בלאט 86 פון 110
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 12:32 pm
דורך מיש-נייעס
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:נפטר געווארן די משב''ק לבית ראכמיסטריווקא הרה''ח ר' מרדכי אשר קאפערמאן ז''ל נאך ליידן יסורים נוראים ומרים
געוועהן זעהר א ליבליכע מענטש גאר א קלוגע מענטש, געוועהן באליבט ביי יעדעם
יהא זכרו ברוך
א בילד ביטע?
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 10:54 am
דורך ברוך שאמר
ר' אליעזר דוד האפמאן ז'ל
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 10:57 am
דורך יעלה ויבא
lead, follow, or get out of the way
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 11:56 am
דורך [NAMELESS]
ר' אליעזר דוד איז געווען משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל און להבל"ח ביי אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 12:53 pm
דורך יעלה ויבא
lead, follow, or get out of the way
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 2:35 pm
דורך געוואלדיג
בד״ה א טייערער איד געווען, איהם גוט געקענט.
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 2:41 pm
דורך הוגה
בן אדם האט געשריבן:ר' אליעזר דוד איז געווען משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל און להבל"ח ביי אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.
כ'האב אים אויך גוט געקענט פון אלץ קליין קינד, כ'האב שטארקע נאסטאלגישע זכרונות פון די צייטן וואס מיר האבן פארברענגט צוזאמען. ער איז געווען א ווארימע בעל תפלה. דאכציך מיר אז ער האט זיך אויך געדרייט פאר א צייט בבית האדמו"ר מראכמיסטריווקא, נאכן פארלאזן סקווירא.
זיינע צוויי ברודער זענען משב"קים ביי האדמו"רים מפאפא ומסקווירא (הגדול מב"פ).
.
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
יא. נאכ'ן פטירה פונעם בארא פארקער איז ער אריבער קיין ראחמיסטריווקא. א געשמאקע איד געווען און א געוואלדיגע בעל חסד בעיקר מיט חולי ישראל וואס ער האט זיך גאר גאר שטארק איבערגעגעבן.
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 3:11 pm
דורך שמעקעדיג
בד"ה, כ'האב אים אויך געקענט. א זיס אידל. יהא זכרו ברוך.
וואס איז געווען מיט אים? נישט געזונט אדער וואס? דארף נאך צו זיין גאנץ יונג כפי ידיעתי.
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2017 3:16 pm
דורך ציבעלע-קיגל
בד"ה
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:50 pm
דורך ירמי'
הרה''ח דוד הירש מאיער ז''ל
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 4:34 pm
דורך ברוך שאמר
10 קינדערלאך??
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 4:39 pm
דורך ירמי'
ברוך שאמר האט געשריבן:10 קינדערלאך??
יאפס. קענסט שוין אראפרייסן די פלאקאטן אין דיין שול...
זיך געמוטשעט זייט די פארגאנגענע זומער ער איז אריבער אן אפעראציע אויפן מוח וואס איז געשלאגן געווארן מיט א געוואוקס ל''ע די אפעראציע איז עפעס ראנג געגאנגן און איז אריין אין א קאומא.
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 4:42 pm
דורך ברוך שאמר
האט ער נישט געכאפט די שרעקליכע אימהיילבאר Hospital bug??
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 9:06 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נעכטען, בעיצומו של ה׳ אייר, איז אוועק דער איידעם פון הרב חיים מאיר׳ל דער פאשקאנער רבי, וואס האט געפיהרט טיש יעדער יום העצמאות.
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=118544Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 10:23 am
דורך גראף
בד''א קיינמאל געהערט פון איהם. ווער זענען זיינע קינדער? איי געס אויב מען איז נישט אינוואלווד אין א מחלוקת ווייסט מען נישט פון דיר.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 11:11 am
דורך ליפא
.
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 11:19 am
דורך אברך משי
אבי גערעדט. א וואוילע אדמו"ר חובב ציון מושבע, גערעדט א זאפטיגע אידיש ווי א ראמענישע אידל, און זייער ליב געהאט יודן. ער האט א זוהן וואס ארבעט אין די משטרה אדער אין צה"ל, פלעג קומען צום טיש אין די ימות החול מיט די מדים פון משטרה און זיצן מיט התבטלות פאר זיין טאטע און זינגן מיט דביקות און נשמה אנגעטון ווי פאליציאנט. שבת גייט אויך דער זון א שטריימל בעקיטשע און זעט אויס ווי א רוזינער אייניקעל לכל דבר. אפשר יעצט וועט ער ווערן דער ערשטער "אדמו"ר השוטר" און וועט פירן טיש מיט בלויע קליידער בימות החול.
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 11:32 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נעכטען, בעיצומו של ה׳ אייר, איז אוועק דער איידעם פון הרב חיים מאיר׳ל דער פאשקאנער רבי, וואס האט געפיהרט טיש יעדער יום העצמאות.
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=118544Sent from my LG-K373 using Tapatalk
@שבת אחים קום אריין מיט א באריכט. עס ליגט מיר אין קאפ אז שבת רעדט שוין פון זיי ערגעץ דא אין שטיבל, און וועגען א שמועס מיט די רעביצן אז מען דארף נישט ווייזן אז מען איז כופר אזוי ווי זי אפיציעל א שו''ת נאר אין שטוב צינד מען די טעלעוויזיע אום שבת...
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 12:10 pm
דורך שבת אחים
זיין ווייב ציפורה זז״ג די יונגסטע טאכטער פון ר׳ חיים מארי׳ל איז אראפ פון דרך, פאר יאהרן לאנג האבן זיי געוואוינט אין א קיבוץ און אפענערהייט נישט געהאלטן קיין שבת, זייערע קינדער זענען פרומע, און אויף דער עלטער האבן זיי צוריקגעדרייט די זייגער, ער האט זיך אנגעטוהן א גרויסע ספאודיק וכו׳... עכ״פ פון אינדורסן זענען זיי געווארן בעלי תשובה. וואס טוט זיך אינעווענדיג ווייסט איין איינציגער גאט...
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 12:34 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 12:35 pm
דורך [NAMELESS]