בלאט 85 פון 213
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 11:47 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 5:20 pm
דורך outspoken
מנשה לוסטיג איז מיר גאר א שטארקע ידיד, ער האט מיר געקאלט נעכטען פון א''י (איינער ווייסט אז ער דארט?) אז ער בעט פאר מיר, האב איך אים געבעטען אז ער זאל בעטען פאר די צוויי סאטמארע ברידער, און ער האט זיי ארויפגעלייגט אויפן קוויטל. אזעלכע שונאים ווי ער ANYTIME .
זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 8:15 pm
דורך מבקר
איז עס א סכנה פאר א קליין קינד צו קוקן אין א שפיגעל?
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 8:22 pm
דורך מצטמק ויפה
אין תשובות באר משה ח"ח סימן ל"ו, ברענגט ער אז יש נשים שמקפידין אז די קינדער זאלן נישט זעהן קיין שפיגל ביז מען האט נישט קיין ציין, און רעדן שוין. ווייל עס קען שאטן אז די ציין זאל נישט קומען אין צייט, און אנהייבן שפעט רעדן.
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 8:30 pm
דורך מבקר
מצטמק ויפה האט געשריבן:אין תשובות באר משה ח"ח סימן ל"ו, ברענגט ער אז יש נשים שמקפידין אז די קינדער זאלן נישט זעהן קיין שפיגל ביז מען האט נישט קיין ציין, און רעדן שוין. ווייל עס קען שאטן אז די ציין זאל נישט קומען אין צייט, און אנהייבן שפעט רעדן.
איז דא עפעס א מקור צו דעם, אויף וואס די פרויען האבן געבויעט? איז עס אויך אנגענומען ביי דאקטוירים?
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 9:04 pm
דורך געפילטע פיש
מבקר האט געשריבן:מצטמק ויפה האט געשריבן:אין תשובות באר משה ח"ח סימן ל"ו, ברענגט ער אז יש נשים שמקפידין אז די קינדער זאלן נישט זעהן קיין שפיגל ביז מען האט נישט קיין ציין, און רעדן שוין. ווייל עס קען שאטן אז די ציין זאל נישט קומען אין צייט, און אנהייבן שפעט רעדן.
איז דא עפעס א מקור צו דעם, אויף וואס די פרויען האבן געבויעט? איז עס אויך אנגענומען ביי דאקטוירים?
ס'איז אן אלטע מיטוס וואס איז געווען אנגענומען אינעם מיטלאלטער, און אזויווי אסאך משוגעתן וואס זענען געווען אנגענומען ביים פויערישע המון האט זיך עס אריינגעכאפט ביי אידן אויך, און אסאך מאל אין הלכה אויך. סופערסטישען איז א מענטשליכע טבע, און ס'איז גאנץ פארשטענדליך אז רבנים קענען אויך זיין סופערסטישעס. אבער ווען מ'מאכט פון דעם א תורה ווען די באפעלקערונג איז שוין אויסגעוואקסן דעם שטות, דאס איז שוין אבסורד.
אין פארצייטישע אייראפע, און אין צוריקגעבליבענע לענדער ווי נייגעריע גייט עס נאך אן ביז היינט, אז א שפיגל איז געווען א זאך וואס האט געצויגן לעגענדעס און סופערסטישענס, די המון האט נישט פארשטאנען גענוי וויאזוי די אפטיקס ארבעטן, און האבן ממילא עס אנגעקוקט ווי עפעס א כישוף, יעדער קען זיכער די מעשה פון סנאו ווייט, וואו די שלעכטע שטוף מאמע האט געמאכט כישוף און גערעדט צו איר שפיגל, וכהנה רבות. די שרעקליכע זאכן וואס קומען ארויס פון לייגן א קינד אונטער א יאר\וואס האט נאכנישט קיין ציינער\וואס רעדט נאכנישט זענען קאלירפול, פון א מיתה משונה, צו נישט קענען רעדן, צו נישט באקומען קיין ציינער, ביז אויסוואקסן א גנב חלילה.
היינט זאגן דאקטוירים פארשטייט זיך גארנישט דערוועגן חוץ אז ס'האט נישט קיין האפט, כ'האב אויך אמאל געהערט אז פונקט פארקערט, אז קוקן אין שפיגל העלפט דאס קינד באקומען א באגריף אויף זיך אליינס, self awareness, וואס איז וויכטיג פאר פסיכלאגישע דיוועלאפמענט.
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 9:31 pm
דורך מבקר
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 10:50 pm
דורך נולד מאוחר
א שפיגעל אין די האנט פון א קינד איז א סכנה. אויס סקרעקט אדער ציברעכט זעך קען זיך דאס קינד צישניידען.
