די ווידיאו פון די טראמפ פען טוט בלויז באשטעטיגען די
פאול.
ואסביר:
טראמפ האט אנגענומען א סטראטעגיע אז ער פירט א מערכה מיט די סאשעל מידיא, נעמליך, זיי האבן אים נישט ליב און זיי זאגן נישט די אמת. אבער וואס די אמת איז, אז טראמפ איז גורם די שלעכטע דעקונג, טראמפס גרעסטע פראבלעם איז 'טראמפ'.
ווען טראמפ שטייט גוט אין די פאולס, הערט ער נישט אויף צו ציטירן די פאול און יענע פאול. אויב אן אנאליסט שרייבט עפעס פאזיטיוו אויף אים לינקט ער יענע אנאליז. אבער די רגע וואס מען שרייבט שלעכט אויף אים, די רגע די פאולס זענען קעגן אים, איז אלעס נישט אמת, און יעדער האט אים נעבעך פיינט.
די סטאטיסטיק וואס דער טראמפ פען שרייבט איז לעכערליך און נאריש. קודם כל, בדרך כלל זענען די זעלבע פאלערערס פון טוויטער אויך ביי פייסבוק, סא עס איז נישט צוויי מאל צען מיליאן, עס איז די זעלבע צען מיליאן..
צווייטענס, עס איז דא אזא זאך ווי פאלשע פאלעווערס. און עס איז געווען שוין אין די נייעס שוין פאריאר אז טראמפ האט מיליאנען פאלשע באט פאלעווערס. מען קען דאס קויפן פאר געלט. ליין
דא. און
דא.
און צום לעצט, די הנחה אז ער האט מער viewers אויף סאשעל וועב איז פשוט, ווייל איך גיי אויך וואטשען אפאר מאל טראמפ, ווייל איך וויל הערן וואספארא שטותים ער גייט רעדן. הילערי איז אן אלטע פאליטישען וואס מאלט וואסער. טראמפ פירט יעצט א רעיאליטי טיווי שאו. סא די עולם האלט זיך אינטער.
די פאולס זינגען, סא דארפן זיי אויפקומען מיט השערות צו בארואיגען די געמיטער..