בלאט 85 פון 214

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:39 am
דורך בית יוסף
איך בין יונגער מאן וואס טראכט א אסאך איך האב א אסאך שטרמישע געפילן אין איך האלט שוין יעצט אז זיין א שוטה איז א סאך גרינגער ווי א קליגער איך בין נאך יונג אין איך ווארט מיט נייגער וואס מין לעיבן גייט מיר ברענגן .

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:40 am
דורך זרח
איך זיך צו פארברענגען און אויך הערן גוטע עצות פונעם עולם צו ווערן געהאלפן און פארשטייט זיך אויך געבן מיין עקספיריענס צו העלפן אנדערע. איך ארבעט א גאנצן טאג אבער גנבע אראפ צייט צו באזוכן אנליין פארברענגעכצער. מיין שאיפה איז צו מאכן מיין לעבן און דאס לעבן פון מיינע ארומיגע ווי מער געשמאקער.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:42 am
דורך אהב דעת
א היימישער איד וואס ווייסט אביסעל צו סאך (עכ"פ כנלענ"ד), פרובירט שטארק דערגיין אמת פון סיי וועלעכע נושא, לכתחילה זייער סקעפטיש אבער האט נישט קיין פראבלעם מודה זיין אויפען אמת ווען אויפגעוויזען, און ווי די משנה לערנט אונז "איזהו חכם הלומד מכל אדם". איך האף אביסעל קליגער צו ווערען אין קאווע שטיבעל.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:44 am
דורך מאמר קדישין
איך האב געשריבען א שיינע פאר מאמרים אויף דער געזעלשאפט און אינטרעסאנטע זאכען. וראה זה פלא, קיין שום צייטונג ווילען זיי נישט אננעמען.
האב איך מחליט געווען אז איך גיי זיך שוין נישט צענזארירען פאר די קאפריסען פון מענטשען וואס גייען מיר סייווי נישט אננעמען, און איך וועל ארויף לייגען מיין מאמרים אויף קאוועשטיבעל, ווי מ'איז שוין גרייט צו הערען אן אויסוואל פון דעות.
איך האף אז מיין טאלאנטען וועלען זיך אנטוויקלען און איך וועל עפעס צולייגען צום שמועס.
איך פלאן נישט צו רעאגירען צו די שמועסעריי דא, ווייל איך וויל נישט אריין פאלען אין וויכוחי סרק. איך בין דא בעיקר ארויפצולייגען מיין מאמרים, און איך האף זיך צו האלטען דערצו. ביטע מיר מאנען פאר דעם.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:48 am
דורך seichel hayushur
i dont know how to type in yiddish since i don t have these stickers so please excuse me and anyway its npretty cool that everyone needs to write something about themselves

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 4:58 pm
דורך תנחום
kfrieden האט געשריבן:איך בין א פראפעסאר פאר יידיש, העברעיש, און ליטעראטור אויף דער אוניווערסיטעט אין סיראקיוז, ניו יארק.

איך בין א קלעזמער מיט ״די בלאנדזשענדע קלעזמורים,״ שפיל קלארינעט און האב ליב זינגען אויף יידיש. איך זוך איצט די ווערטער פונעם ליד ״ירושלים של זהב״ אויף יידיש.

שלום בערגער אלערט

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 5:00 pm
דורך אברך משי
מאמר קדישין האט געשריבן:און איך וועל ארויף לייגען מיין מאמרים אויף קאוועשטיבעל, ווי מ'איז שוין גרייט צו הערען אן אויסוואל פון דעות.

איך בין דא בעיקר ארויפצולייגען מיין מאמרים, און איך האף זיך צו האלטען דערצו. ביטע מיר מאנען פאר דעם.


געמאנט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 5:26 pm
דורך א איד
אויך איך מאן (מיט א קמץ) אויף די ארטיקלען, לאז דיר נישט פון די יעניגע, וואס וועלן מאנען אז דו זאלסט עס אריינלייגן אינעם וועקער, נאר לייב עס ארויף דא אין שטיבל.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 8:03 pm
דורך בעל דרשן
איך בין 20 א סקווירא יונגגערמן איך קען פין בויען מיין שאיפה איז צו ענדדיגן שס מיין פלענער איז צו פארברענגן שיין דא מיט א געשמאק סקווירא איז אין מאנסי א קליין שטעטלע א הייפעלע ערליכע אידן ברוך השם

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 8:04 pm
דורך אייזערנע קאפ
לי' לייענער שי'
פארוואס האב איך מחליט געווען צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל ?
דער תירוץ איז אזוי, עבדים היינו צו דער בארד אוו קופי בוט, און כדי זיך משתתף זיין בדברים הראויים מוז מען זיין א חבר, לכן בין דא מגלה חבר אני לכל אשר יראוך

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 8:05 pm
דורך אולמאן
i like very much to communicate with the Yiddish speaking community who are able to put together the matters in a Jewish community very well and the Yiddish speaking community is very very much friendly

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 8:07 pm
דורך היטשער
איך בין שוין אן אקטיווער קאווע שטיבל לייענער די לעצטע 2 יאר צום גוטן און איך מיין אז עס איז געקומען די צייט און ווערן א טייל פונעם עולם דא צו צוגעבן מיינע 2 צענט אינעם שטיבל.
יהא בואי לברכה...

