר זיפ קאודס האט א אנדערע סענטער)
און בעטן פאר א temporary assistance application. ס'וועט נעמען א שיין ביסל וואכן צו פראסעסען. ווען ביסט approved וועסטו באקומען רענט הילף מיט וואטשערס.
איך וואלט דיר אבער מציע געווען זאלסט עס נישט טוען אליין, ווייל ס'איז געפערליכע קאפוויי און מ'דארף וויסן וואס מ'טוט. אסאך מוסדות-אויב האסט קינדער אין די מוסדות, טוען עס פאר דיר אדער צאלן איינעם זאל עס טוען פאר דיר.
דא האסטו א ליסט פון נאמבערס פון מענטשען וואס טוען אין דעם: (נעמען אוועליבעל אין אישי)
(איך ראקעמענד נישט קיינעם, טו רוסערטש אויב מענטשען זענען צופרידן מיט זייער סערוויס)
718-791-6203
347-267-5530
718-269-9238
347-731-1529
718-438-3587
הצלחה!
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:27 am
דורך געשוויסטער
atmybest האט געשריבן:בארא פארקער האט געשריבן:וואס האט די באבובער רבי 45 גערעדט היינט ביי די גענעראל פארזאמלונג?
צוערשט האט די רבי ארומגערעדט איבער די גרויסע הצלחה פון די לימוד פון ערבי פסחים, וואס מע האט געלערנט על פי פקודתו הקדושה.
דערנאך האט די רבי זאל זיין געזונט מציע געווען אז מען זאל ווייטער ממשיך זיין, און לערנען.
מען גייט לערנען א עמוד א טאג, און מען וועט באצאלן פאר די יונגעלייט וואס וועלן נעמען און קענען אויף די בחינה.
זאל די אויבערשטע העלפן אז אזוי זאלן זיך אלע אנדערע חסידות'ע אפלערנען דערפון, און עס וועט זיין א נחת רוח פארן בורא.
דערנאך האט די רבי געבעטן מען זאל זיך האלטן שטיל ביים דאוונען, און ארומגערעדט נאך עטליכע ענינים, ואכמ'ל
די קרוב צו 2000 אינגערלייט ביי די אסיפה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:20 pm
דורך יין שרף
האסט אויסגעלאזט צוויי זירא'ס...
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:18 pm
דורך מאטי
ווער איז אויפגעקומען מיט די איידיע צו ענדיגן א טרעק דורך מאכן שטילער און שטילער , ביז אויס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:23 pm
דורך קאווע טרינקער
און וועלכע בהמה האט איינגעפירט צו לייגען די בערזל אין בעק טאש, אז ס'זאל וויי טון יעדעס מאל מ'זעצט זיך אראפ?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:26 pm
דורך מאטי
און ווער האט געמאכט די נארישקייט אז די פלאשער זאל זיין אין בעק פון די טוילעט. טאמער האב איך א סטיף נעק?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווער איז אויפגעקומען מיט די איידיע צו לייגן די לייק קנעפל פון אויבן די הודעה? יעדעס מאל דארף מען ארויפקריכן צו לייקן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:35 pm
דורך אפטעמיסט
און ווער איז אויפגעקומען אז מ'דארף קענען אויפקומען מיט עפעס א נארישע תגובה נאר וויבאלד מאטי הערט מוזיק ספירה?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:39 pm
דורך מאטי
און אפשר האב איך געהערט א ספירה טעיפ?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:42 pm
דורך אפטעמיסט
און אפשר נישט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:43 pm
דורך שטילע אינגערמאן
הייסט אויפן סמך פון אפשר נישט האסטו עיהם באוושען ברבים?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:45 pm
דורך אפטעמיסט
און אפשר האב איך געוואלט שיקן אין אישי, און בטעות געשריבן דא אין אשכול?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:47 pm
דורך מאטי
און אויפן סמך אז אפשר יא, באפאלסטו אפטעמיסט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:48 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אז ער מעג, מעג איך
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:49 pm
דורך מאטי
ס'קען דאך אבער זיין אז זיין אפשר איז אמת און דיינס נישט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:51 pm
דורך שטילע אינגערמאן
סקען אויך זיין אז נישט
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:53 pm
דורך מאטי
דאסאיז זיין דאגה, ס'מאכט נישט אויס פאר דיר.
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:56 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ווי ווייסטו וואס מאכט יא אדער נישט אויס פאר מיר?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:56 pm
דורך אפטעמיסט
בקיצור מאטי, לוינט זיך צו פלאקערן פאר א יש תקוה?
נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:59 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:און וועלכע בהמה האט איינגעפירט צו לייגען די בערזל אין בעק טאש, אז ס'זאל וויי טון יעדעס מאל מ'זעצט זיך אראפ?
ממה נפשך, פאר די וואס האבן א פולע דיקן בערזל, איז עס דאך יסורין של אהבה,
פאר די וואס האבן א מאגערע, זיי שפירן עס דאך כמעט נישט.
ואתי שפיר.