בלאט 84 פון 110
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 5:20 pm
דורך שמעלקא'לע
איסר האטלקי האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:איסר פליז מעק דיין זינלאזע אטאקע. דאס אז דער סאטמארער האט א לויז, און צומאל שמוציג צינגל מיינט נישט אז דו דארפסט דערפאר נידערן דעם ניווא פון קש.
סלחתי כדבריך.
איך פאלג איינער וואס בעט שיין.
אלע דא זענען גערעכט, דאס וואלט נישט געדארפט געשריבן צו ווערן.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:34 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:שוידערליך, מיין ברודער איז פונקט דארט געוועהן און געזעהן די גאנצע מעשה, השם ירחם.
ר' [tag]שבת אחים[/tag], מ'האמיר שוין אמאל געזאגט: דו קענסט ארויסגיין פון וויזניץ, אבער וויזניץ גייט קיינמאל נישט ארויסגיין פון דיר...
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:48 pm
דורך ביליג
שלום עליכם ר' שש
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 10:55 pm
דורך שבת אחים
אדנירם האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:שוידערליך, מיין ברודער איז פונקט דארט געוועהן און געזעהן די גאנצע מעשה, השם ירחם.
ר' [tag]שבת אחים[/tag], מ'האמיר שוין אמאל געזאגט: דו קענסט ארויסגיין פון וויזניץ, אבער וויזניץ גייט קיינמאל נישט ארויסגיין פון דיר...
זעהט זיך אויס אז איינמאל מאיז פארכאפט אין דעם קען מען נישט אזוי גרינג אוועק קריכן. איך בין אזא וויזניצע חסיד ווי
אלי וויזל ז״ל, ער איז אויך געבליבן א גאנץ לעבן א מארמארישער וויזניצער חסיד, אז א האליקאוסט האט נישט געקענט מאכן אלי וויזל אויס וויזניצע חסיד וואס ווילסטו דאן פון מיר???
ביים אהבת ישראל זצ״ל פלעגן מארמארישע פויערן קומען צופארן אין שבת צו זעהן דעם הייליגן רעבאו, האט דער אהבת ישראל געבעטן די אידן זאלן קומען נאר נאך הבדלה, נעקסטע וואך קומט דער זעלבע פויער ווייטער צופארן מיט פערד און וואגן צום רבין שבת צופרי ביים דאווענען, זאגט דער אהבת ישראל צום איד, איך האב דאך געבעטן אז מ׳זאל נישט קומען פאר הבדלה? ענטפערט ער ״רעבאו איך האב טאקע געמאכט הבדלה פאר איך בין געקומען אזויווי די רבי האט געבעטן״. פארשטייסטע וואס מיינט א מארמארישע פויער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
די אומגעקומענע אין די היינטיגע דריי טעראר אטאקעס ר"ל. זאלן זיי זיין צו מייליץ יוישער און זאלן דארטן אויספויעלן אז מ'זאל שוין פטור ווערן פון די רוצחים און ראדיקאלן איבער די וועלט.
אדמו"ר מז'מיגראד בני ברק
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 7:34 pm
דורך אהבת ישראל
פון דע שטאט בני ברק קומט אן דע ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר רבי חיים נפתלי אהרן הלבערשטאם מצאנז ז'מיגראד זצ"ל.אין בליענדען עלטער פון 66 יאהר פון א שווערע הארץ אטאקע רח"ל ל"ע ול"ע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 8:36 pm
דורך שמעון וואלף
ס'איז א פחד און א גרויס ווייטאג אז איינער זאל שטארבן אזוי פליצלינג. אבער פארוואס איז 66 אין "בליענדען עלטער"?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 8:57 pm
דורך געוואלדיג
ווייל עס איז נישט אין יונגן עלטער און נישט אין טיפן עלטער...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'איז א פחד און א גרויס ווייטאג אז איינער זאל שטארבן אזוי פליצלינג. אבער פארוואס איז 66 אין "בליענדען עלטער"?
פונקט געהערט יעצט אז ר' אהרן ביי די 60 שבת האט ער ארויסגעברענגט א אינטערסאנטע נקודה אז מרן מסאטמאר זצ"ל נאכן קריג איז ער שוין געווען א בן שישים און קוקטס וואס ער האט אלץ אויפגעטון פון די 60 ארויף, מען קען זאגן די עיקר האט ער דעמאלטס אויפגעטון, לויט דעם איז פארשטענדליך אז 60 איז א בליענדן עלטער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 10:38 am
דורך גאלד
אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט איז ביז די 70 קען מען נאך זיין "יונג", מ'לעבט לענגער מ'איז געזונטער, מ'קען זיך מער העלפן, קוק אן אונזער נייער פרעזידענט, ער איז 70 און פריש און מונטער ווי א פערד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 12:31 pm
דורך אייז קריעם
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'איז א פחד און א גרויס ווייטאג אז איינער זאל שטארבן אזוי פליצלינג. אבער פארוואס איז 66 אין "בליענדען עלטער"?
מענטשן האבן ליב דראמא. זיי וואלטן געקענט צולייגן אז ער האט א שטיב מיט ניין קינדער (וואס האבן שוין חתונה געהאט)
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:46 am
דורך ברוך שאמר
ראובן בראך ע"ה
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:53 am
דורך א איד
ווער איז דאס?
עפעס מער דעטאלן ביטע?
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:02 am
דורך שלום על ישראל
א איד האט געשריבן:ווער איז דאס?
עפעס מער דעטאלן ביטע?
טשאפעל
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:33 am
דורך [NAMELESS]
אביו של
שלום יוסף
יצחק מרדכי הדאבשנע צדיק ממלא מקומו ביראים טשאפעל
ויואלי ע''ה משמח הידיעה בשמחות
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 11:27 am
דורך ציבעלע-קיגל
בד"ה
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:20 pm
דורך סקרן
ר' נפתלי הירצקא פרענקל זצ"ל חבר בד"צ עדה החרדית
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:15 pm
דורך ברוך שאמר
ר' ראובן איז געווען א איידעם ביי דעם בעל טהרות יו"ט. מהעלמעץ
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:17 pm
דורך ברוך שאמר
ברוך שאמר האט געשריבן:ר' ראובן איז געווען א איידעם ביי דעם בעל טהרות יו"ט. מהעלמעץ
. אגב דאס איז די צווייטע איידעם אין א גאר קורצע צייט
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 12:21 am
דורך ברוך שאמר
,ר ' בצלאל שטיינברג ע" ה
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 12:32 am
דורך שמעון וואלף
פון 58 street?
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 2:09 am
דורך שבת אחים
נישט זיכער ווי ער האט געוואוינט, לאנגיעריגע עלעקטערישן, הצלה מעמבער, באבובער חסיד, זיין זוהן שלמה וואס האט געוואוינט אין קארליפאניע א שטיק צייט איז מיין ידיד. יענע מחלה. מעהר אינפארמאציע ווייס איך נישט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 2:26 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: יא. געווען א געוואלדיגער בעל חסד. אויסער זיין אפיציעלע ראלע אלס הצלה מעמבער...בד"ה...!
געווען דער בעל הבית (עלעקטריקל קאנטראקטאר) בי. ענד עס. עלעקטריק קא.