בלאט 84 פון 94

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 1:11 pm
דורך אינטערסאנטער
קאמענטירער האט געשריבן:וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?


דאס טענה'ט יוסי געשטעטנער אז טראמפ האט באמת גארנישט שלעכט געזאגט, די מידיע האט דאס נאר אזוי אראפגעלייגט און יעדער טאנצט זיי נאך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 1:27 pm
דורך קאמענטירער
אינטערסאנטער האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?


דאס טענה'ט יוסי געשטעטנער אז טראמפ האט באמת גארנישט שלעכט געזאגט, די מידיע האט דאס נאר אזוי אראפגעלייגט און יעדער טאנצט זיי נאך

טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 1:41 pm
דורך קאמענטירער
איך האב א זשענערל סברה פראבלעם מיט אונזער היימישען זשונארליסט יאסי,אז לויט וויאזוי ער איז מסביר איז די גאנצע וועלט בייעסד און קארפטורט,

סאיז מיר שווער צו גלייבען אז ער איז די איינציגסטער אפען מיינדעד און פארשטייער נישט ווייל איך בין לאו סעלף עסטים אז א חסידישע איד קען נישט פארשטיין עפעס, נאר ווייל סאיז דא גענוג טעראריעס צו גלייבען און אננעמען פאר איך פאנג אן צו גלייבען אז גאנץ אמעריקע קען זיך נישט אויס מיט ציפערן און אנקעטעס אדער מקען פארקויפן פאר יעדעם שטותים מיט לאקשען,

איי ער האט (אפשר) גוטע קשיות און ראיות? קודם מיר (ובדומה לי) קענסטו זייער גרינג איינרעדן וואס דו ווילסט צוליב די אפגעהאקטקייט און געצומקייט פון אינפארמאציע, שנית האסטיך שוין געמאטערט צו פארענטפערן אפשר שטימט עס יא? אפשר איז אזוי טאקע געווען? איידער ביזט צוגעקומען צו דיין מסקנא אז יעדער איז בייעסד?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 8:56 pm
דורך געוואלדיג
קאמענטירער האט געשריבן:טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט


אי משום הא אינו ראיה, עס איז גרינגער זיך צו אננעמען פאר יענעמס כבוד ווי פאר די אייגענע כבוד, עס איז מסתם אין די בחינה פון כאן מצא בע"ח מקום לגבות חובו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:07 pm
דורך פרייוויליג
געוואלדיג האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט


אי משום הא אינו ראיה, עס איז גרינגער זיך צו אננעמען פאר יענעמס כבוד ווי פאר די אייגענע כבוד, עס איז מסתם אין די בחינה פון כאן מצא בע"ח מקום לגבות חובו.

טראמפ האט גערעדט זייער נישט בכבוד׳יג פון קייזער. ער האט געזאגט אז קייזער האט אים רשעות׳דיג אטעקירט, און נאך אזעלכע באליידונגען, ער האט חוזק געמאכט פון זיין פרוי וכו׳

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 10:48 am
דורך אינטערסאנטער
קען זיין אז טראמפ האט עפעס געזאגט נישט ריכטיג, אבער דאס איז זיכער אז די מידיע בלאזט דאס אויף מיליאן מאל מער, און אלע פאליטישענ'ס ווערן איבערגענומען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 10:54 am
דורך קאמענטירער
איין מינוט פרייוויליג זאגט דאך עפעס
ער האט חוזק געמאכט פון זיין פרוי וכו׳

אלטס די ערשטע חלק האב איך נישט פארשטאנען מה כל הרעש אז ער אטקירט מעג ער זיך סעלף דיפענדן אבער סתם בוליען אין די וועלט אריין דאס איז שוין איינמאל אן עוולה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 4:12 pm
דורך בלויע רעקל
בילד

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 5:55 pm
דורך קל וחומר
This one insults the entire nation.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 6:11 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:This one insults the entire nation.

