בלאט 82 פון 94
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 8:53 pm
דורך פרייוויליג
טוט זיך אויף טישן און בענק איבער א בילד פון מייק פענס וואו ער זיצט אין א רעסטעראנט מיט זיין משפחה, און זיין טאכטער איז מיסטעריש פארשווינדן אין די שפיגל...
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 9:26 pm
דורך קאמענטירער
איךבין נייגעריג וואס די קאנספיראציע קען שוין זיין? עלייענס? יו.עף.או.'ס? אה! די קלינטאנס!!
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 10:48 pm
דורך פליקער
עס איז א דבר פשוט, פאר די זעלבע סיבה פארוואס רעבעצן פעס'ס פנים ווערט נישט געזען אין שפיגל, אויך מר. פענס גאנצע פנים זעיט מען נישט, די אויער וואס איר זעט איז זיין רעכטע אויער נישט זיין לינקע, אויפן עכטען בילד זעט מען נאר זיין לינקע אויער, זיין רעכטע איז נאר זעיבאר אינעם שפיגל, און עס איז איבערגעדרייט קוקט עס אויס אז די שפיגל צייגט אויך א לינקע אויער, אבער דערווייל איז עס די רעכטע אויער, השתא דאתית להכי די טאכטער ווערט דעריבער פארשווינדען פונעם שפיגל, ווייל ער פארשטעלט איר, ודוק כי פעש היא
Sent from my VS987 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 11:05 pm
דורך פרייוויליג
עס איז די זעלבע חידה פון: אויב פארסטו אויף אכציג מייל א שעה, דאן ווילאנג גייט דיך נעמען צו פארן אכציג מייל?..
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 7:51 am
דורך איך אויך
זיין ווייב איז א חסידישע לעידי?
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 12:43 pm
דורך קאמענטירער
קול העולם-אידיש, [18.07.16 09:29]
#פרעזידענט_קאמפיין_2016:
היינט נאכט הייבט זיך אפיציעל אן די רעפובליקאנער קאנווענשאן. די רעדעס היינט וועלן זיך באציען אויף די טעמע פון ״מאכן אמעריקע פארזיכערט נאכאמאל״. די הויפט רעדנער היינט זענען ווי פאלגענד: טראמפ׳ס פרוי מילאניא טראמפ; ליוטענאנט גענעראל מייקל פלין (וועמען טראמפ האט געטראכט צו נעמען פאר וויצע פרעזידענט); אייאווע סענאטארשע דזשאוני ערנעסט (אויך געווען אויף טראמפ׳ס וויצע פרעזידענטן ליסטע; דזשעיסאן ברעדלי (א ראטגעבער פאר ״באזארגטע וועטעראנען פון אמעריקע״ גרופע) און קאנגרעסמאן רייען זינק פון מאנטענא.
ספאנגט מיר אן אויס צוקוקען אז די וואס טענה'ען- אז טראמפ האט געהייזשעקט די די רעפובליקען פארטי- האבען עפעס א נקודה יעדע רעדנער מוז האבען עפעס א שייכות מיטען טראמפ..
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 12:52 pm
דורך גאנצל
ווייל איינער וואס האט נישט שייכות מיט טראמפ וויל נישט רעדן דארט
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 12:59 pm
דורך קאמענטירער
גאנצל האט געשריבן:ווייל איינער וואס האט נישט שייכות מיט טראמפ וויל נישט רעדן דארט
סאיז טאקע אין די נייעס אז עטליכע רעפובליקענס וואס שטייען אויס שווערע ווידעוויילונג פארמעסטען וועלן זיך נישט באטייליגען אינעם קאנווענשאן...
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 2:24 pm
דורך פרייוויליג
[justify]די נייעס איבער די קאנווענשען גייט זיין "ווער עס איז נישט דארט געווען". צענדליגער הויכעראנגיקער GOP פיגורס גייען זיך נישט באטיילונגען. צווישן זיי זענען, ביידע פרעזידענט בוש'ס, דזשאן מעקיען, מיט ראמני, און נאך. די היילייט פון די נישט באטייליגטע איז, דזשאן קעיסיק, וואס ער איז די גאווערנער אין אהייא וואו דארט קומט פאר די קאנוועשען. די רעדנערס ביי די רעפובליקענס זענען גאר שוואכע אין קאנטראסט צו די רעדנערס פון דעמאקראטישע קאנוועשען וואס קומט פאר נעקסטע וואך. גלייכצטייג וועלן זיך אויך דארט באטיילונגען פריערדיגע פרעזידענטן, צווישן אנדערע: פרעזידענט קארטער, פרעזידענט קלינטאן, און פרעזידענט אבאמא.
קלינטאן האט געלאנטשט א מאסיווע בליץ וואוט-רעגיסטראציע, וואס גייט לויפן די וואך אין לויף פון די GOP קאנווענשען, קלינטאנ'ס קאמפיין פלאנירט צו רעגיסטרירן 3 מיליאן מענטשן וואס גייען אויך גאראנטירן זייער קלינטאן שטימע.