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 10:51 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס האבן קינדער מער שרעקעדיגע חלומת ווי ערוואקסענע ?
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 11:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך וואלט געזאגט אז ס'האט פשוט צו טוען מיט ווי אזוי א קינד'ס מח ארבייט. א קינד'ס מח, ווי אינגער מ'איז, איז עס א גרעסערע געמיש פון רעליסטישע געדאנקען און דמיונות. ווי עלטער א מענטש ווערט, ווערט זיין טראכטן מער רעלסטיש און די דמיונות שוואכער, און ער פארשטייט אז געוויסע זאכן קענען במציאות נישט געשעהן. ממילא א קינד וואס חלומ'ט אז א בער ליגט לעבן אים, און ער איז גאלדי לאקס, חלומ'ט א דמיון, אבער זיין אינג הארץ פילט עס פאר א אמת, ווייל ער קען עכ"פ אינמיטן שלאף נישט מבחין זיין צווישן דמיון און מציאות.
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:39 pm
דורך ונבנתה העיר
ווער איז דער חסידישער פאטאגראפער ביי 2:14:00?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=W9JAoisGzoo[/youtube]
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 12:40 am
דורך רויטע וואנצעס
ער הייסט בנימין לענשעווסקי פון בארא פארק. ער פאטאגראפט אויף פאר'ן מאמענט/בליק. ער איז א גוטע חבר מיט עזרא פריעדלענדער. עזרא האט עם מסתמא גענומען מיט זיך צו וואשינגטאן צום פרא ישראלי סעסיע.
[tag]ונבנתה העיר[/tag]
גפ''ת ~ מה המקור?
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 12:50 am
דורך [NAMELESS]
ווי נעמט זיך צו לערנען תוס' על הדף פארוואס זאל דאס נישט זיין אזוי ווי אנדערע ראשונים?
ס'איז ידוע שי' המהר''ל בזה בכמה מקומות אז די דרוקער האט עס אריין געלייגט מיינט נאך נישט אז מען דארף דאס לערנען, ער פארפירט אז דאס איז די חורבן פארוואס די עולם וואקסט אויף עמי הארצים,
ס'איז נישט מסתבר למעשה צו זאגען אזוי אז די דרוקער זא דאס האבן גורם געווען
נשלח: פרייטאג יוני 27, 2014 12:09 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 5:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארוואס דארף א ארקעסטרא א קאנדאקטער? יעדער ליינט דאך די נאטן. אויפן קליפס זעהט אפילו נישט ווי די שפילערס זאלן קוקן אויפן קאנדאקטער.
פארוואס נעמן נישט די MTA באסעס פאפירענע דאלארן?
פארוואס נעמט די גאווערמענט נישט אן זאכן דורך אימעיל, נאר דורך פעקס? זיי נעמען אן דיין אימעיל צו ווערעפייען ווער דו ביסט, איז פאר וואס זאלן זיי נישט אנעמען פאסט דורך אימעיל?
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:33 pm
דורך Big Boy
Sometimes it's BS and just for show. By the professional ones it's to keep everyone together to the same second
they will have to go collect $ from every bus and it's also a big opportunity for robbery
It takes them 20 years to catch up. It took them 20 to get to accept fax. It will take them 20 to get to e-mail
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:35 pm
דורך Bpjew
ווי אין בארא פארק איז דא א געשמקע שיעור, עין יעקב, נך וכדו' נישט פאר אלטע מענשען ווי מען קען זיצין אן היט אין רעקיל נאכט צייט ישר כח
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 2:20 pm
דורך Bpjew
סא איינער ווייסט אדער א ליסט פין אלע שיעורים אין בארא פארק פליס
נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 9:45 pm
דורך ביבער
פארוואס האבן די חבד ניגונים אזא שטארקע השפעה אויף מיר? די קלענסטע תנועה'לע וועט מיר איבערדרייען מיינע קישקעס, איך בין זיכער נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם וואס איז פשט דערפון?
נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 9:53 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב עס אויכעט. אבער נישט אלס פראבלעם...
מיר זענען מסתמא חב"ד שורש נשמה......
ערנסט גערעדט, זיי האבן עפעס ספעציעל הארציגע ניגונים. א שטיק נשמה.
נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 9:57 pm
דורך ישמעאל הכהן
מן הסתם ביזטו פארדארבן
נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 10:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
חבד ניגונים דערמאנט מיך פון שובבים ת"ת, שובבים ת"ת דערמאנט מיר פון ישיבה, ישיבה דערמאנט מיר פון מיין משגיח, די זכרונות פון מיין קאפא משגיח ברענגט מיר צו טרערן.