בלאט 83 פון 94
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:00 am
דורך [NAMELESS]
כ'בין עפעס דער חתם סופר וואס קען כתב'ענען אינמיטן אויסהערן דעם אלמנה?
----
ערענסט גערעדט, ס'פעלט דא לחלוחית אין נייעס אשכולות, און אין פאליטיק בפרט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:04 am
דורך קאצקע ציקער
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:כ'בין עפעס דער חתם סופר וואס קען כתב'ענען אינמיטן אויסהערן דעם אלמנה?
----
ערענסט גערעדט, ס'פעלט דא לחלוחית אין נייעס אשכולות, און אין פאליטיק בפרט.
אלטע פראבלעם... קאווע שטיבל איז עכט געמאכט צו בעשן די סיסטעם... Just kidding
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:05 am
דורך סמבטיון
נישט סתם, לחלוחית? נישטא דא קיין שמעק פון נייעס, די וועלט איז אויף, מיליאנע מענטשן האלטן מיט לייוו די קאנווענטשן, ביל האט גערעד נעכטן, קיין ווארט האט מען נישט געהערט דא, ביידן און אבאמא האבן גערעד אפאר שעה צוריק, און דער עולם איז דן וועלעכע סנוד איז מותר און וואס איז אסור.
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:09 am
דורך קאווע טרינקער
וואס ווילסטו הערן, מעלה גרה גרעפסעס פון די לופטיגע בלאפעדיגע דרשות??
מיר כאפט התפעלות פון די כוחות, בחינת אנא נפשי כתבית יהבית, מ'זעהט די ברען און פלאם פון די רעדנערס אין עלטער פון 50, 60, 70, א זאך וואס מ'זעהט נישט ביי אונז.
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:36 am
דורך [NAMELESS]
היינט האט מען דארט פאברענט אן אמעריקאנער און א מדינת ישראל פאן ר"ל
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
זיס געווען ווי הילערי וסיעתה ווערן דערטראנקן אין באלאנען. ביל האט ווי א זיס יונגל געשפילט מיט די באלאנען. פאר די וואס ווייסן נישט, די באלאנען ביי פאליטישע קאנווענשענס זענען לרמז אז אלע פאליטישע הבטחות זענען פול מיט לופט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:52 pm
דורך [NAMELESS]
און די גלייבסט נישט זי גייט קריעטן דזשאבס? דעי מיליאנער באלונס אויף צו בלאזן-
מינימום הינדערט טויזענט דזשאבס האט זי צוגעברענגט!
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:09 am
דורך קנאקעדיג
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:28 am
דורך [NAMELESS]
נו יעצט אז ביידע קאנדידאטן האבן שוין גערעדט, ווער איז א גרעסערע ליגנער טראמפ אדער קלינטאן?
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:29 am
דורך רויטע וואנצעס
הילערי זאגט ליגענט, טראמפ זאגט פאנטאזיע. וואס איז ערגער?
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:29 am
דורך berlbalaguleh
איך האב געמיינט אז ס'איז כאטש דא איין אמת'דיגע קאנדידאט פאר פרעזידענט ירום הודה, וועלכע איז נישט פארכאפט אין ציוניזם, רח"ל מהאי דעתא. א ראיה אז זי האט אויפגענומען א ווייס פרעזידענט אן ערליכן, וואוילן גוי. אן אנטי-ציוני וועלכער האט פיינט דעם טיפש (קרעדיט הרב ש.ב. מרגליות.) בנימין נתן יהוא. נאר פלוצלינג האמיר געהערט אין מיטן איהר דרשה האט זי זיך גענומען רעדן אפיקורסות ודברי בלע. זי האט אזוי האלב אריינשלינגענדיג (מסתמא אז איהר נייער ווייס פרעזידענט זאלל נישט הערן) ארויסגעזאגט דעם באוואוסטן פסוק וואס די פארשאלטענע ציונים האבן איהר געהייסן זאגן...אז מ'מוז שטיצן מדינת ישראל, רח"ל מהאי דעתא.
אונז עהרליכע אידן די ברכיים אשר לו (ניין, ס'איז נישט קיין טעות אדער עם הארצות) כרעו לבעל הציוני וועללן שוין , פארשטייצעך נישט קענען גיין צו די בחירות הטמאות, וואס די רבי זי"ע האט נאך בשעתו געאסר'ט. הרב ישראל מ. סופר האטציך געדרייט ביים רבי'ן זכיסע יאגן אליינע אין שטוב. און ר'האט אליין געהערט ווי די רבי זי"ע האט געאסר'ט די טמא'נע בחירות. אין די זעלבע צייט וואס ער האט נישט געהערט אז די רבי זי"ע האט געזאגט אז מ'זאלל מאכן אן עירוב, רח"ל ...!
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:31 am
דורך [NAMELESS]
אויף דעם האבן שוין צדיקים געזאגט אז פאנטאזיע איז נישט קיין נעביירע, אבער צו וואס פאנטאזיע קען צוברענגען קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען....
ר' בערל האקט
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:33 am
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:35 am
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:אויף דעם האבן שוין צדיקים געזאגט אז פאנטאזיע איז נישט קיין נעביירע, אבער צו וואס פאנטאזיע קען צוברענגען קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען....
ר' בערל האקט
ס'הייסט, אז זי האט נישט געזאגט. דאמאלס ציה איך צוריק. בכוגון דא, האט הרב ישראל מ. און הרב ש.ש.ט. נישט געאסר'ט. מ'וועט מוזן אריינברענגען די ווידיא צום אפיס פון התאחדות. און דארט איבערהערן. אויב זי האט יא געזאגט, וועט מען נישט טארן גיין צו די בחירות הטמאות. און אויב נישט, מעג מען יא...

נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:38 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:הילערי זאגט ליגענט, טראמפ זאגט פאנטאזיע. וואס איז ערגער?
רויטע וואנצעס: אבער ביידע רעדן אפיקורסות. ראה תגובתי לעיל...

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 9:14 am
דורך ביליג
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 9:14 am
דורך ביליג
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 10:18 am
דורך יעלה ויבא
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 1:34 pm
דורך פרייוויליג
#
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 1:46 pm
דורך ליפא
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 5:52 pm
דורך berlbalaguleh
פרייוויליג: איך בין זייער שטארק משתוקק דיר צו געבן א לייק. אבער איך פארשטיי נישט דעם חידוש וואס דער קארטון וויל דא זאגן...
ס'מאכט נישט אויס. כ'בין אן אונגערישער. כ'וועלל עס (מסתמא) כאפן ערשט אין 2 וואכן ארום. ס'נאך דא געניג צייט.
און דו זאגסט. מוחל טובות. איך דארף נישט דיין לייק. דו ביסט דאך גארנישט. דו ביסט דאך נישט מער ווי א בעל עגלה. וואס איז שוין דיין לייק ווערד...?! ווען איינער פון די חשובים און געלערנטע מענטשן דא זאלן געבן א קרעכטץ (בלשון נקיה) וועט שוין אנפאללן א מבול פון לייקס...אבער דער בעל עגלה. ער קען שרייבן תגובות. און אפילו אשכולות. און אונז אויפגעקלערטע מענטשן וועללן איהם ווייטער איגנארירן....ביז זיינע תגובות און א/שכולות וועללן פארשווינדן ווערן אין דעם ים פון מאמרים פון די וויכטיגע מענטשן...
You all know who you are...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:33 pm
דורך קאמענטירער
וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?