איין רעדע וואס איך קוק ארויס, איז די רעדע פון פרעזידענט ביל קלינטאן קומענדע וואך. מאנכע האלטן אז זיין דרשה פון באלד 4 יאר צוריק ביים דעמאקראטישע קאנווענשען, האט דערלאנגט פאר אבאמא זיין ווידערוויילונג זיג. דער קלינטאן איז א ממזר פון א רעדנער. ווען ער רעדט קען זיך דאכטן אז עס איז נישטא קיין צווייטער צד. ביל קלינטאן האט נעקסטע וואך אן איינמאליגע געלעגענהייט זיך נוקם צו זיין אין טראמפ פאר זיינע מיאוס'ע אטאקעס אין לויף פון די לעצטע יאר. און האט א געלעגענהייט צו צומאלן טראמפ אויף ברעקלעך. איך קוק שטארק ארויס דערויף.[/justify]
נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2016 10:06 pm
דורך [NAMELESS]
הילארי טשוזט "טים קעין" צו זיין איר מיטלויפער אלץ וויפי!
ברענגט גאר א סך עקספיריענס צום טיש.
באזארגט וועגן אריבער שלעפן בערני סופארטערס.
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 4:48 pm
דורך שושן פורים
די פאליטישע וועלט קאכט און קאווע שטיבל שלאפט!!!
די דעמאקראטישע פארטיי קאכט און זידט נאכדעם וואס וויקיליעקס האט פארעפענטליכט טויזענטע אימעילס פון די "דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע" באקאנט אלטס די DNC וועלכע ווייזן קלאר אז די סאמע שישקעס האבן זיך פארמאסטן אונטערצוברענגען בערני סענדערס, צווישן אנדערע איז אפירגעקומען א אימעיל פון די DNC. טשעירמאן פרוי דעבי וואסערמאן-שולץ ווי זי שלאגט פאר צו נוצן בערני'ס פערזענליכע גלויבן סטאטוס אלץ אידישע אטעאיסט איהם צו באשמוצן אין די אויגן פון גלויביגע דעמאקראטן.
בערני אין א סטעיטמענט האט געזאגט אז עס איז אנטוישנד אבער בכלל נישט איבעראשנד, עס ווייזט נאר אז וואס ער האט געזאגט חדשים צוריק שטעלט זיך ארויס אלץ פאקט, ער האט דערביי גערופן פאר שולץ'נס רעזיגנאציע נאך וועלכע זי האט טאקע היינט געמאלדן אז זי רעזיגנירט פון איר אמט.
עס איז נישט קלאר וואס וועט נאכפאלגן און וויאזוי דאס וועט אפעקטירן די קומענדיגע נאוועמבער וואלן בעיקר צו סאנדערס שטיצער'ס שטיצע פאר הילערי קלינטאן.
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 4:50 pm
דורך ליפא
וואסערמאן האט שוין געמאלדן אז זי גייט רעזיגירן
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 5:18 pm
דורך שלום על ישראל
ליפא האט געשריבן:וואסערמאן האט שוין געמאלדן אז זי גייט רעזיגירן
און אין די זעלבע אטעם אויפגענומען געווארן דורך רעבעצין קלינטאן אלס יושר ראש הכבוד פאר איר קאמפיין. (דע דזשא ווא פון עזריאל גליק און שלמה שמש...)
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 12:22 pm
דורך ליפא
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 12:45 pm
דורך לך לך
די סענדער'יסטן זענען געפערליך גערעגט
אויב זיי בלייבן אזוי פאר די נעקסטע פאר חדשים גייען זיי נישט וואטען פאר הילערי און טראמפ האט פיינע טשאנסען
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 12:46 pm
דורך לך לך
ווי קען מען זעהן די געליקט'ע אימעילס?
עני איידיע?
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 3:09 pm
דורך געוואלדיג
לך לך האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די געליקט'ע אימעילס?
עני איידיע?
דא קענסטו זעהן
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 3:22 pm
דורך פרייוויליג
היינט הייבט זיך אן די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשען. א בליק איבער די פרעזידענטליכע פלאטפארמע, וואו מען גייט קרוינען הילערי קלינטאן אלס די מעדזשער פארטי'ס נאמעני פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 3:33 pm
דורך ליפא
ס'הערשט כאאס דארט. סענדערס און וואסערמאן ווערן געבאאאאט. סאנדערס איז געווארן פארשריגן ווען ער האט געזאגט אז מ'זאל וואטען פאר הילערי
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 8:59 pm
דורך ליפא
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 9:04 pm
דורך קאצקע ציקער
ווען גייט ביל רעדן?
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 10:06 am
דורך פרייוויליג
דינסטאג נאכט: ביל קלינטאן.
מיטוואך נאכט: פרעזידענט אבאמא, וויצע פרעזידענט ביידען, מייקל בלומבערג, און וויצע פרעזידענט נאמעני טים קעין.
דאנערשטאג נאכט: הילערי קלינטאן.
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 11:25 pm
דורך סמבטיון
קיינער האלט דא נישט מיט אבאמאס דרשה?