בלאט 82 פון 179
נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:34 pm
דורך וואלווי
ער קען יוצא זיין ידי שניהם, סיי די ראתה שפחה על הים, און סיי זען זאכן מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי
נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:55 pm
דורך [NAMELESS]
כ'זיך איינער וואס איז גרייט צו נעמען אויף זיך מיין פרשת המן.
#להלכה_ולא_למעשה
נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 11:20 pm
דורך וואלווי
דתן און אבירם האבן שוין פראבירט באהאלטן אינקאם, ס'געווארן ווערעמיג...
אפשר סגולת ר' מענדעלע מיט א בילד פון ר' ישעי'עלע קען העלפן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 1:07 pm
דורך ציבעלע-קיגל
צוויי רעבנים האבען פארברענגט צוזאמען און געשמועסט דברים העומדין ברומו של עולם...
פרעגט איינער, יתרו האט כידוע געהאט 7 טעכטער, אבער ווי אזוי קאן דאס זיין? ער איז דאך געוועהן א גלח און גלחים טארען דאך נישט חתונה האבען?
ענפערט דער צווייטער, זיי נישט קיין נער, צו ווייסט דו דען נישט אז דאס איז געוועהן פאר מתן תורה?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2017 7:54 pm
דורך גר ותושב
ווי אזוי הייסט א מענטש וואס גייט נישט צו די ארבערט? א סטרייק!
ווי אזוי הייסט א משפחה וואס גייט נישט ארבעטן? סטראקעס!
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 10:30 am
דורך געוואלדיג
זאגט מיר איינער אז זיין מעקסיקאנער ארבעטער האט נישט געסטרייקט, ער איז געווארן מעלעסטעד אלס קינד...
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:24 pm
דורך קומזיץ
איינער זאגטמיר בדרך צחות אז ווי לאנג די קלענערע גראסעריס לאזען נאך אויפשרייבען זענען זע נאך אלץ מיט 100% ביליגער ווי בינגאו...

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 11:20 am
דורך ציבעלע-קיגל
אין פרשת בראשית איז דא די מעשה פון אדם הראשון, חוה און דער נחש.
איז שווער פארוואס ווען דער באשעפער האט באשאפען די וועלט, פארוואס האט ער נישט געמאכט אז אדם און חוה זאלען זיין כינעזער?
האט גע'ענטפערט א חכם, ווייל זיי וואלטען ווען אויפגעגסען די נחש און אפגעהרגט די גאנצע מעשה.
נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 9:18 am
דורך ציבעלע-קיגל
אלט אבער גוט...
פארוואס זענען דא אסאך פלעצער וועליכע האבען א מנהג צו לייענען עטליכע פסוקים פון די מגילה מיט'ן ניגון (טראפ) פון איכה?
ווייל א ליטוואק זאהל אויך הנאה האבען...
איז שווער פארוואס לייענט מען נישט די גאנצע מגילה מיט'ן ניגון (טראפ) פון איכה?
ניין... דאס טאהר מען שוין נישט, ווייל דאס איז שוין הוללות.
נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 4:21 pm
דורך געוואלדיג
א מלמד׳ס כוונה ביי קידוש לבנה:
כשם שאני רוקד כנגדך, דאס קינד טאנצט מיר אין פנים אןן קערט איבער דאס קלאס, אבער ואיני יכול לנגוע בך לרעה, פארט קען איך נישט דיר אריינקאטעווען כמו שכתוב, כך לא יוכלו כל אויבי, די הנהלה און די עלטערן, לנגוע בי לרעה.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 3:49 pm
דורך וואלווי
על דרך געוואלדיג אפשר להוסיף, כשם שאני רוקד, אזוי ווי איך נעם מיך טאנצען פונ'ם ריזיגען בין וואס באזט ארום מיר, ואיני יכול לנגוע בך, און איך קען דיר נישט א שמייס געבען מיט מיין קאפעל, כך לא יוכלו כל אויבי לנגוע בי לרעה, זאל דער ממזריש בינ'ס שפיץ טרעפען א צווייטען אבי נישט מיר.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:31 pm
דורך איש את רעהו
געהערט:
אויב האסטו קיין סיבה צו שמייכלען, טו עס אז דיין פיינט זאל פלאצען.
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:37 pm
דורך איש את רעהו
עדווערטייזט:
א גרוש אהן א גרוש
זיכט א גרושה מיט ירושה
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:50 pm
דורך וואלווי
אזלא גרש, גרשיים...
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
c/p
וויליאמסבורג דרייט זיך ארום נידערמאן בידערמאן און צימערמאן...
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 12:15 am
דורך וואלווי
אפשר דארף מען אימפארטן פון באלטימאר אויך "רודערמאן"
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 12:22 am
דורך איש את רעהו
יארמע רב שטעלט א הארבע פראגע
פ"וו אין ב"פ איז בלויז דא 2 גאסן נאך אדמור"ים [48-45]
ווס מאנרא, איז יעדע גאס נאך א צווייטע אדמו"ר צאנז, קאזניץ, ראפשיץ, קראלי....
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 12:28 am
דורך איש את רעהו
אין די סיטי איז זייער שווער מיט פארקינג
ווי עס מאכט זיך שוין יא א ליידיגע ספאט, האבן די חברה אינז דירעקט צוגעשטעלט א פאמפ.
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 1:12 am
דורך החוקר
איש את רעהו האט געשריבן:אין די סיטי איז זייער שווער מיט פארקינג
ווי עס מאכט זיך שוין יא א ליידיגע ספאט, האבן די חברה אינז דירעקט צוגעשטעלט א פאמפ.
וואס איז די בדיחותא?? עס איז שוין גאר אן ערענסטער בראך.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 8:01 pm
דורך איש את רעהו
פאר יעדע בליק אויף הינטערוויילעכץ, קוקט 2 מאל פאראויס.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 3:12 pm
דורך איש את רעהו
מדוע בהגדה יש ארבעה בנים ולא ארבע בנות⁉
אחרי דיונים ופלפולים רבים הוחלט ש...
נשים חכמות יש..
נשים תמימות יש..
וגם נשים מרשעות יש..
אבל עוד לא נולדה האישה שלא יודעת לשאול......
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 3:48 pm
דורך 65th
א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיער בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט [emoji35]
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:00 am
דורך וואלווי
דער תם געט א גאנצע..