בלאט 83 פון 110

נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 6:13 pm
דורך פליקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:http://www.npr.org/2013/10/16/235525531/the-greatest-living-figure-of-chasidic-music

לינקצו א יו טוב קליפ

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 2:31 pm
דורך אייז קריעם

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 8:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ערשט געזען שבת אז א פאר וואכען צוריק איז יפה אליאך אוועק.
דער וואס האט געליינט איהר בוך אויף איישישאק ווייסט וואס דאס מיינט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 12:36 am
דורך berlbalaguleh
מפוזרי: ווען דו האסט, אין דיין פאעמע לזכר נשמת ר' בנציון שענקער ע"ה געזאגט אז דער אנטיק פידל איז פארשוויגן געווארן האביך געמיינט אז דו האסט רוח הקודש. ווייל אין היינטיגן שבת איז דער אנטיק פידל קאסטרו פון ניינציג יאר (להב') אפגעשטארבן. ער האט נישט געמאכט זיין ווייב פאר אן אלמנה ווייל ער האט נישט געהאט א ווייב. אויך זיינע קינדער האט ער נישט פאריתומ'ט. ווייל ער האט נישט געהאט קיין לעגיטימע קינדער...!

דרך אגב. דער נאמען ..."פידעל"... האט גארנישט צו טון מיט א מוזיקאלישן אינסטרומענט. ס'מיינט..."געטרייער"...צו גאט.
ביי די מוסלאמינער איז דא א נאמען עבד'אללה. וואס מיינט ...עבד ה'...!

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 10:43 am
דורך מפוזרי
ר' בערל, אז מ'רעדט פון ר' בנציון'ען איז רוח הקודש קיין חידוש. ווי אין פסוק שטייט: והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'.

קען זיין אז ס'איז בבחינת זה לעומת זה, נעה... ר' בנציון איז געווען אסאך מער פראמענאנט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:37 am
דורך berlbalaguleh
מפוזרי: זיכער. איז עס דען א פארגלייך...?! ר' בנציון שענקער ע"ה איז געווען א טייערער איד, אן עובד ה'. וועלכער איז געווען בא בימים. ער האט עפעס אויפגעטאן זיין גאנץ לעבן. האט נישט געטשעפעט א פליג. און נאר געטון גוטס. לעומת זה, פידעל קאסטרו האט אנגעהויבן זיין יונג לעבן מיט כח, אכזריות און רציחה. כאטש ער האט געטענה'ט אז ס'איז אלעס פאר א גוטן צוועק. אבער אויפ'ן וועג צו זיין ציל האט ער און זיינע חברים געהרג'ט טויזנטער אומשולדיגע מענטשן און בארויבט נאך צענדליגער טויזנטער מענטשן פון זייער גאנץ פארמעגן וואס זיי האבן זיך געפלאגט אויף דעם זייער גאנץ לעבן. און אויך, הונדערטער קאמפאניס וואס ער האט קאנפיסקירט זייער פארמעגן אן אפילו צוזאגן איין פרוטה אין קאמפענסאציע. ס'איז אפילו דא שמועות אז זיין בעסטן חבר (א איד) וועלכער איז געווען זייער שטארק פאפולאר, און ר'האט מורא געהאט פאר קאמפעטישן, האט ער ערלעדיגט אז מ'זאלל איהם הרג'נען. נאכדעם האט ער געזאגט אז די מיליטער פון די רעגירונג האט איהם געהרג'ט.

אין אנהייב זענען געווען שמועות אז פידעל קאסטרא שטאמט פון אידן. ווייל דער נאמען ..."קאסטרא"... איז געווען באוואוסט צו זיין פון די גולי ספרד...! אבער די חוקרים האבן פעסטגעשטעלט אז ער שטאמט נישט פון אידן...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:04 pm
דורך אייז קריעם
berlbalaguleh האט געשריבן:דרך אגב. דער נאמען ..."פידעל"... האט גארנישט צו טון מיט א מוזיקאלישן אינסטרומענט. ס'מיינט..."געטרייער"...צו גאט.
ביי די מוסלאמינער איז דא א נאמען עבד'אללה. וואס מיינט ...עבד ה'...!