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 9:07 am
דורך shiteh hakdoishe
I am sixty years young I come from a wizhnitzer shteib I am blessed with a very good memory and I've always been interested in chassidishe hoifen so I think I will add some valuable info for your readers

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 9:10 am
דורך זיידי באם
איך בין א בחור וואס האט ליב צי זיין פאבליק אבער איך וויל נישט אז מיין עכטע נאמען זאך ליגן אויפן גאס אלץ איינער וואס מאכט זיך משוגע אויף גרופעס און זאכן האב איך אדאפטירט א נייע נאמען זיידי באם

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 9:11 am
דורך פליישיג
כאטש ס'איז אין מיטן פון דער ניין טעג, קום איך מאכן א סיום, כדי מ'זאל קענען עסן פליישיג. די מעניו וועט נאכפאלגן בקרוב ממש.
איך בין נישט קיין חסיד, אבער איך בין א פרומע.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 5:39 pm
דורך יין שרף
אז דו קומסט מאכן א סיום ביסטו נישט קיין ליטפאק. און ווי דו שרייבסט אויך נישט קיין חסיד, אבער דאך א פרומע. מוז זיין א מתנחל..

שלום וברכה.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 5:40 pm
דורך יין שרף
זיידי באם האט געשריבן:איך בין א בחור וואס האט ליב צי זיין פאבליק אבער איך וויל נישט אז מיין עכטע נאמען זאך ליגן אויפן גאס אלץ איינער וואס מאכט זיך משוגע אויף גרופעס און זאכן האב איך אדאפטירט א נייע נאמען זיידי באם

פארוואס מאכסטו ליצנות פון מיכאל שניצלער?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 12:27 pm
דורך קענסט מיר אפשר זאגן
א יוד הערט נישט אויף צו פרעגן און זאגן. זאג נאר, הער נאר, און אויב עס גייט נישט? אפשר דאך! ממילא האב איך אזוי מחליט געווען, יעצט פארשטייסטו? שוין וויפיל מאל וועל איך פרעגן קשיות

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 12:27 pm
דורך שוואנצאנעס
לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר ובגלוי מודה על האמת וישכם ויאמר אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה אמר רבי אלעזר תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם האט רחמנות איך קען שוין נישט שרייבן אזויפיל האט איר אפשר נאך מאטריאל פאר מיר? עס איז שוין גרינגער צו כאפן משיח אין איהם הייסן אראפ קומען

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 12:29 pm
דורך טאלעראנט
איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג
איך האב ניש געהאט קיין גרויס אינטערעס און לערנען און כולל.. כהאב אבער געמיזט דארט זיין
כהאב אנגעהויבן לייענען אלע מינע וועלטלעכע זאכן אריינגערעכנט רעליגיעזע.. פון ביידע זייטן
יעצט שטיי איך גאנץ פארלוירן בשעת איך figure אויס מיין פלאץ און אידענטיטעט..
איך האף צו לייענען דא פון אנדערע וואס זענען געווען און א ענלעכע פאזיציע און אפשר אויך שרייבן/פרעגן
איך בין אויך זייער אינטערעסירט און science.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 12:31 pm
דורך די אמת
איך האב ליב נייעס אבער אמת'ע נייעס אזויווי מיין נאמען זאגט און נישט פארדרייעטע פאקטען וואס ווערן געמאכט צי שטיפן א אזשענדע און אזוי ווי אין אנדערע פלעצער פארהוילט מען זיך פין די אמת ווען סינישט קאמפטערבל קום איך דא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 8:05 pm
דורך חיים שיש בהם
איך בין זייער אינטרעסירט אין היסטאריע בכלל און היסטאריע פון לעצטע פאר הונדערט יאר בפרט. ס'איז מיר וויכטיג צו קענען אפטיילן מיינע מיינונגען מיט ידיעות מיט אנדערע מענטשן, און קענען רייך מאכן מיינע ידיעות דורך זיי. ס'איז מיר אויך וויכטיג צו קענען האבן א אינטראקציע מיט אנדערע פון מיר, וואס געבט צו אסאך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 8:06 pm
דורך בעל-הכרם
איך בין א יונגערמאן פון א חסידישן אפשטאם מיט אינטערעסן אין אידיש, געזעלשאפט, סוציאלאגישע שטודיען, חסידישע היסטוריה און אידישע מחשבה.

איך האף צו צוהעלפן די ליינער מיט גוטע חומר.