בלאט 83 פון 179
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:52 pm
דורך קאוריג
65th האט געשריבן:א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיער בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט [emoji35]
Sent from my iPhone using Tapatalk
האלא, האסט סתם גע'הרג'ט די ווארט
ס'מימרא גייט אז דער חכם נעמט
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 3:23 am
דורך יואב
א איד האט זיך געגרייט צו באגיין זעלבסטמארד. האט ער מסביר געווען אז מיר ווייסן דאך אז "העולם הזה כבי הילולא דמי," איז אים א שאד דער כח, צייט און געלט — ער וויל א תקנות-חתונה.
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 4:16 am
דורך איש את רעהו
די מאן קומט אהיים אינעם ערב פסח סעזאן, זעהנדיג ווי פארנימען מען איז אין שטוב מיט די צוגרייטונגען
פרעגט ער די ווייב מיט וואס קען איך צולייגן א האנט צו די הכנות ליו"ט
זאגט די ווייב, גיי ביטע צוריק ארויס וועסטו זיין די בעסטע העלפ
גייט נישט דורך קיין 10 מינוט און ווידער איז די מאן אהיימגעקומען
פרעגט די ווייב וואס האט פאסירט, פארוואס זענט איר שוין צוריק ?
זאגט די מאן, ארויסהעלפן האט אויך א שיעור.....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 12:40 pm
דורך 65th
דער רשע נעמט...צי
פין תם וואס גיט א גאנצע...[emoji174]
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 3:46 pm
דורך וואלווי
יואב האט געשריבן:א איד האט זיך געגרייט צו באגיין זעלבסטמארד. האט ער מסביר געווען אז מיר ווייסן דאך אז "העולם הזה כבי הילולא דמי," איז אים א שאד דער כח, צייט און געלט — ער וויל א תקנות-חתונה.
וועגען דעם זאגט די גמרא אז ביי א חתונה זינגט מען ווי לן דמיתנן.
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 3:49 pm
דורך וואלווי
דריי טעמים פארוואס צדיקים גייען מיט א פעלץ:
הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים
יודע צדיק נפש בהמתו
צדיקים מדקדקים עליהם כחוט השערה
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 10:59 am
דורך געוואלדיג
פון ליינען דער איד און בלאט ווער איך געוואויר אז
נישטא היינט קיין צדיקים, נישטא היינט קיין מנהיגים, נישטא היינט קיין רבי׳ס, נישטא היינט קיין ערליכע אידן
אבער ציונים זענען דא און נאך ווי...
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 11:29 am
דורך איש את רעהו
או כלך בדרך זו
געוואלדיג האט געשריבן:פון ליינען המבשר און המודיע ווער איך געוואויר אז
נישטא היינט קיין רשעים, נישטא היינט קיין מסיתים ומדיחים, נישטא היינט קיין גזירות, נישטא היינט קיין גוזרי גזירות
אבער חברי כנסת/רבנישע צוהעלפער וואס געניסען פון ריזיגע געלט זאפאסען זענען דא, און נאך ווי......
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 2:46 pm
דורך וואלווי
געוואלדיג האט געשריבן:פון ליינען דער איד און בלאט ווער איך געוואויר אז
נישטא היינט קיין צדיקים, נישטא היינט קיין מנהיגים, נישטא היינט קיין רבי׳ס, נישטא היינט קיין ערליכע אידן
אבער ציונים זענען דא און נאך ווי...
זעט אויס אז אויפ'ן וועג אהיים פון גראסערי גליטשט ארויס דיין בילדער אפטיילונג פונ'ם בלאט. וואס טוט זיך מיט הרה"ק מטאהש, הגה"'ק המקובל מקארלסבורג וכו'..
תוכחה אחת דוחה מאה ליצנות
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 8:41 pm
דורך אייז קריעם
נע, יענע צדיקים זענען היינטיגע צדיקים, אבער די ציונים זענען פארצייטישע ציונים...
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 9:37 pm
דורך איש את רעהו
אין מאה שערים איז די מנהג צו פראווען די סדר נאכט אין קאך
ווייל דע דיינינג רום איז פול מיט באקסעס פון אלע קמחא דפסחא'ס פון די שטאט
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 10:07 pm
דורך גר ותושב
איך האב געפרעיגט איינעם היינט ווי האלט מען ביי עינק מיטן פסח? האט ער גענטפערט "ביי שפוך חמתך".
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 10:55 pm
דורך איש את רעהו
א איינצעלנער מאן וואס הערט אויף ארבעטן "גייט אויף סטרייק"
ווען עס פאסירט מיט א גאנצע משפחה "גייט מען אין סטראקעס"
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 3:23 pm
דורך אברעימל
עס זענען אמאל געווען צוויי ידידים אברהם און משה, אברהם איז געווען איבערוואגיג און האט כסדר פרובירט פארשידענע דייעטעס אבער עס האט גארנישט געהאלפן, בעת וואס משה האט געגעסן וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ולא נודע כי בא אל קרבנה.