כמעט. איך האב נישט געשטימט פאר קיין איינע פון די אימבעסילן ל"ע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 6:18 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען שוין שטימען?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 6:25 pm
דורך פרייוויליג
איך האב נעכטן געהערט דעם נואף וגס רוח דיפענדען זיינע מאשענס איבער די אינוואליד. טראמפ טענה'עט, אז ער האט נישט געוויסט אפילו וויאזוי די רעפארטער זעט אויס, און ער האט בלויז געמאכט gestures צו דראמאטיזירן די סצענע..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 6:29 pm
דורך ליפא
פארוואס איז ער א נואף

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 8:46 pm
דורך פרייוויליג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HqBVLJWxoWQ[/youtube]


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DP7yf8-Lk80[/youtube]

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:12 pm
דורך ישראל גלויבער
די קלינטונים די מאנסטערס, פראבירן קאנטראלירן אונזערע פאלס, אבער ניין, אמת שווימט ארויף..

https://www.facebook.com/TrumpFanNetWor ... nref=story

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 6:19 pm
דורך פרייוויליג
ישראל גלויבער האט געשריבן:די קלינטונים די מאנסטערס, פראבירן קאנטראלירן אונזערע פאלס, אבער ניין, אמת שווימט ארויף..

https://www.facebook.com/TrumpFanNetWor ... nref=story

די ווידיאו פון די טראמפ פען טוט בלויז באשטעטיגען די פאול.

ואסביר:

טראמפ האט אנגענומען א סטראטעגיע אז ער פירט א מערכה מיט די סאשעל מידיא, נעמליך, זיי האבן אים נישט ליב און זיי זאגן נישט די אמת. אבער וואס די אמת איז, אז טראמפ איז גורם די שלעכטע דעקונג, טראמפס גרעסטע פראבלעם איז 'טראמפ'.

ווען טראמפ שטייט גוט אין די פאולס, הערט ער נישט אויף צו ציטירן די פאול און יענע פאול. אויב אן אנאליסט שרייבט עפעס פאזיטיוו אויף אים לינקט ער יענע אנאליז. אבער די רגע וואס מען שרייבט שלעכט אויף אים, די רגע די פאולס זענען קעגן אים, איז אלעס נישט אמת, און יעדער האט אים נעבעך פיינט.

די סטאטיסטיק וואס דער טראמפ פען שרייבט איז לעכערליך און נאריש. קודם כל, בדרך כלל זענען די זעלבע פאלערערס פון טוויטער אויך ביי פייסבוק, סא עס איז נישט צוויי מאל צען מיליאן, עס איז די זעלבע צען מיליאן..

צווייטענס, עס איז דא אזא זאך ווי פאלשע פאלעווערס. און עס איז געווען שוין אין די נייעס שוין פאריאר אז טראמפ האט מיליאנען פאלשע באט פאלעווערס. מען קען דאס קויפן פאר געלט. ליין דא. און דא.

און צום לעצט, די הנחה אז ער האט מער viewers אויף סאשעל וועב איז פשוט, ווייל איך גיי אויך וואטשען אפאר מאל טראמפ, ווייל איך וויל הערן וואספארא שטותים ער גייט רעדן. הילערי איז אן אלטע פאליטישען וואס מאלט וואסער. טראמפ פירט יעצט א רעיאליטי טיווי שאו. סא די עולם האלט זיך אינטער.

די פאולס זינגען, סא דארפן זיי אויפקומען מיט השערות צו בארואיגען די געמיטער..