לפי"ז אינפידעלס (אזויווי די אראבער רופן אונז אן) מיינט "נישט געטריי"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 2:35 am
דורך berlbalaguleh
אייז קריעם: יא. ממש אזוי. היינו פירושא ד'פידעל. והיינו פירושא ד'אינ-פידעל... :roll: ...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:34 pm
דורך ברוך שאמר
הרב ר' אהרן ישעי פעקעטע ע"ה האדמור מהעלמעץ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:35 am
דורך פרעזידענט-עלעקט
הרב ר אהרן ישעי פעקעטע זל פלעגט פארהערן אין ישיבה ער פלעגט זיכער מאכן אז קיינער זאל זיך נישט פארשעמען
יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 2:28 pm
דורך [NAMELESS]
א שוידערליכע בשורה לא טובה, א פרישע יונגע יוגערמאנטשיק'ל געגאנגן היינט צו די ארבייט און אהיים גייט ער שוין נישט, נאכ'ן ווערן צודריקט דורך א טרעלאר ביי קענט עוו. אין ווילימסבורג, השם ירחם.
האברך משה יודא וויינער ע"ה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 2:56 pm
דורך שלום על ישראל
עמעזאן האט געשריבן:א שוידערליכע בשורה לא טובה, א פרישע יונגע יוגערמאנטשיק'ל געגאנגן היינט צו די ארבייט און אהיים גייט ער שוין נישט, נאכ'ן ווערן צודריקט דורך א טרעלאר ביי קענט עוו. אין ווילימסבורג, השם ירחם.
האברך משה יודא וויינער ע"ה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 3:03 pm
דורך איסר האטלקי
.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 3:04 pm
דורך איסר האטלקי
איך מיין חלילה נישט מזלזל צו זיין בכבוד הנפטר רח"ל. נאר מסביר זיין וויאזוי עס האט דאן געשפירט מיט צוויי יאר צוריק זומער פאר א פרעמדן קרייז פערזאן...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 3:09 pm
דורך פליקער
איסר האטלקי האט געשריבן:.

א דאנק פארן אראפ נעמען, און דעריבער בין איך אויך מעביר יעדע זכר
יה''ר שלא ישמע שוד ושבר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 3:30 pm
דורך [NAMELESS]
די יצר טוב פון פאליטיק איז דא און אלע סארטן זמנים...
#קרעיזי

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
מ'רעדט פון א ווינטער דזשעקעט אדער א חסידישע רעקל?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 3:46 pm
דורך איסר האטלקי
קול מבשר האט באריכטעט די שוידערליכע טראגעדיע, אבער געמוזט אראפנעמען צוליב וואס עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער האבן נאכנישט געהאט געוויסט דערפון.
דער טאטע איז אצינד אויפן וועג צוריק פון מארילאנד, די מאמע אויפן וועג פון פלארידע.
די לויה וועט פארקומען אכט אזייגער בביהמ"ד סאטמאר הופער סט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:45 pm
דורך איך אויך
איסר פליז מעק דיין זינלאזע אטאקע. דאס אז דער סאטמארער האט א לויז, און צומאל שמוציג צינגל מיינט נישט אז דו דארפסט דערפאר נידערן דעם ניווא פון קש.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:כ"ק מוהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א תיכף בשמעו הבשורה המחרידה:
ער דארף אליינס קלאפן על חטא!
ווער האט אים געבעטן צו גיין מיט א זשעקעט אויף די גאס?
זענען זיינע זיידעס אויך אזוי געגאנגען?
ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

ווי ביזטו געוועהן ביים טיילן?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:44 pm
דורך שבת אחים
שוידערליך, מיין ברודער איז פונקט דארט געוועהן און געזעהן די גאנצע מעשה, השם ירחם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:44 pm
דורך שבת אחים
שלום שטיסל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:כ"ק מוהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א תיכף בשמעו הבשורה המחרידה:
ער דארף אליינס קלאפן על חטא!
ווער האט אים געבעטן צו גיין מיט א זשעקעט אויף די גאס?
זענען זיינע זיידעס אויך אזוי געגאנגען?
ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

ווי ביזטו געוועהן ביים טיילן?


ער האט זיך פארשמועסט מיט מיר :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:39 pm
דורך איסר האטלקי
איך אויך האט געשריבן:איסר פליז מעק דיין זינלאזע אטאקע. דאס אז דער סאטמארער האט א לויז, און צומאל שמוציג צינגל מיינט נישט אז דו דארפסט דערפאר נידערן דעם ניווא פון קש.

סלחתי כדבריך.
איך פאלג איינער וואס בעט שיין.
אלע דא זענען גערעכט, דאס וואלט נישט געדארפט געשריבן צו ווערן.