זאגט אברהם צי משה, דא אויף דעם וועלט בין איך טאקע פעש און דו ביסט דין;
אבער יענע וועלט איז דאך אן עולם האמת, וועל איך זיין דאר ווי א שטעקן, און דו וועסט זיין גראב ווי א פאס...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:19 am
דורך וואלווי
גר ותושב האט געשריבן:איך האב געפרעיגט איינעם היינט ווי האלט מען ביי עינק מיטן פסח? האט ער גענטפערט "ביי שפוך חמתך".
און טאקע דארט האב איך געגעבן א פראלעווע אויף די טיר (קרעדיט: הרבנית הצדיקת ביים ארון קודש משפטים ת"ש כ"ח - דער איד) און מיט א שפך עליהם זעמך פארלאזט די הויז אזוי ווי די באבע פלעג זאגען the best help is to get outta of the way
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:22 am
דורך וואלווי
אברעימל האט געשריבן:עס זענען אמאל געווען צוויי ידידים אברהם און משה, אברהם איז געווען איבערוואגיג און האט כסדר פרובירט פארשידענע דייעטעס אבער עס האט גארנישט געהאלפן, בעת וואס משה האט געגעסן וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ולא נודע כי בא אל קרבנה.
זאגט אברהם צי משה, דא אויף דעם וועלט בין איך טאקע פעש און דו ביסט דין;
אבער יענע וועלט איז דאך אן עולם האמת, וועל איך זיין דאר ווי א שטעקן, און דו וועסט זיין גראב ווי א פאס...
אויף דעם זאגט דער מדרש ראה שהעולם אינה יכול להתקיים במידת ה"דין" שיתף לו מידת הרחמים, כדאמרי אינשי "עס מיט רחמנות"...
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 1:44 am
דורך וואלווי
זאגט יענער, אויף די כשרות זיגל וואלט איך לאנג מותר געווען, נאר אויפ'ן סרח העודף און די כפול שמונה קען איך נישט מוותר זיין, דארף מען זען עפעס אן הגעלת כלים און א שינוי בעלים...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 1:50 pm
דורך cictim
0-20 זיצט מען און מען זארגט זיך וואס יעדער טראכט וועגן מיר.
20-40 בארוהיגט מען זיך אז עס איז נישט נוגע וואס אנדערע טראכטן בכלל.
40-60 כאפט מען אז אנדערע זענען בכלל נישט פארנומען צו טראכטן וועגן מיר, זיי זענען אויך פארנומען טראכטן וועגן זיך.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 2:27 pm
דורך שבת אחים
80-100 טראכט מען בכלל נישט, ווייל מ׳האט מען שוין לאנג פארגעסן פון וואס ס׳האנדלט זיך דא...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 3:57 pm
דורך [NAMELESS]
נאכן קטנ'ען
20-50 קומט מען ארויס מיט א פארמאכטע זיפער
50-75 קומט מען ארויס מיט א אפענער זיפער
75-ענד אפ קומט מען ארויס (נאך) מיט א פארמאכטע זיפער...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:28 pm
דורך טמיר
געוואגטער, עפעס האסטיך זייער שטארק אריינגעלייגט לעצטענס אין די סוגיא פון קטניות
מילא יעצט ביזטו נאך אין מוחין דקטנות, וואס העסטו טון ביי מוחין דגדלות?
דזשאסט קידדינג, איך באלעק מיך מיט דיין זאפטיגע פעדער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:57 pm
דורך [NAMELESS]
טמיר האט געשריבן:געוואגטער, עפעס האסטיך זייער שטארק אריינגעלייגט לעצטענס אין די סוגיא פון קטניות
וואס קען איך טון? קענסטעך פארשטעלן נאכן זיך איינהאלטן אכט טעג פון קטניות ווען יעדער ניינציג מינוט דארף איך קטניות
מ'דארף דן זיין אויב דער היתר פונעם משנה ברורה/חתם סופר פון קטניות לצורך רפואה וואלטן זיי מתיר געווען בכגון דא...
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2017 12:17 am
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: איך ווייס פון א קהילה קדושה בישראל וואס האבן געזוכט א פורים רב. איך האב זיי געגעבן דיין סעלל נאמבער. סאו דו זאלסט נישט זיין סורפרייזט אויב דו באקומסט א פאון קאלל אדער אן אי-מעיל מעסידזש פון אט די קהילה קדשה. זייער פורים-רב האט זיך זייער שטארק אנגעשיכור'ט דעם פארגאנגענעם פורים. ער איז געווען א שטיקל בריסקער. און ער האט אלץ חושש געווען אויב ער איז שוין יוצא מיט דעם עד דלא ידע. האט ער אזויפיהל געטרונקען. און גרויסע שיעורים ביז ער איז געווארן אן עד דלא ידע ולא שמע ולא הלך ולא קטן. ביז ער האטציך געטראפן מיט ר' חיים בריסקער אליינס אין גן עדן. און ער האט איהם בארואויגט און געזאגט אז ער האט זיכער יוצא געווען. ווען ער האט געוואלט צוריק אראפקומען אויף דעם עולם השקר האט מען איהם געזאגט אז צוריק גייט א קאזע. עכ"פ איז ער פארבליבן א פערמאנענטער תושב אין גן עדן. אבער די קהילה מוז יעצט זוכן א נייעם פורים רב...!