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 7:32 pm
דורך פרייוויליג
און אויב מען גייט שוין מיט די סאשעל מידיא טעאריע, וואס דארפסטו מער פון קעטי פערי, וואס האט 90 מיליאן פאלעווערס, די גרעסטע צאל פאלעווערס אויף טוויטער, און האט עמטליך אינדארסט קלינטאן. אדער קים קערדעשיאן וואס פארמאגט 50 מיליאן פאלעווערס, און האט ארויסגעגעבן די בוך, וואס שפאסט אפ פון טראמפ וויאזוי די וועלט גייט קומען צו אן ענדע אויב טראמפ ווערט פרעזידענט. סא ווילסט מיך זאגן אז קלינטאן גייט באקומען 190 מיליאן וואוטס?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:14 am
דורך פרייוויליג
דאס איז נישט קיין ליצנות, נאר עס איז ביטער ווי א זית. פאליטישענס טוישן געווענדליך זייערע מיינונגען. אבער אזוי צו טוישן א מיינונג? דאס איז לכאורה זעלבסט יומיליעטינג.
עס כאפט א סקרוך אין די ביינער צו טראכטן, אז עמיצער וואס קען ליצנות מאכן פון זיך [פון אנדערע] דורך טוישן מיינונגען שנעלער ווי די הארץ קלאפט, זאל קענען ווערן פרעזידענט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=kSE-XoVKaXg[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:53 am
דורך ליפא
דאס איז נישט קיין ליצנות, נאר עס איז ביטער ווי א זית. פאליטישענס טוישן געווענדליך זייערע מיינונגען. אבער אזוי צו טוישן א מיינונג? דאס איז לכאורה זעלבסט יומיליעטינג.
עס כאפט א סקרוך אין די ביינער צו טראכטן, אז עמיצער וואס קען ליצנות מאכן פון זיך [פון אנדערע] דורך טוישן מיינונגען שנעלער ווי די הארץ קלאפט, זאל קענען ווערן פרעזידענט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-dY77j6uBHI[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:09 am
דורך ליפא
rps20160809_100936.jpg

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:29 am
דורך פרייוויליג
ליפא האט געשריבן:דאס איז נישט קיין ליצנות, נאר עס איז ביטער ווי א זית. פאליטישענס טוישן געווענדליך זייערע מיינונגען. אבער אזוי צו טוישן א מיינונג? דאס איז לכאורה זעלבסט יומיליעטינג.
עס כאפט א סקרוך אין די ביינער צו טראכטן, אז עמיצער וואס קען ליצנות מאכן פון זיך [פון אנדערע] דורך טוישן מיינונגען שנעלער ווי די הארץ קלאפט, זאל קענען ווערן פרעזידענט


ליפא, כאב נישט קיין נערווען אריינצוגיין אין קיין דעבאטע. און איך פלאן נישט. ווייל איך האלט נישט פון קלינטאן, אבער היי-יאר איז נישטא קיין ברירה.

אבער איך האף אז דו פארשטייסט אז דיין קליפ איז נישט דומה קיין כי הוא זה. ווייל קלינטאן איז א טיפישע פאליטישען, און ווי איך האב געשריבן אויבן, און ווי יעדער ווייסט, טוישן פאליטישענס זייערע מיינונגען. און טראמפ שיינט דאך צו שפרינגען אז ער איז נישט קיין פאליטישען!..

צווייטנס, הילערי איז שוין אין פאליטיק פאר איבער דרייסיג יאר. רוב פון אירע פאראדאקסען איז אין לויף פון צענדליגע יארן. נו, דאס איז ווי יעדע טיפישע פאליטישען, וואס ווארפט זיך ארום מיט ווערטער.

אבער טראמפ'ס פאראדאקסן איז נישט אין לויף פון צענדליגע יארן. עס איז אין לויף פון איין יאר מערסטענס. רבונו של עולם! דו ווילסט פליפפלאפן, אקעי, געב עס צייט, געב עס יארן. אבער צו טוישן די מיינונג אין די זעלבע חודש, טאג, און מינוט? זעלבסט יומיליעטינג!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:33 am
דורך ליפא
קוק אויפן קליפ שטייט די דאטומ'ן, אירע פליפ פלאפס זענען נישט ''יארן'' אפגערוקט. צווייטענס איז טראמפ געווען א ביזנעסמאן וואס האט געדארפט לעקן יעדן פאליטישאן, איז קיין סתירה נישט וואס ער האט אמאל געזאגט צו וואס ער זאגט היינט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:32 pm
דורך שלום על ישראל
ליפא האט געשריבן:קוק אויפן קליפ שטייט די דאטומ'ן, אירע פליפ פלאפס זענען נישט ''יארן'' אפגערוקט. צווייטענס איז טראמפ געווען א ביזנעסמאן וואס האט געדארפט לעקן יעדן פאליטישאן, איז קיין סתירה נישט וואס ער האט אמאל געזאגט צו וואס ער זאגט היינט.

טראמפ האט זיך שוין סותר געווען די לעצטע פאר מאנאטן - וואס ער לויפט פאר פרעזידענטשאפט - מיט מער סתירות ווי סייענס איז צו רעליגיע און די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן קאמבאנירט...