בלאט 86 פון 213

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 11:03 pm
דורך שמעקעדיג
און דיין וויץ דערמאנט מיר פון א צווייטס, אז בחורים טארן נישט רעדן פון א טאפ, ווייל א טאפ דערמאנט פון קאכן, און מען קאכט דאך ביי א חתונה, און ביי א חתונה איז דא א כלה, וחביתין לנסכין, ונסכין לבזיכין, עליה השלם כל הקרבנות כולם.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 2:55 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ביבער האט געשריבן:פארוואס האבן די חבד ניגונים אזא שטארקע השפעה אויף מיר? די קלענסטע תנועה'לע וועט מיר איבערדרייען מיינע קישקעס, איך בין זיכער נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם וואס איז פשט דערפון?


דו ביזט זיכער נישט דער איינציגסטער. די סיבה איז גאנץ פשוט. די היינטיגע ניגונים די היינטיגע קאמפאסערס און זינגערס זענען... אסאך פון זיי זענען אויף דעם סטייל שאין רוח חכמים... אסאך פון זיי האט ממש א גוי-ישען טעם אדער עס איז טאקע גוי-יש.

מש"כ דו הערסט א ווארימע חסידישע ניגון ( יא... חב"ד איז חסידיש) וואס רוב פון זיי זענען קאמפאזד געווארן דורך זייערע הייליגע רבי'ס נ"ע אדער דורך אמאהליגע אמתדיגע ווארימע חסידישע אידן... דיין נשמה הערט דאס. עס קאן אפי' זיין א שטיקעל בחינה פון דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב. נישט בחינם פלעגן אמאהליגע צדיקים אן-זאגען מען זאל נאר זינגען ניגונים פון קראנטע מקורות. ווייל דער זינגער און קאמפאסער האבען א השפעה אויפ'ן ניגון.

איך האב אויך געהערט אמאהל אויף איינער פון די תלמידים פון איינער פון די אמוראים וואס איז יצא לתרבות הרעה אז זיין רבי האט געזאגט אז דאס איז געווען ווייל ער פלעגט זיך אינטער זינגען רוימישע ניגונים ביים לערנען.

אויף דעם אנדערע האנט זענען דא זייער אסאך מעשיות פון מענטשען וואס האבען תשובה געטוהן נאך'ן הערען א ניגון.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:11 pm
דורך יין שרף
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך האב אויך געהערט אמאהל אויף איינער פון די תלמידים פון איינער פון די אמוראים וואס איז יצא לתרבות הרעה אז זיין רבי האט געזאגט אז דאס איז געווען ווייל ער פלעגט זיך אינטער זינגען רוימישע ניגונים ביים לערנען.

די מיינסט אחר, (אלישע בן אבויה) ער איז געווען די רבי פון די תנא רבי מאיר.
די גמרא זאגט טאקע זמר יוני לא פסיק מביתיה, אבער רש"י זאגט אז די פראבלעם איז נישט געווען די זמר יווני, נאר מוזיק בזמן החורבן.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 3:18 pm
דורך שמעקעדיג
ציבעלע, לויט דיר וואס איז א חילוק פון חב"ד ביז מאדזשיץ און קארלין און זלאטשובער ניגונים?
אלע חסיד'ישע ניגונים זענען שיינע, אבער חב"ד איז עלית על כולנה.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 9:41 pm
דורך משבק
כוויל פארשטיין פשט אין @דער שכן,ס חתימה " דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. "" ...

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 9:50 pm
דורך ישראל קאפקע
ביבער האט געשריבן:פארוואס האבן די חבד ניגונים אזא שטארקע השפעה אויף מיר? די קלענסטע תנועה'לע וועט מיר איבערדרייען מיינע קישקעס, איך בין זיכער נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם וואס איז פשט דערפון?

פראבלעם? ח"ו.
הירשל ציג מ'ברויכט דיין הילף!
איך גלייב אז האלב כלל ישראל ליידט אויף דעם פראבלעם;

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:09 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס קאסט א "באגעט" דאפעלט ווי א בייגל?

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:12 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס קאסט א "באגעט" דאפעלט ווי א בייגל?

ווייל ס'דא א פארלאנג אויף דעם.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:15 pm
דורך קאווע טרינקער
איך מוז וויסן וועלעכע בהמה האט איינגערעדט דעם מענטשהייט צו האלטן דעם בערזעל נגד מקום המושב. יעדעס מאל איך זעץ זיך אראפ דארף איך רוקען מיין בערזעל צו דער זייט. וויפיל איז דער שיעור!? רבש"ע!

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
די סיבה איז וויבאלד גנבים האבן מורא צו לייגן די האנט דארט, מ'קען זיך אבריען.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:20 pm
דורך ביבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך מוז וויסן וועלעכע בהמה האט איינגערעדט דעם מענטשהייט צו האלטן דעם בערזעל נגד מקום המושב. יעדעס מאל איך זעץ זיך אראפ דארף איך רוקען מיין בערזעל צו דער זייט. וויפיל איז דער שיעור!? רבש"ע!

אמאליגע צייטן מיט די שלייקעס פלעגט עס טאקע זיין העכער, די היינטיגע מיטן פאסיק זענען די וואס ליידן דערויף אבער ווער גייט דען היינט נאך מיט א בערזל?

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:25 pm
דורך ביבער
אויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:27 pm
דורך קאווע טרינקער
ביבער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך מוז וויסן וועלעכע בהמה האט איינגערעדט דעם מענטשהייט צו האלטן דעם בערזעל נגד מקום המושב. יעדעס מאל איך זעץ זיך אראפ דארף איך רוקען מיין בערזעל צו דער זייט. וויפיל איז דער שיעור!? רבש"ע!

אמאליגע צייטן מיט די שלייקעס פלעגט עס טאקע זיין העכער, די היינטיגע מיטן פאסיק זענען די וואס ליידן דערויף אבער ווער גייט דען היינט נאך מיט א בערזל?

וואו האלסטו דיין קרדיט קארד?

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:29 pm
דורך קאווע טרינקער
ביבער האט געשריבן:אויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?

ס'דא גענוג איידעלע אינגעלייט אין הצלה.
בנוגע עקסטרעמיסטן, well, זיי זעהט מען אין ערגעץ נישט. זיי זענען גוט פאר גארנישט. אויסער צו פראטעסטירן, שטייטסעך

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:31 pm
דורך berlbalaguleh
ביבער האט געשריבן:אויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?

נאךדאס פעילט אויס! שטעל דיר פאר ווען הערשל קלאר אדער יואלי צימערמאן זענען אין הצלה... :lol: :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:34 pm
דורך ביבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו האלסטו דיין קרדיט קארד?

דאס פיט אין אונטערשטן וועסטל טאש, און ווען איך גיי מיטן טי-שירט לייג איך עס אין הויזן טאש צוזאמען מיט לייסענס און אינשורענס, עס לוינט מיר נישט די שלעפ פונעם בערזל פאר דעם.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:37 pm
דורך ביבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'דא גענוג איידעלע אינגעלייט אין הצלה.

אלע זענען זיי איידל, איך מיין אבער נו, די הייליגערע די וואס וואקן מיטן ספר אין די האנט, די וואס די שווער האלט אויס.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 11:48 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ביבער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'דא גענוג איידעלע אינגעלייט אין הצלה.

אלע זענען זיי איידל, איך מיין אבער נו, די הייליגערע די וואס וואקן מיטן ספר אין די האנט, די וואס די שווער האלט אויס.

איך ווייס נישט ווי די דרייסט זיך.. אבער ווי איך דריי מיך זעהט מען יא געהעריג..
זעה דעך צו דרייען דארט וויאיך דריי מיך העסטו אויך זעהן..

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 12:31 am
דורך שמעקעדיג
ביבער האט געשריבן:אויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?

אה די פרומערע זענען דאך כדרכם מגין מיט זייער תורה... און לאזן די אנדערע חברה גיין אויפן שלאכטפעלד :D

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 12:16 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס קאסט א "באגעט" דאפעלט ווי א בייגל?

לפענ"ד. ווייל מענטשן ווילן אלעמאל עסן אן עקזאטישן מאכל אדער גיין אין היי-קלעס רעסטאראנטן. (חוץ אני הקטן. מ'רעדט דא פון עולם-גולם.). ספעציעל די וועלכע האבן פראנצויזישע נעמען. דאס ווארט "באגעט", מיינט בעצם א רינגל, אדער רינדעכיגע זאך. למשל, דא אין בארא פארק איז דא א מילכיג רעסטאראנט וואס הייסט "קאפעי-או-לעי" וואס מיינט אין פראנצויזיש "קאפי-מיט-מילעך". איז דא מענטשן וואס טוען זיך אויף, אדער פילן ספעשיל, אז ער האט געגעסן אינ'ם "קאפעי-או-לעי". הבל הבלים, אמר קהלת. הכל הבל... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) ;) ;) :o

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 1:40 pm
דורך מאטי
פארוואס קאסט העלטהי עסן זיבן מאהל אזויפיל ווי די רעגולאר? דריי מאהל אזויפיל איז נישט גענוג?

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 2:13 pm
דורך משבק
ביבער האט געשריבן:אויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?

אויב איז פסקענען דין תורות אזא גרויסע מצווה פארוואס זעט מען קיינמאל די נארמאלע סארט אין בתי דינים?

נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 9:38 pm
דורך petergrifin
מאטי האט געשריבן:פארוואס קאסט העלטהי עסן זיבן מאהל אזויפיל ווי די רעגולאר? דריי מאהל אזויפיל איז נישט גענוג?


@מאטי
װעלכע עסן מײנסטו? פרישע פרוכט/װעדזיטעיבל (פרעש פראדוס), אין א רעסטוראנט, פלײש, װײטימינס?